ווען נישט די הילף פון די 'פרומע' וואלטן די ציונים קיינמאל נישט געקענט אויספירן זייערע פינסטערע פלענער
- יח -
ווען נישט די הילף פון די 'פרומע' וואלטן די ציונים קיינמאל נישט געקענט אויספירן זייערע פינסטערע פלענער
וְכוּשׁ יָלַד אֶת נִמְרֹד הוּא הֵחֵל לִהְיוֹת גִּבֹּר בָּאָרֶץ׃ הוּא הָיָה גִבֹּר צַיִד לִפְנֵי ה' עַל כֵּן יֵאָמַר כְּנִמְרֹד גִּבּוֹר צַיִד לִפְנֵי ה' (י, ח-ט)
און כוש האט געבוירן נמרוד, ער האט אנגעהויבן צו זיין א גיבור אויף דער וועלט. ער איז געווען א גיבור וואס פאנגט פארן אויבערשטן, דעריבער וועט מען אלעמאל זאגן: "אזויווי נמרוד וואס איז א גיבור וואס פאנגט פארן אויבערשטן"
מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע ברענגט עטליכע מדרשים (בר"ר ל"ז ב', מ"ב ד') וואס ערקלערן אז 'כוש' מיט 'נמרוד' זענען געווען דער זעלבער מענטש, דהיינו אז דער באקאנטער רשע נמרוד ווערט אויך אנגערופן מיטן נאמען 'כוש', אבער לכאורה איז דאס נישט פארשטענדליך, ווייל דער פסוק זאגט דאך קלאר 'וכוש ילד את נמרוד', אז נמרוד איז געווען א זון פון כוש.
אויך איז שווער צו פארשטיין דעם אריכות הלשון 'הוא החל להיות גבור בארץ הוא היה גבור ציד', (רש"י טייטשט אז דער ווארט 'גבור' און 'גבור ציד' מיינט אז ער האט געמאכט ווידערשפעניגן די וועלט אין השי"ת), פארוואס דארף דער פסוק זאגן צום ערשט 'הוא החל להיות גבור' (ער האט אנגעהויבן צו זיין א גבור), עס שטייט דאך גלייך נאכדעם 'הוא היה גבור ציד' (ער איז געווען א גבור ציד), אויב אזוי פארשטייט זיך אליין אז אויב איז ער 'געווען' א גבור, האט ער דאך זיכער אמאל 'אנגעהויבן' צו זיין א גבור, אזויווי יעדע זאך וואס א מענטש טוט, האט ער דאס אמאל אנגעהויבן צו טון?
אויפן פסוק 'על כן יאמר כנמרוד גבור ציד לפני ה'', טייטשט רש"י: "אויף יעדן רשע וואס איז א עזות פנים און ווידערשפעניגט אין השי"ת, וועט מען זאגן אז ער איז פונקט אזויווי נמרוד גבור ציד". דארף מען פארשטיין, וואס איז די נפקא מינה צי מען וועט אים צוגלייכן צו נמרוד אדער צו א אנדערע רשע, ס'איז דאך נישט מעגליך אז די תורה זאלן שרייבן א איבריגע זאך און ס'מוז זיין אז די תורה זאגט אונז דא עפעס א לימוד אין דעם וואס ער שרייבט אז מען וועט אים צוגלייכן דוקא צו נמרוד?
נאר דער נאמען 'כוש' ווייזט אז דער מענטש פירט זיך אויף אנדערש ווי נארמאל, אזוי ווי די גמרא זאגט (מו"ק טז:), אז שאול המלך ווערט אנגערופן (תהלים ז א) 'כוש' וויבאלד ער איז געווען גאר א גרויסע צדיק, און זיין אויפירונג איז געווען אנדערש ווי סתם צדיקים, פונקט ווי א 'כושי' (שווארצער) וואס די קאליר פון זיין הויט איז אנדערש ווי אנדערע מענטשן.
