זיי זיך משתתף אין דיין חבר'ס צער, אזוי קענסטו פועל'ן א ישועה פאר אים
- טו -
זיי זיך משתתף אין דיין חבר'ס צער, אזוי קענסטו פועל'ן א ישועה פאר אים
אֶת קַשְׁתִּי נָתַתִּי בֶּעָנָן... וְהָיָה בְּעַנְנִי עָנָן עַל הָאָרֶץ וְנִרְאֲתָה הַקֶּשֶׁת בֶּעָנָן: וְזָכַרְתִּי אֶת בְּרִיתִי אֲשֶׁר בֵּינִי וּבֵינֵיכֶם... וְלֹא יִהְיֶה עוֹד הַמַּיִם לְמַבּוּל לְשַׁחֵת כׇּל בָּשָׂר (ט יג-טו)
איך האב אריינגעלייגט מיין בויגן אין א וואלקן... און ווען איך וועל וועלן ברענגען א פינסטערע צרה אויף דער וועלט, און עס וועט געזען ווערן דעם בויגן אין די וואלקן. און איך וועל געדענקען ביין בונד וואס איז צווישן מיר און צווישן אייך... און עס וועט מער נישט קומען קיין מבול צו פארדארבן אלע באשעפענישן
הרה"ק רבי הערשלע ליסקער זי"ע איז מרמז אין די פסוקים א געוואלדיגע בחינה, לויט דעם וואס דער בעל עקידה איז מבאר דעם ענין וואס א מענטש קען מתפלל זיין אויף זיין חבר בשעת זיין חבר געפונט זיך אין א צרה, לכאורה האט דאך השי"ת זיכער געברענגט די צרה אויף זיין חבר צוליב אן עונש אויף א עבירה וכדו', אויב אזוי וויאזוי קען ער קומען בעטן אז השי"ת זאל אוועק נעמען די צרה. נאר וויבאלד ער איז זיך משתתף אין די צער פון זיין חבר, און ער האט אויך צער דערפון, און פאר אים קומט זיך דאך נישט די דאזיגע צער, ממילא איז דאך נישט מער ווי רעכט אז השי"ת זאל אויך מוחל זיין פאר זיין חבר, כדי אז ער זאל נישט האבן קיין צער פון זיין חבר'ס צרה.
דאס איז פשט אין די ווערטער פון גמרא (ברכות לב.), אז בשעת'ן חטא העגל האט השי"ת געזאגט פאר משה רבינו 'לך רד מגדולתך', און משה רבינו איז שוואך געווארן דערפון און האט נישט געהאט קיין כח צו רעדן, אבער נאכדעם וואס ער האט געהערט ווי השי"ת זאגט 'הרף ממני ואשמידם', האט ער זיך געשטארקט און מתפלל געווען פאר כלל ישראל. לכאורה דארף מען פארשטיין, פארוואס באמת האט אים השי"ת געזאגט 'לך רד מגדולתך'?
נאר השי"ת האט געוואלט אז משה רבינו זאל מתפלל זיין פאר די אידן, ממילא האט אים געזאגט 'לך רד מגדולתך' כדי משה רבינו זאל זיך אויך מצער זיין מיט די צרה פון די אידן, און דורכדעם וועט ער האבן א כח צו מתפלל זיין פאר זיי, אבער משה רבינו האט נישט פארשטאנען די כוונה פון השי"ת, נאר ער האט געמיינט אז השי"ת איז ברוגז אויף אים, ממילא איז ער שוואך געווארן, אבער דערנאך ווען השי"ת האט געזאגט 'הרף ממני ואשמידם', און ער האט פארשטאנען אז אלעס ווענדט זיך אין זיין תפילה, דעמאלטס האט ער פארשטאנען אז דאס וואס השי"ת האט געזאגט 'לך רד מגדולתך' איז נאר געווען כדי אז ער זאל מתפלל זיין פאר די אידן, און ממילא האט ער זיך תיכף געשטארקט און מתפלל געווען פאר זיי.
עס קען זיין אז אויך ביים דור המבול, אויב נח וואלט זיך געשטארק צו מתפלל זיין פאר זיי, און ער וואלט מיטגעפילט מיט זייער צער, וואלט ער זיי געקענט דורכדעם ראטעווען, אבער נח האט דאס נישט אין אכט גענומען דאס צו טון, און די סדר פון השי"ת איז אז עס איז נישט משפיע חסדים אָן אן אתערותא דלתתא, ממילא איז די גאנצע דור פארלוירן געווארן פונעם מבול. אבער נאכן מבול ווען נח האט מקריב געווען די קרבנות, און השי"ת האט דעמאלטס געזאגט אז ער וועט מוחל זיין די קומענדיגע דורות אויב זיי וועלן זינדיגן, שרייבט דארט די תורה (ח כא) 'וירח ה' את ריח הניחוח', אז הקב"ה האט באמת געוואלט אז נח זאל מתפלל זיין אויף זיין דור, אז השי"ת זאל זיי מוחל זיין און זיי זאלן געראטעוועט ווערן פון די מבול.
ממילא האט השי"ת געזאגט, אז פון היינט און ווייטער וועלן די צדיקים פון יעדן דור אויך שפירן די צער פון די עונש וואס קומט אויף דור, און זיין וועלן זיך אויך דארפן משתתף זיין מיט די צער פונעם ציבור, כדי אז דורכדעם זאלן מתפלל זיין אויפן דור, און דורך זייער תפלה וועט דער דור געראטעוועט ווערן פונעם עונש.
דאס זאגט דער פסוק 'את קשתי נתתי בענן', דער צדיק ווערט אנגערופן (בספרי קבלה) 'קשת', און דאס ווארט 'ענן' ווייזט אויף א צרה, וואס איז טונקל ווי א וואלקן. און השי"ת האט געזאגט 'את קשתי נתתי בענן', אז אויך דער צדיק וועט פון היינט און ווייטער מוזן שפירן די צרה, 'והיה בענני ענן על הארץ ונראתה הקשת בענן', ווען עם קומט א צרה אויף דער וועלט וועט דער צדיק אויך זיין א חלק דערפון, ווייל אזוי וועט ער דאך זיכער מתפלל זיין אויפן דור, און דורכדעם 'וזכרתי את בריתי וגו' ולא יהי' עוד המבול לשחת', אז די מדת הדין וועט מער נישט האבן קיין כח צו ברענגן די עונש, וויבאלד אז פאר די צדיקים קומט דאך נישט קיין עונש, און ממילא וועט אויך די גאנצע דור געראטעוועט ווערן אין זייער זכות.