Skip to content

וויאזוי איז מען מצליח א ִנצוהאלטן א 'קבלה'?

הרה"ג ר' דויד מעהרינג שליט"א הרה"ג רבי ישראל מרגליות שליט"א

5. די ריכטיגע באלא נס

ארבעטן נאר לויט די מדריגה וואו מען געפינט זיך יעצט, נישט ווייניגער און נישט העכער

יעדער פארשטייט אז אויב מ'נעמט זיך אונטער עפעס וואס מ'טוט שוין סייווי, איז עס נישט קיין געהעריגע קבלה. ווידעראום, אויב מען נעמט זיך אונטער אויף עפעס וואס גייט אנקומען גאר שווער, דעמאלט איז דא א שטארקע חשש אז מ'וועט שפעטער דורכפאלן, און דעמאלט וועט זיין נאך ערגער, ווייל דער מענטש וועט שפירן אז ער קען זיך נישט האלטן צו זיינע קבלות.

די ריכטיגע מהלך איז דעריבער: אז מ'זאל זיך אונטערנעמען עפעס וואס מ'דארף זיך אביסל אנשטרענגען דאס אויסצופירן, אבער מ'זאל נישט נעמען קיין איבערגעטריבענע קבלות, וואס מ'האלט נאכנישט דערביי.

א גוטע ביישפּיל דערצו: ווען א לאנד גייט אין א מלחמה איינצונעמען שטחים פון א צווייטע לאנד, איז אלעמאל פארהאן דריי סארט טעריטאריעס פונעם שונא: ס'איז דא די שטחים וואס מ'האט שוין איינגענומען – דארט איז מער נישטא קיין מלחמה; ס'איז דא די טעריטאריע וואס געפינט זיך נאך זייער טיף אריין ביים שונא – דארט קען מען נאכנישט קעמפן, ווייל מ'האלט נאך א שטאפּל פריער; און דאן איז דא דער שלאכטפעלד, דער שטח וואו די מלחמה שפּילט זיך יעצט אפּ. דארט איז די עיקר מלחמה וואו מ'דארף פארלייגן אלע קרעפטן!

ווען ס'קומט צו אונזער רוחניות'דיגע מלחמת היצר, ארבעט עס אויפ'ן זעלבן מהלך: די חכמה איז נישט צו מאכן א קבלה אויף א זאך וואס מ'האט שוין דורכגעבראכן, און אוודאי נישט צו מאכן קיין איבערגעטריבענע קבלות אויף עפעס וואס איז נאך זייער ווייט פון אונזער יעצטיגע מדריגה. די חכמה איז זיך צו שלאגן אויף דעם שטאפל וואו מ'האלט יעצט. אט דער 'שטח המלחמה' איז ביי יעדן אנדערש, און דארט דארף מען זיך בעיקר פארלייגן.

צוביסלעך ווערט עס א 'הרגל נעשה טבע'. דער מענטש הייבט אן שפירן באקוועם מיט דער הנהגה, ס'ווערט א חלק פון זיין לעבן. דעמאלט קען מען גיין א טריט ווייטער און נעמען נאך א קבלה. יעדע שטיק צייט קען מען בעז"ה אויסברייטערן דעם מלחמה פראנט אביסל ארויפציר, און אזוי קומט מען אן זייער ווייט, דוקא מיט קליינע שטאפלען, נישט אויף איינמאל.

אויב א איד גייט אויף דעם מהלך, זיך אונטערצונעמען יעדע שטיק צייט א נייע צוגעפאסטע קבלה לויט זיין יעצטיגן מצב, וואס ער ווייסט ביי זיך קלאר אז ער האט אצינד די כוחות דאס צו מקיים זיין, וועט ער אודאי דערגרייכן אזעלכע פלעצער וואס ער האט קיינמאל נישט געקלערט אז ער קען זוכה זיין דערצו בעז"ה.

PDF Preview