די זעלבע זאך קען מען זאגן אויך פארקערט, אז ווען א רשע וואס ווערט אנגערופן 'כוש', ווייזט דאס אז זיין אויפירונג איז אנדערש ווי אנדערע רשעים, און ער איז גאר א גרויסע רשע, דהיינו אז ער איז נישט סתם אן אפענער רשע, נאר ער איז א 'צבוע', ער שטעלט זיך ארויס פונדרויסן כאילו ער איז א צדיק, כדי צו קענען פארנארן מענטשן און זיי אריינכאפן און זיין נעץ און זיי מיטשלעפן מיט זיך.
אזא סארט רשע איז טאקע נמרוד געווען, ווי דער אבן עזרא זאגט אויפן פסוק 'הוא החל להיות גבור בארץ' אז נמרוד האט געוועלטיגט אויף אלע חיות און בהמות, און ער פלעגט פאנגען חיות און בהמות און זיי מקריב זיין פאר השי"ת, און דער רמב"ן וואונדערט זיך אויף אים, אז לויט דעם קומט אויס אז נמרוד איז געווען א צדיק, און חז"ל האבן דאך געוואוסט בקבלה אז ער איז געווען א רשע.
מען קען אבער זאגן אז ביידע פירושים זענען אמת, ווייל די רשעים וואס ווילן פארנארן מענטשן פאנגען קודם אן מיט 'צביעות', זיי שטעלן אוועק א פנים פון קדושה און דערהויבנקייט און זאגן אז זיי מיינען נאר לשם שמים, און אזוי קענען זיי אריינארן און פארכאפן די גאנצע וועלט, ביז צום סוף ווערט אויפגעדעקט זייער שאנד און זייער רשעות. דעריבער ווען נמרוד האט געוואלט מאכן ווידערשפעניגן די וועלט קעגן השי"ת (אזוי ווי רש"י טייטשט), האט ער אויך קודם אנגעשטעלט א פנים פון א צדיק, כדי אז אפילו ערליכע מענטשן זאלן ווערן צוגעצויגן צו אים, ממילא האט ער אויך מקריב געווען אסאך קרבנות פאר השי"ת, צו ווייזן פאר יעדן אז ער איז א גרויסע צדיק, און דורכדעם האט ער צום סוף מצליח געווען צו מאכן אז די גאנצע וועלט זאל ווידערשפעניגן אין השי"ת.
דאס זאגט דער פסוק 'וכוש ילד את נמרוד', אז די מדה פון 'צביעות' וואס איז מרומז אין די ווארט 'כוש' (ווי אויבנדערמאנט), דאס האט גורם געווען 'נמרוד', דהיינו אז ער האט צום סוף מצליח געווען צו מאכן אז די גאנצע וועלט זאל ווידערשפעניגן אין השי"ת, ווייל ווען נישט זיין צביעות וואלט ער קיינמאל נישט געקענט אנקומען צו זיין פארדארבענע ציהל.
אזויווי מיר זעען ליידער היינטיגע צייטן אין ארץ ישראל, אז די 'פרומע' שטעלן זיך צו צו אלע שמד-שטיק און אפיקורסות'ן וואס די ציונים ווילן דורך פירן, און ווען נישט די הילף פון די 'פרומע' פארטייען וואלטן זיי קיינמאל נישט געקענט אויספירן זייערע פינסטערע פלענער.
ממילא שטימט שוין זייער גוט דאס וואס די מדרשים זאגן אז 'נמרוד' מיט 'כוש' זענען געווען איין מענטש, און ס'איז גארנישט שווער פונעם פסוק וואס זאגט 'וכוש ילד את נמרוד', ווייל דער פסוק מיינט צו זאגן אז 'נמרוד' ווערט אנגערופן 'כוש' וויבאלד ער איז געווען א 'צבוע', און נאר דורכדעם האט ער מצליח געווען צו מאכן די 'מרידה' אין השי"ת.
