Skip to content

צדיקים זענען מחשיב זייערע מעשים טובים מער ווי זייער אייגענע קינדער

אור החיים הקדוש | October 19, 2026

אֵלֶּה תּוֹלְדֹת נֹחַ נֹחַ אִישׁ צַדִּיק תָּמִים הָיָה בְּדֹרֹתָיו אֶת הָאֱלֹהִים הִתְהַלֶּךְ נֹחַ: (בראשית ו' ט')

די וואכעדיגע פרשה הייבט זיך אן: אלה תולדות נח נח איש צדיק. פרעגט דער אור החיים הקדוש: עס איז דאך דא א כלל אז א יעדע פלאץ וואו עס שטייט די ווארט אלה, קומט עס עפעס צו פסל'ן. וואס קומט עס דא פסל'ן?

איז דער אור החיים הקדוש מסביר: די מדרש איז מבאר (ב"ר ל' ו'), דער פסוק הייבט זיך אן מיט אלה תולדות נח - דאס זענען די קינדער פון נח. דערנאך, אנשטאט אויסרעכענען זיינע קינדער, זאגט די פסוק אז נח איז געווען א צדיק.

זאגט די מדרש: די פסוק וויל אונז דא לאזן הערן אז די עיקר קינדער פון צדיקים זענען זייערע מעשים טובים. וועגן דעם, אנשטאט אויסרעכענען זיינע קינדער, רעכנט די פסוק אויס אז נח איז געווען א צדיק.

דער אוה"ח הק' איז מדייק אין די ווערטער: עיקר תולדותיהם של צדיקים מעשים טובים, די עיקר קינדער פון צדיקים זענען זייערע מעשים טובים. עס שטייט נישט סתם אז פאר צדיקים זענען זייערע מעשים טובים חשוב אזוי ווי זייערע קינדער, נאר עס שטייט מער ווי זייערע קינדער, ווייל פאר צדיקים זענען זייערע מעשים טובים חשוב'ער ווי זייער אייגענע קינדער.

מיט דעם פארענטפערט דער אור החיים הקדוש: וואס קומט די ווארט "אלה" צו פסל'ן? עס קומט צו פסל'ן נח'ס קינדער. פרשת בראשית ענדיגט זיך מיט די ווערטער ויולד נח את שם את חם ואת יפת - נח האט געבוירן דריי זוהן און פרשת נח הייבט זיך אן מיט די ווערטער נח איש צדיק - נח איז געווען א צדיק. די ווארט "אלה" קומט צו פסל'ן און לאזן הערן אז פאר נח איז זיינע מעשים טובים געווען חשוב'ער ווי זיינע אייגענע קינדער.

ואהבת את השם – ליב האבן דעם באשעפער מיט אלעס

און די ענין זאגט שוין דער אור החיים הקדוש אין פרשת ואתחנן (דברים ו' ה') אויף די ווערטער - ואהבת את השם אלוקיך בכל לבבך ובכל נפשך ובכל מאודך. די דריי ווערטער בכל לבבך ובכל נפשך ובכל מאודך קומט אונז צו לאזן הערן ווי שטארק א מענטש דארף ליב האבן דעם באשעפער.

דער אור החיים הקדוש טוט דאס צוגלייכן צו א מענטש וואס האט אסאך צרות - ער איז ארעם, ער קען נישט האבן קיין קינדער, ער ליגט אין בעט קראנק און האלט שוין אט אט ביים שטארבן. שטעל זיך פאר אז עס קומט צו אים א נביא און זאגט אים אז דער באשעפער גייט אים העלפן, ער גייט אים אויסהיילן און ווערן געזונט, ער גייט געבוירן א יונגל און ער גייט ווערן זייער רייך מיט א גרויסע עשירות. אזא מענטש וואלט זיכער ליב געהאט דעם באשעפער באהבת נפש, ער וואלט ממש אויסגעגאנגען פון ליבשאפט.

דאס זאגט דער פסוק: ואהבת את השם אלוקיך - דו זאלסט ליב האבן דעם אייבערשטען אזוי שטארק ווי כאילו ער האט דיר געגעבן אלעס וואס האט דיר געפעלט. בכל לבבך - כאילו ער האט דיר געגעבן קינדער (וואס זענען נאנט צום הארץ), בכל נפשך - כאילו ער האט דיר געגעבן לעבן ווען דו האסט שוין געהאלטן ביים שטארבן, ובכל מאודך - כאילו ער האט דיר געמאכט רייך ווען דו ביסט געווען ארעם. אזויווי דו וואלסט אים דעמאלטס ליב געהאט, אזוי זאלסטו אים ליב האבן שטענדיג!

ווי אזוי קען טאקע זיין אז די עבודת השם פון א מענטש זאל זיין מער באליבט ביי אים מער ווי אלעס אויף דער וועלט?!

דער משל פונעם סוחר און דעם דיימאנט

דער אור החיים הקדוש איז מסביר מיט א משל: א גרויסן עושר מיט א ריזיגע פארמעגן האט זיך געוואלט אריבערציען צו א צווייטע לאנד. היות ער האט נישט געקענט מיטשלעפן זיין גאנצע פארמעגן מיט זיך, האט ער עס פארקויפט און געקויפט מיט דעם א גרויסע טייערע דיימאנט שטיין. ער האט גוט איינגעפאקט די שטיין און זיך ארויסגעלאזט אין וועג. אינמיטן וועג, האט זיך אויסגענוצט זיין עסן. אויסגעמוטשעט און אויסגעהונגערט, האט ער פארגעזעצט זיין וועג ביז ער האט דערגרייכט די שטאט. ווען מען האט אים געפרעגט, "ווי אזוי האסטו דורך געמאכט אזעלכע שווערע צייטן פון הונגער און נויט?" האט ער געענטפערט, "וואס הייסט? איך בין נישט געווען צובראכן אז איך האב נישט קיין עסן. נאר פארקערט, איך בין גאר געווען בשמחה, ווייל איך האב געוואוסט אז איך שלעפ מיט זיך א טייערע דיימאנט שטיין וואס איך וועל קענען פארקויפן פאר א ריזיגע פארמעגן ווי נאר איך וועל אנקומען אין שטאט."

פירט אויס דער אור החיים הקדוש: די זעלבע זאך איז מיט עבודת השם. ווען א מענטש פארשטייט די ווערד און טייערקייט פון יעדע קליינע מצוה, קען ער זוכה זיין צו שפירן אן אמת'ע ליבשאפט און נאנטקייט צום באשעפער. נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב די מענטש איז נאר, נישט קיין חילוק וואס פאסירט מיט אים, אויב ער האט יא געלט אדער נישט, וועט ער נישט ווערן צובראכן ווייל ער ווייסט אז ער שלעפ מיט זיך גרויסע טייערע דיימאנטן פון מצוות און מעשים טובים. ער ווייסט אז ער גייט באקומען א מורא'דיגע שכר ווען ער גייט אנקומען אויף יענער וועלט, ער גייט קענען נהנה זיין מזיו השכינה וואס איז נישט דא נאך אזא גוטע זאך אויף די וועלט. פאר אזא מענטש וועט נישט אנגיין וואס עס טוט זיך אויף דער וועלט ווייל ער איז פרייליך און בשמחה אז ער קען דינען דעם באשעפער.

PDF Preview