נח )ג(
די וואסערן פון מבול ווערן אנגערופן "מי נח," די וואסערן פון נח.
דארף מען פארשטיין:
פארוואס ווערן זיי אנגערופן "מי נח," נח איז דאך ניט געווען שולדיג אין דעם מבול, ער איז דאך געווען א צדיק תמים?
זאגט דערויף דער זהר - ווייל נח לא התפלל על בני דורו )נח האט ניט געדאווענט פאר די מענטשן פון זיין דור( דערפאר ווערט דער מבול אנגערופן אויף זיין נאמען.
דער זהר פארגלייכט נח מיט אברהם אבינו. וועגן אברהם אבינו שטייט "ויקרא בשם ה."' ער האט מפרסם געווען דעם נאמען פון דעם אויבערשטן אין דער וועלט. ער איז געווען א גרויסער מכניס אורח וועלכער האט געגעבן עסן און שלאפן צו זיינע אורחים. אויך האט ער זיי געגעבן רוחניות'דיקע השפעה. ער האט זיי געגעבן צו פארשטיין אז נאכ'ן עסן דארף מען דאנקען דעם אויבערשטן. דאס מיינט, אז אברהם האט אויך געטראכט וועגן אנדערע.
נח אבער איז טאקע געווען א צדיק תמים. ער איז געראטעוועט געווארן פון מבול צוזאמען מיט זיין פרוי און קינדער. ער האט אבער ניט מתפלל געווען פאר די מענטשן פון זיין דור און ער האט זיי ניט מחזיר בתשובה געווען. ער האט נאר זיך אליין מיט זיין משפחה פארשלאסן אין דער תיבה. דערפאר הייסט דער מבול אויף זיין נאמען "מי נח."
אויב נח האט געדארפט מתפלל זיין אויף בני דורו אין דער צייט פאר מתן תורה, איז דאך אוודאי נאך מתן תורה ווען "כל ישראל חברים" און "כל ישראל ערבים זה בזה) "אלע אידן זיינען חברים און פאראנטפארטליך פאר דעם צווייטן( דארף יעדער איינער טראכטן ניט נאר וועגן זיך, נאר ווי קען ער העלפן נאך א אידן בגשמיות וברוחניות.
)לקו"ש ח"ב ע(452 '