פרוביר נישט צו שפרינגען העכער דיינע מדריגות!
אֵלֶּה תּוֹלְדֹת נֹחַ נֹחַ אִישׁ צַדִּיק תָּמִים הָיָה בְּדֹרֹתָיו (ו ט)
דאס זענען די קינדער פון נח, נח איז געווען א צדיק א 'תמים' אין זיינע דורות
רש"י טייטשט אז די ווערטער "תולדות נח" גייען ארויף אויף זיינע מעשים טובים.
דער הייליגער רוז'ינער זי"ע איז מבאר, אז ווען א צדיק קומט אן צו א געוויסע הויכע מדריגה אין עבודת ה' לויט זיינע השגות, דארף ער זיך היטן נישט צו קוקן און פרובירן צו גיין העכער ווי זיין מדריגה, אזוי ווי עס שטייט ביי משה רבינו (שמות ג ו) 'ויסתר משה פניו כי ירא מהביט אל האלוקים', ווייל ווען א מענטש פרובירט צו דינען השי"ת מיט עבודות וואס זענען העכער ווי זיינע מדריגות, קען ער דורכדעם האבן גאר גרויסע ירידות ח"ו.
די עצה וויאזוי א מענטש קען זיין אפגעהיטן פון שפרינגען צו מדריגות וואס באלאנגען נישט צו אים, איז דורכדעם וואס ער איז זיך מתבונן און טראכט אריין: "ווי אזוי איז מעגליך אז איך, א בשר ודם, זאל קענען גיין אינעם פאלאץ פונעם מלך מלכי המלכים, איך בין דאך ממש עפר ואפר", און דורכדעם וואס ער איז זיך מתבונן אין זיין שפלות, וועט ער זיין אפגעהיטן פון זוכן עבודות וואס איז העכער זיין מדריגה.
דאס לערנט אונז דער פסוק: 'אלה תולדות נח', ווען א מענטש איז שוין אנגעקומען צו 'תולדות נח', דהיינו ער האט אסאך מעשים טובים, און ער דינט השי"ת מיט א הויכע מדריגה לויט זיינע השגות, דעמאלטס 'נח', דארף ער זיך שוין אפרוען און אפשטעלן, און נישט פרובירן צו קוקן און גיין העכער ווי זיין מדריגה, נאר ער זאל זיך מתבונן זיין אז ער איז דאך נישט מער ווי 'עפר ואפר', ממילא דארף ער זיך אפלערנען פון דעם 'יסוד העפר' וואס רועט שטענדיג אויף איין פלאץ. און מיט דעם איז פארענטפערט די כפל הלשון פון 'נח נח'.
ס'איז אבער וויכטיג צו געדענקען, אז אפילו א מענטש דארף טאקע זיין ביי זיך בשפלות אזוי ווי 'עפר', וואס 'עפר' איז דאך די נידריגסטע פון די פיר יסודות 'אש מים רוח עפר', דאך מיינט דאס נישט ח"ו אז ער זאל זיין בעצבות ומרה שחורה ח"ו, אדרבה, ער דארף זיין בשמחה אז מיט דעם אלעם איז ער זוכה צו דינען השי"ת. א רמז דערצו איז (פיוט לכה דודי) 'סוף מעשה במחשבה תחלה', דהיינו אפילו א מענטש איז ביי זיך בבחינות 'סוף מעשה', וואס דאס ווייזט אויפן 'יסוד העפר' וואס איז די לעצטע און נידריגסטע פון אלע יסודות, דאך 'במחשבה תחלה', 'במחשבה' איז אותיות 'בשמחה', דהיינו אז די ערשטע זאך דארף ער וויסן צו זיין שטענדיג בשמחה.
ג עירין קדישין פ' נח: אלה תולדות נח נח איש צדיק תמים היה בדורותיו את האלקים התהלך נח. ופירש"י ז"ל תולדותיהם של צדיקים מעשים טובים וכו', דהנה כשהצדיק בא למדרגה הגדולה עד אין חקר, שמביא חכמתו בכל מעשיו הטובים וקיום רצון השי"ת, אזי צריך להשפיל את עצמו ולא להסתכל ח"ו למעלה ממדריגתו, כדכתיב במשה כי ירא מהביט אל האלקים, והעצה לזה שיתבונן במחשבתו האיך אני בשר ודם יכול לילך בהיכל המלך ואני עפר ואפשר, והגם שלפי השכל בחי' עפר הוא המדריגה התחתונה מכל הד' יסודות אש רוח מים עפר, אמנם סוף מעשה בחשבה תחלה, על כן בחי' עפר הוא דוקא במחשבה, אותיות בשמחה. וזהו פירוש אלה תולדות נח, היינו כשבא למדריגה הגדולה הנ"ל שנקרא תולדות נח (שהם המעשים טובים), צריך לעמוד ולא להביט למעלה, וזה יש ללמוד מיסוד העפר שהוא דומם ונח, וזהו נח נח.