Skip to content

נישט יעצט!

ווען דער נסיון איז דא קען א מענטש שפירן ממש ווי געצווינגען און ער האט נישט קיין שום מעגליכקייט זיך ארויסצודרייען דערפון.

הרה"ק רבי שלומ'קע זוויהלער זי"ע האט אמאל געזאגט פאר א איד, ווען עס קומט א נסיון, קודם זאג 'נישט יעצט'. ווייל צען מינוט קענסטו זיך זיכער מתגבר זיין, און נאכדעם וועט מען זען ווייטער.

דאס איז א מורא'דיגע חכמה, וואס מיר נוצן אפט די עצה פאר בחורים וועלכע זאגן אז ער איז ממש געצווינגען צו קוקן דעם און יענעם דעוויי"ס.

קודם 'יעצט' פאר צען מינוט האלט זיך שטארק.

די צען מינוט איז דאך עפעס וואס בדרך כלל קען א מענטש זיך שטארקן, און ווי נאר ער האט באוויזן זיך צו שטארקן פאר גאנצע צען מינוט, האט דאס אויפגעבויעט זיין אינערליכע כח התגברות, און אסאך מאל איז שוין אינצווישן די תאוה אויסגעוועפט, און דערמיט האט ער מנצח געווען דעם יעצטיגן גערanגל, מיט חיזוק ווייטער זיך צו האלטן שטארק בעז"ה.

עס איז אבער וויכטיג צו באטאנען אז די נקודה איז דוקא נישט צו 'אפשטופן' דעם מכשול פאר צען מינוט. ווייל א איד טאר קיינמאל נישט זאגן, אז איך גיי בידים טון א מכשול אין צען מינוט... נאר דירעקט נוצט מען די שפראך, "יעצט נישט, פאר צען מינוט וועל איך זיך האלטן שטארק". און דאס איז מיט די האפענונג אז אויך נאכדעם וועט מען זיך קענען שטארקן בסייעתא דשמיא.

מענין לענין איז פארהאן אן ענליכע עצה, וואס מען בויעט אויף דעם זעלבסט קאנטראל ביי אנדערע זאכן, וואו מען שטעלט זיך אויס בדוקא צו זיין אומבאקוועם, מיטן ציל צו אויפבויען די כוחות אז 'נישט אייביג דארף איך זיין באקוועם'.

איינס פון די שווערע זאכן ביי א נסיון איז אז היות דער נסיון ברענט, איז דאס די באקוועמסטע זאך פארן מענטש, און אוועקגיין דערפון וועט אים זיין שווער און אומבאקוועם.

דערפאר לערנט מען אויס צו מאכן עקסערסייז זיך אליינס אריינלייגן אין אומבאקוועמע סיטואציעס. ווי למשל זיצן ביים טיש און ווארטן פינף מינוט בעפארן אנהייבן עסן, גיין אין רעגן אן זיך איינציען די מוקסלען, נאר אננעמען דעם אומבאקוועמען נאסקייט רואיג און געלאסן. דערמיט ווערט מען באקוועמער צו זיין אומבאקוועם, און בעת נסיון וועט מען האבן שטערקערע כוחות צו זיין אומבאקוועם, און נישט מוזן נאכלויפן די יעצטיגע תאוה.

"עצה טובה" קאלעם, אינעם חודש'ליכע "לב להאזין" אימעיל, ווי זיי געבן איבער אינפארמאציע פונעם מדריך'ס טישל

PDF Preview