Skip to content

ווען מען נעמט אן די יסורים מיט א שמחה, איז מען ממתיק אלע דינים!

- ו -
ווען מען נעמט אן די יסורים מיט א שמחה, איז מען ממתיק אלע דינים!

צֹהַר תַּעֲשֶׂה לַתֵּבָה (ו, טז)
[דער אויבערשטער האט געזאגט פאר נח:] דו זאלסט מאכן א באלייכטער פאר די תיבה

דער הייליגער תולדות יעקב יוסף זי"ע שרייבט: דאס ווארט 'צהר' קען מען שרייבן אויף דריי אופנים: 'צרה', 'רצה', און 'צהר'. דאס איז געווען די טיפע כוונה פונעם אויבערשטן, אז ער האט געזאגט פאר נח, אז ער זאל איבערדרייען פון 'צרה' [וואס ווייזט אויף אלע צרות און יסורים] צו 'רצה' [וואס איז א לשון פון 'באוויליגן'], און דאן וועט ווערן 'צהר' – א ליכטיגקייט, ווייל אלע דינים און צרות וועלן בטל ווערן און נמתק ווערן.

נח האט אבער נישט געקענט ממתיק זיין די דינים, דעריבער האט ער אנגענומען די ווערטער פונעם אויבערשטן לויט זייער פשוט'ן פשט, אז ער זאל מאכן א באלייכטער פאר די תיבה, וואס דאס גייט ארויף אויף א פענסטער, און דעריבער זאגט דער פסוק (ח, ו), אז אין די תיבה איז געווען א פענסטער.

די סיבה פארוואס נח האט טאקע נישט געקענט ממתיק זיין די דינים איז, וויבאלד אברהם אבינו איז נאכנישט געווען אויף דער וועלט, און צוליב דעם האט נאך כמעט נישט עקזיסטירט קיין מידת החסד אויף דער וועלט, ווייל נאר אברהם אבינו האט מגלה געווען בשלימות די מידת החסד (זע רש"י בראשית יא, לב). דעריבער האט נח נישט געקענט ממתיק זיין די דינים, און צוליב דעם איז ליידער געקומען די מבול, אבער אברהם אבינו האט יא געקענט טרעפן די חסד וואס איז באהאלטן 'אין' די דינים, און דערמיט ממתיק זיין די דינים.

לויט דעם יסוד קען מען ערקלערן דעם פסוק אין פרשת בהעלותך (במדבר י, ט): "וְכִי תָבֹאוּ מִלְחָמָה בְּאַרְצְכֶם עַל הַצַּר הַצֹּרֵר אֶתְכֶם וַהֲרֵעֹתֶם בַּחֲצֹצְרֹת וְנִזְכַּרְתֶּם לִפְנֵי ה' אֱלֹקֵיכֶם וְנוֹשַׁעְתֶּם מֵאֹיְבֵיכֶם" [ווען איר וועט קומען אין א מלחמה אין אייער לאנד, אויף דעם שונא וואס האט אייך פיינט, זאלט איר בלאזן מיט טרומפייטער'ס, און דאן וועט איר דערמאנט ווערן פארן אויבערשטן, און איר וועט געהאלפן ווערן פון אייערע פיינט]. דער פסוק איז מרמז: "וְכִי תָבֹאוּ מִלְחָמָה בְּאַרְצְכֶם" – אויב וועט קומען אויף אייך מלחמות און יסורים, איז די סיבה דערצו: "עַל הַצַּר הַצֹּרֵר אֶתְכֶם" – וויבאלד ס'איז געבליבן 'הצר', און מען האט דאס נישט איבערגעדרייט צו 'רצה' און 'צהר', און די עצה וויאזוי מען קען יא ממתיק זיין די דינים איז: "וַהֲרֵעֹתֶם בַּחֲצֹצְרֹת" – איר זאלט בלאזן מיט טרומפייטערס, וואס דאס איז א סימן וואס ווייזט אויף שמחה (זע עקידת יצחק שער סז), דאס מיינט, אז איר זאלט אננעמען די יסורים מיט א שמחה, און דאן: "וְנוֹשַׁעְתֶּם מֵאֹיְבֵיכֶם" - וועט איר געהאלפן ווערן פון אייערע פיינט, און ארויסגיין פון אלע צרות, ווייל דורך שמחה איז מען זיך מקשר צו דעם באהאלטענעם חסד וואס איז באהאלטן אין די דינים, און דורכדעם ווערן אלע דינים נמתק.

ו תולדות יעקב יוסף (ד"ה אמנם להבין): והנה תיבת צהר יש בו ג' צרופים, צר"ה רצ"ה צה"ר, וכוונת הש"י שאמר לנח צהר תעשה אל התיבה, שיהפך מן צרה רצה, ויהי צהר למתק דינין בשרשן כנ"ל. ובזה אמרו חז"ל (בר"ר לג, ג) צדיקים מהפכין מדת הדין למדת הרחמים. ונח לא הבין זה, או לא רצה, או לא יכול, וסבר צהר הוא חלון, ולכך ויפתח נח את חלון התיבה. דקשה הא לא נצטווה לעשות חלון רק א"ל צהר. וכי תימא דסבר כמאן דאמר צהר היינו חלון, א"כ קשה לאידך מאן דאמר דסבירא לי' צהר הוא אבן טוב, ואיך נח עשה חלון. אלא שמע מינה דשניהם אמת, והיינו לסברת נח הי' חלון, ובאמת הש"י צהר רמז כנ"ל. אמנם י"ל כי נח הבין כוונת הש"י למתק דינין בשרשן למצוא בו שרש חסד וכו', רק קודם שבא אברהם לא נמצא חסד בעולם, וזה שדרשו חז"ל וימת תרח בחרן (בראשית יא לב, עי' רש"י), עד אברהם הי' חרון אף של מקום וכו', וכשבא אברהם בא חסד לעולם. ובזה יובן משנה עשרה דורות מאדם עד נח להודיע כמה ארך אפים לפניו, שכל הדורות היו מכעיסין ובאין, ומכל מקום האריך אפו אולי יבא איזה צדיק שיוכל למתק דינין בשרשן, וז"ש לנח צהר תעשה לתיבה, שיהפך מדת הדין למדת הרחמים מן צרה צהר, והוא לא עשה כך כנ"ל, לכך הביא מבול. מה שאין כן מעשרה דורות של נח עד אברהם שנתגלה חסד בעולם, שהוא מדת אברהם עצמו, ויכול למתק דינין בשרשן, שמצא בדין שורש חסד ונעשה חסד מן הדין, לכך קיבל שכר כולם, והבן. ובזה יובן וכי תבאו מלחמה בארצכם, הסבה הוא על הצר הצורר אתכם. ר"ל משנשאר הצר, שלא ידעו להופכו מן הצר צהר רצה וכנ"ל. לכך עצה היעוצה והרעתם בחצוצרות, שהוא תואר שמחה, היפך תואר שופר שהוא חרדה, כמ"ש בעקידה בזה יעו"ש (עי' שער סז), ועל ידי שקיבל בשמחה נהפך מצרה רצה כמ"ש בשם מורי ז"ל.

PDF Preview