יעצט שטימט שוין אויך זייער גוט די המשך הפסוק 'הוא החל להיות גבור בארץ', דאס מיינט צו זאגן אז מיט די מדה פון 'כוש' וואס ער האט געהאט, דהיינו זיין צביעות, דורכדעם האט ער 'אנגעהויבן' צו אריינכאפן די גאנצע וועלט צו ווידערשפעניגן און השי"ת, אבער נאכדעם האט ער שוין אויפגעדעקט זיין אמת'ער פרצוף, און 'הוא היה גבור ציד לפני ה'', ווי רש"י טייטש אז דאס מיינט אז ער האט עפענטליך זיך ארויסגעשטעלט מיט זיין רשעות.
און דאס פירט דער פסוק אויס 'על כן יאמר כנמרוד גבור ציד לפני ה'', די תורה זאגט אונז מיט דעם אן, אז דער דאזיגער ענין דארף מען חזר'ן אין אלע דורות, כדי אז אלע דורות זאלן וויסן אז אויך דער רשע נמרוד האט קודם אנגעהויבן זיין מרידה אין השי"ת מיט דעם וואס ער האט זיך געמאכט ווי א צדיק, און ער האט מקריב געווען קרבנות פאר השי"ת, וואס נאר דורכדעם האט ער צום סוף מצליח געווען צו מאכן אז די גאנצע וועלט זאל ווידערשפעניגן און השי"ת. און דורכדעם וועלן אלע דורות וויסן זיך צו היטן און זיך נישט לאזן פארפירן פון די אלע 'צבועים' וועלכע שפראצן ארויס במשך הדורות, כאטש זיי שטעלן אוועק א פנים פון צדיקים, און נמרוד וועט דינען אזוי ווי א 'סעמפל' פאר כלל ישראל במשך אלע דורות, ווייל אויך ער האט זיך קודם פארגעשטעלט ווי א גרויס צדיק, און נאכדעם איז ער געווארן 'נמרוד'.
דאס זאגט דער פסוק 'על כן יאמר כנמרוד גבור ציד לפני ה'', אז אלע דורות וועלן וויסן אז אויך נמרוד האט אין אנפאנג מקריב געווען קרבנות פאר השי"ת, און דאך איז ער באמת געווען דער באקאנטער רשע 'נמרוד' וואס האט געמאכט די גאנצע וועלט ווידערשפעניגן אין השי"ת.
*
גייענדיג אויף דעם וועג, קען מען גוט פארשטיין די שייכות פון די דריי פסוקים מיט די ווארט 'יאמר' וואס די 'מסורה' ברענגט: א) אונזער פסוק 'על כן יאמר כנמרוד גבור ציד', ב) דער פסוק אין פרשת חקת (במדבר כא יד) 'על כן יאמר בספר מלחמות ה' וגו' ואת הנחלים ארנון', ג) דער פסוק אין תהלים (פז ה) 'ולציון יאמר איש ואיש יולד בה'.
ווייל ווי אויבנדערמאנט, רעדט דער פסוק 'על כן יאמר כנמרוד גבור ציד' פון די צביעות פון נמרוד, אז קודם איז ער נישט געקומען מיט א אפענע רשעות, נאר ער האט 'באהאלטן' זיינע מעשים פון מענטשן כדי מען זאל מיינען אז ער איז א צדיק. און דאס איז ענליך צו דער פסוק 'על כן יאמר בספר מלחמות ה' וגו' ואת הנחלים ארנון', ווי רש"י ברענגט דארט די מעשה וואס האט דאן פאסירט, אז די אמוריים האבן נישט געמאכט דעמאלטס קיין אפענע מלחמה מיט די אידן, נאר זיי האבן זיך 'באהאלטן' אין די בערג כדי צו קענען באפאלן די אידן פלוצלונג. קומט אויס אז יענע מלחמה פון די אמוריים קעגן די אידן איז געווען אויף דעם זעלבן אופן ווי נמרוד האט מלחמה געהאלטן (כביכול) מיט השי"ת, ווייל ביידע מלחמות זענען צוגעגאנגען אויף א 'באהאלטענע' וועג.
