נח )ד(
דער יצר הרע קומט צו א אידיש קינד און פרעגט עם: פארוואס דארפסטו לערנען פרשת נח, א דערציילונג וועגן א מבול וואס האט פאסירט מיט טויזנטער יארן צוריק? וואס קענסטו זיך אפלערנען פון דעם היינט? און וואס פאר א הוראה האט דאס פאר דיר אין דיין לעבן?
האט דער בעל שם טוב אונז אנגעוויזן וואס מיר קענען זיך אפלערנען פון דעם געשעעניש.
צו ראטעווען נח און זיין משפחה פון דעם מבול, האט דער אויבערשטער עם באפוילן צו בויען א "תיבה" א קאסטן. דער ווארט "תיבה" מיינט אין לשון הקודש אויך א "ווארט" - א "ווארט" פון דאווענען און א "ווארט" פון לערנען תורה.
ווען מען גייט אריין אין דער "תיבה" פון תורה ותפלה, ווערט מען באשיצט פון א מבול. אפילו ווען עס הערשט א מבול אין גאס און די וועלט ווערט חרוב, באשיצט עם תורה ותפלה פון דעם מבול. און ניט נאר עם אליין, נאר די תורה און תפלה באשיצט אויך זיין גאנצע משפחה, אזוי ווי ביי נח.
ווען עס קומט ווינטער און אויפ'ן גאס שנייט אדער עס רעגענט קומט דער יצר הרע און טענה'ט: דו קענסט יעצט ניט גיין לערנען, אדער עס איז צו קאלט צו גיין דאוונען מיט א מנין. עס איז אוממעגליך ארויסצוגיין אין גאס.
לערנט אונז דער מבול, אז דער "תיבה" פון דאוונען און לערנען באשיצט א אידן פון א מבול. א רעגן קען ניט אפהאלטן א אידן פון גיין אין ישיבה אדער גיין אין שול.
(משיחת כ"ז תשרי תשד"מ - לצבאות השם)