נח )ב(
אלה תולדות נח נח איש צדיק - זאגט רש"י: הואיל והזכירו סיפר בשבחו, שנאמר זכר צדיק לברכה. וויבאלד די תורה האט דערמאנט נח, דערציילט די תורה זיין מעלה.
דארף מען פארשטיין:
וואס איז דער תועלת אז מען איז משבח א צדיק?
וועט מען עס פארשטיין דורך פריער פארשטיין א גמרא" .לשון תליתאי קטיל תליתאי." לשון הרע מאכט א שאדן ניט בלויז דעם וואס רעדט און דעם וואס הערט, נאר אויך דעם אויף וועמען מען רעדט. ווייל דעם אויף וועמען מ'האט גערעדט לשון הרע וועט זיך נוקם זיין אין דעם רעדער און דער גואל הדם פון רעדער וועט זיך נוקם זיין אין עם.
ווערן דריי מענטשן געהרג'ט: דער רעדנער, דער הערער און דעם אויף וועמען מען רעדט.
דארף מען פארשטיין: דער וואס רעדט און דער וואס הערט האבן זיך ביידע באטייליגט אין א הארבע עבירה, ווי די גמרא זאגט אז לשון הרע איז גלייך צו עבודה זרה, שפיכת דמים און גילוי עריות. במילא איז פארשטאנדיק פארוואס לשון הרע שאדט זיי. אבער וואס איז שולדיג דער אויף וועמען מען רעדט? ער האט ניט געטאן די עבירה; פארוואס זאל ער ליידן?
דער ענטפער איז:
ווען מען רעדט אנטפלעקט דאס צו יענעם וואס מען טראכט. דאס מיינט אז דיבור בריינגט ארויס פון א מענטשן דאס וואס איז באהאלטן אין עם. אזוי אויך מיט יענעם אויף וועלכן מען רעדט. ווען מען רעדט אויף עם שלעכטס, בריינגט דאס ארויס דעם שלעכטס וואס ער האט באהאלטן אין עם. זיין שלעכטס דריקט זיך אויס אין טאן א שלעכטע זאך. דערפאר פארדינט ער אן עונש.
מדה טובה מרובה ממדת פורענות - מה דאך אז רעדן וועגן יענעמ'ס שלעכטס האט א שלעכטע ווירקונג אויף עם, איז מכל שכן, געוויס, ווען מען רעדט וועגן יענעמ'ס טוב און שבח האט עס אוודאי א גוטע ווירקונג. עס העלפט עם ארויסבריינגן פון זיך זיין טוב און זיינע מעלות.
דאס איז ניט נאר ווען דער אויבערשטער איז משבח א מענטשן ווי ביי נח, נאר אפילו ווען א מענטש רעדט גוט אויף זיין חבר העלפט דאס עם ארויסבריינגען זיינע מעלות.
)לקו"ש ח"ה ע(36 '