די זעלבע איז אויך מיט דעם דריטן פסוק 'ולציון יאמר איש ואיש יולד בה', וואס דאס איז א נבואה אויף היינטיגע צייטן, וואס עס טוט זיך ליידער אפ א גרויסע מלחמה אין 'ציון', ענליך צו די מלחמה פון נמרוד קעגן השי"ת, דאס איז די גרויסע מלחמה וואס די ציונים פירן קעגן השי"ת, וואס זיי פרובירן מיט אלע כוחות צו מאכן אז אלע אידן זאל ווידערשפעניגן אין השי"ת רח"ל. און פונקט ווי די מלחמה פון נמרוד איז צוגעגאנגען אויף א אופן פון 'צביעות' און באהאלטענערהייט, וואס נאר אזוי האט ער מצליח געווען אנצוקומען צו זיין פינסטערן ציל, אזוי אויך גייט די היינטיגע מלחמה אין 'ציון' אויך צו מיט כל מיני 'צביעות' און פאלשקייטן, זיי באהאלטן זייערע אמת'ע מעשים און כוונות זאגנדיג אז זיי מיינען נאר לשם שמים, כדי אז דורכדעם זאלן זיי קענען צו ציען צו זיך דאס גאנצע כלל ישראל רח"ל.
דאס איז פשט פונעם לשון הפסוק 'איש ואיש יולד בה', ווייל אויף דער פסוק אין די מגילה (א ח) 'לעשות ברצון איש ואיש', דרש'נען חז"ל (מגילה יב.) 'לעשות כרצון מרדכי והמן', וואס די כוונה דערפון קען מען זאגן, אז אחשורוש האט צוגעשטעלט ביי זיין סעודה אויך כשר'ע עסן, וועלכע זענען געווען אויפן העכסטן סטאנדארט פון כשרות, ממש 'כרצון מרדכי', אזוי ווי ביי מרדכי הצדיק אין שטוב, אבער באמת איז דאס 'כרצון המן', ווייל נאר דורכדעם האט ער מצליח געווען אויך אהינצושלעפן אויך די ערליכע אידן, און צום סוף זענען זיי ליידער נכשל געווארן.
די זעלבע איז מרמז דער פסוק 'איש ואיש יולד בה', דאס איז א נבואה אז די מלחמה קעגן השי"ת וואס וועט זיין היינטיגע צייטן אין 'ציון', וועט צו גיין אויף א אופן פון 'כרצון המן ומרדכי', דהיינו אז עס וועלן זיך צושטעלן צו די ציונים אויך 'פרומע' מענטשן, און זיין וועלן טענה'ן אז זיי מיינען נאר לשם שמים צו ראטעווען דאס אידישקייט 'כרצון מרדכי', אבער באמת איז דאס 'כרצון המן', ווייל נאר דורכדעם קענען ליידער די ציונים מצליח זיין און אריינכאפן אויך די ערליכע אידן און זיין מכשיל זיין, השי"ת יצילנו מהם ומהמונםיח.
יח חידושי תורה (שווארצע בענדער) פ' נח, עמ' ל"ג: ולהלן בפרשה וכוש ילד את נמרוד הוא החל להיות גבור ציד בארץ הוא הי' גבר ציד לפני ה' על כן יאמר כנמרוד גבור צדי לפני ה'. ובמד"ר פ' לך עה"פ ויהי בימי אמרפל איתא ג' שמות נקראו לו כוש נמרוד אמרפל וכו', וכן במד"ר בפרשתינו איתא הה"ד שגיון לדוד אשר שר לה' על דברי כוש בן ימיני וכו', כנגד בימה של רשע אמרו וכי כושי הוה עשו אלא שעשה כמעשה נמרוד, ופירש במת"כ דנמרוד נקרא כוש ככתוב וכשו ילד את נמרוד וכדלקמן. וצריך להבין אם כוש הוא נמרוד למה כתיב וכוש ילד את נמרוד, ומה הוא אריכות הלשון הוא החל וגו' הוא הי', פשיטא שאם הי' גבור ציד מסתמא החל להיות ולמה אמרו בכפילא. על כן יאמר וגו' פרש"י על כל אדם מרשיע בעזות פנים יודע רבונו ומתכווין למרוד בו יאמר זה כנמרוד גבר ציד, יש להבין מה נפק"מ בזה אם ידמו אותו לנמרוד או לרשע אחר, דבתוה"ק א"א שיהי' דבר מיותר שלא לצורך, ומאי לימוד יש בזה שיאמרו כן וידמו אותו לנמרוד דייקא. על כן יאמר וגו' ג' במסורה, ע"כ יאמר כנמרוד, ע"כ יאמר בספר מלחמות ה', ולציון יאמר איש ואיש יולד בה, וצ"ב וכו'. ומשם בארה לבאר הפסוק וכוש ילד את נמרוד, דהנה שם כוש מורה על שינוי במעשי האיש, פעמים לטב ופעמים לביש, וכמו שדרשו ז"ל (מ"ק ט"ז ע"ב) על שאול שר לה' על דברי כוש בן ימיני וכי כוש שמו והלא שאול שמו אלא מה כושי משונה בעורו אף שאול משונה במעשיו, וכמו כן לאידך גיסא גם אדם רשע שנקרא כוש הוא בשביל שהוא משונה במעשיו משאר רשעים, כלומר שהוא צבוע ואינו רשע בגלוי ובפרהסיא, כי בחיצוניותו מראה את עצמו לצדיק ובקרבו ישים ארבו והוא רשע גמור. וכמ"ש הרמב"ן ז"ל עה"פ הוא הי' גבור ציד לפני ה', והביא בשם הראב"ע ז"ל שפי' כי החל להיות גבור על החיות לצוד אותן, ופירש לפי ה' שהי' בונה מזבחות ומעלה את החיות לעולה לפני ה', והקשה עליו הרמב"ן דהרי הוא מצדיק רשע ורבותינו ידעו רשעו בקבלה, ופי' באופן אחר עיי"ש. אבל נראה דתרווייהו איתנהנו, בין פירושו של הראב"ע ז"ל ובין פירושו של הרמב"ן ז"ל, דכך הוא דרך הרשעים הרוצים להטעות את הבריות שמתחלה מתחילים בדרך של צביעות והעמדת פנים להתלבש באיצטלא של קדושה ורוממות שם שמים בפיהם לאמור שכל כוונתם הוא לשמים, ובזה יכולים להטעות ולהתעות את כל העולם כולו, עד שלבסוף נתגלה קלונם ורשעם. ולכן גם נמרוד שהמריד את כל העולם כולו על הקב"ה כפירש"י ז"ל, ג"כ השתמש תחלה במדת הצביעות להמשיך אליו כל סוגי בני אדם וללכם ברשתו, ולכן גם הקריב קרבנות לה' להראות לפני כל שהוא צדיק גמור, ועי"ז יכול הי' להמריד את כל העולם כולו על השי"ת ר"ל. וזהו פי' הפסוק וכוש יולד את נמרוד, הכוונה שמדת הצביעות שלו המרומז בתיבת כוש היא היא שהולידה את נמרוד להמריד כל העולם על הקב"ה, ובלעדי זאת לא הי' יכול להשיג זממו. כמו שרואין בעוה"ר בדורינו זה שלכל מעשה שמדיות ואפיקורסות שלהם נזקקים להם הדתיים, ולולא עזרתם של הדתיים למיניהם א"א להם לרשעים להשיג חפצם ומאויים. ולכן אמר הכתוב הוא 'החל' להיות גבור בארץ פ' במדת כוש שלו היינו הצביעות בזה התחיל להיות גבור בארץ להתגבר על כל העולם ולהמריד עולם ומלואו על הקב"ה עד שנעשה אח"כ גבור ציד לפני ה' וכפרש"י להקניטו על פניו. וז"ש על כן יאמר כנמרוד גברו ציד לפני ה', פי' דברים הללו צריכים להאמר בכל דור ודור למען ידעו הדורות שגם נמרוד התחיל עבודתו על ידי צביעות בהקריבו קרבנות לפני ה' והעמיד פנים כצדיק עד שהמריד בזה את כל העולם, ואם ככה ידעו כל הדורות לא יבואו להטעות ולילך שולל אחרי הצבועים שבכל דור ודור אעפ"י שנראים כצדיקים, ויהי' נמרוד לאות לבני ישראל שגם הוא עשה ככה והתראה עצמו כצדיק גמור ואח"כ נעשה ממנו נמרוד, וזשה"כ על כן יאמר כנמרוד גברו ציד לפני ה', היינו שידעו כל הדורות שגם נמרוד הקריב קרבנות לפני השי"ת ואעפי"כ הוא נמרוד שהמריד את כל העולם נגד הקב"ה. וזאת תורת המסורה על כן יאמר כנמרוד גבור ציד לפני ה' שהטעה את הבריות בצביעות ובהסתרת מעשיו מבני אדם שיחשבו עליו שהוא צדיק, על כן יאמר בספר מלחמות ה' וגו', פי' דגם אותה המלחמה של נחל ארנון היתה משונה מכל שאר המלחמות שהי' להם לישראל עם האמוריים והכנענים, דאז באו עליהם במסתרם מבלי שירגישו בהם ישראל, וכמו שמביא רש"י ז"ל שם עה"פ ואשד הנחלים שהיו האמוריים נחבאים שם בהרים וכו' והיתה המלחמה בהחבא ובסתר, כמו כן מלחמת נמרוד נגד הקב"ה הי' בסתר מלובש בצביעות שהי' אומר לבנ"א שכוונתו הוא לש"ש להמשיך את העם לעבודת השי"ת. ולציון יאמר איש ואיש יולד בה, שהנבואה מרמזת על זה הדור שיהי' מלחמה גדולה בציון, דומה למלחמת נמרוד על הקב"ה שהמריד נגדו את כל העולם והשתמש במדת הצביעות, כך הוא היום בציון שממרידים את כל העולם על הקב"ה ומשתמשים ג"כ במדת הצביעות באמרם שכוונתם לש"ש, ומסתירים מעשיהם כדי להמשיך עי"ז את כל העולם לדרכם הנלוזה. ואומרו איש ואיש יולד בה אפ"ל עפי"מ דאיתא בגמרא (מגילה י"ב ע"א) לעשות כרצון איש ואיש, אמר רבא לעשות כרצון מרדכי והמן וכו', אחשורוש שרצה להכשיל את ישראל שיבואו ויהנו מסעודתו בודאי הנה שיהי' הכל בתכלית הכשרות כמו בביתו של מרדכי ועי"ז יוכל לצוות לכל ישראל לבוא ולסעוד שמה כיון שאין להם יותר שום אמתלא והתנצלות מצד כשרות וכו', וז"פ לעשות כרצון איש ואיש זה מרדכי והמן שהנהיג כשרות בסעודתו שיהי' גם כרצון מרדכי, וגם רצונו של המן נעשה בזה שהרי עי"ז יתפתו שמה לשאר עבירות כמבואר בדברי חז"ל. וזהו כוונת הפסוק ולציון יאמר איש ואיש יולד בה, שהגידה הנבואה שתהי' מלחמה בציון באחרית הימים וימרידו את כל העולם על הקב"ה ע"י שאיש ואיש יולד בה, כלומר שיעשו כרצון מרדכי והמן לפתות את כל העולם לדרכיהם הרעים והמקולקלים על ידי שיעמדו לעזרתם גם אנשים כאלו שאומרים שכל כוונתם הוא בשביל כבוד שמים והצלת התורה כרצון מרדכי הצדיק ובזה ילכדו כל העולם לרשתם.