דער אויבערשטער גיט גוטס פון פאראויס
רְאֵה אֶנֹכִי נֹתֵן לִפְנֵיכֶם הַיּוֹם בְּרָכָה וּקְלָלָה: אֶת הַבְּרָכָה אֲשֶׁר תִּשְׁמְעוּ אֶל מִצְוֹת ה' אֱלֹקֵיכֶם, וְהַקְלָלָה אִם לֹא תִשְׁמְעוּ: (יא כו-כז) אלע פרעגן פארוואס ביי די ברכה שטייט די ווארט אֲשֶׁר, א לשון עתיד, וואס דו גייסט טאן, און ביי די קללה שטייט אִם, א לשון עבר, אויב דו וועסט דא טאן? נאך בפשטות קען מען ענטפערן אז עס שטייט אידן זענען בנים למקום: דער אויבערשטער פירט זיך מיט אונז ווי א טאטע צו זיין זיין קינד, און דער שטייגער פון א טאטע איז, אויב ער וויל אז דאס קינד זאל זיך אויפירן גוט, גיט ער אים פון פאראויס א מתנה אז ער זאל גיין אויפן גוטן וועג, ער גיט אים זיין שכר פון פאראויס, און אויך נאך וואס דער קינד פירט זיך אויף גוט, גיט אים זיין טאטע נאך א מתנה, אבער ווען עס קומט צו באשטראפן א קינד קען דאס נישט זיין איידער דער קינד פירט זיך נישט אויף גוט, ווייל א שטראף איז נאר נאכן נישט זיין גוט, אזוי פירט זיך אויך דער אויבערשטער מיט אונז, ער זאגט צו גוטע שכר איידער מיר זענען מחויב אין זיין באפוילט, אזוי ווי מען זעהט ער האט אונז מקדים געווען און געגעבן א מתנה די הייליגע ארץ ישראל נאר אויף דעם תנאי אז מיר זאלן היטן זיינע מצוות, ווי עס שטייט: וַיִתֵן לָהֶם אַרְצוֹת גּוֹיִם וַעֲמַל לְאֶמִים יִירְשׁוּ בַעֲבוּר יִשְׂמְרוּ חָקָיו וְתוֹרֹתָיו יִנְצֹרוּ: (תהלים קה מה) איז דאס א מתנה פון פריערט און שכר אויף היטן די מצוות, און הגם דער אויבערשטער האט געוואוסט אז מען גייט זינדיגן, פונדעסטוועגן איז דער משפט פון מענטש נישט אויפן עתיד, נאר ערשט נאכדעם וואס מען האט שוין עובר געווען, ווי מיר געפינען ביי ישמעאל: כִי שָׁמַע אֱלֹקִים אֶל קוֹל הַנַּעַר בַאֲשֶׁר הוּא שָׁם: און מען דרשענט אין גמ' (ראש השנה ט"ז ע"ב) אָמַר רַבִּי יִצְחָק אֵין דָּנִין אֶת הָאָדָם אֶלָּא לְפִי מַעֲשָׂיו שֶׁל אוֹתָהּ שָׁעָה, מען איז נאר דן דעם מענטש לויט די מעשים וואס ער טוט יעצט, און נישט לויט דעם וואס ער וועט טאן, מיט דעם איז גוט אונזער פסוק: פארוואס שטייט ביי דער קללה אִם לֹא תִשְׁמְעוּ לשון עבר? ווייל ערשט ווען מען הערט זיך נישט צו, קומט די קללה, אבער ביי אֶת הַבְּרָכָה, שטייט אֲשֶׁר תִּשְׁמְעוּ, א לשון עתיד, ווייל ביי די ברכה גיט דער אויבערשטער שוין פאראויס, אבער וְהַקְלָלָה אִם לֹא תִשְׁמְעוּ, שטייט א לשון עבר, ווייל דער עונש איז נאר נאך מען האט נישט געפאלגט. (אפריון לבעל קיצור שו"ע מבואר ע"י שמח זבולון תשפ"ו)
דרוש מיט אמונה אין השגחה פרטית האט מען נאר ברכה
רְאֵה אֶנֹכִי נֹתֵן לִפְנֵיכֶם הַיּוֹם בְּרָכָה וּקְלָלָה: אֶת הַבְּרָכָה אֲשֶׁר תִּשְׁמְעוּ אֶל מִצְוֹת ה' אֱלֹקֵיכֶם: (יא כו-כז) מען קען מסביר זיין לויט ווי עס שטייט אין ספר פרי הארץ פון הרה"ק ר' מענדיל מוויטעבסק זצוק"ל אויפן פסוק וְצַדִיק בֶאֱמוּנָתוֹ יִחְיֶה (חבקוק ב) אַז דער צדיק וואָס גלויבט אַז דער אויבערשטער איז מיט אים, און דער זאך וואס איז געקומען איז מיטן פולן השגחה פון אויבערשטן, דעריבער האט דער צדיק א כח צו איבערדרייען די זאך צו א ברכה און לטובה, און דאס איז פשט אֶת הַבְּרָכָה אֲשֶׁר תִּשְׁמְעוּ אֶל מִצְוֹת' ה' אֱלֹקֵיכֶם, דאס מיינט אֶת הַבְּרָכָה, אז איר וועט שטענדיג האבן א ברכה, אֲשֶׁר, אויב, תִּשְׁמְעוּ אֶל מִצְוֹת ה' אֱלֹקֵיכֶם, איר וועט דערהערן און גלויבן אז אלעס פירט דער אויבערשטער מיט השגחה פרטית, און דאס זעהט מען אין די גמ' (ברכות דף ס ע"ב) ביי רבי עקיבא וואָס האָט שטענדיג געזאָגט כָל דְעָבִיד רַחְמָנָא לְטַב עָבִיד, אלעס איז געטאן געווארן פון אויבערשטן לטוב, ווייל ער האט געהאט אמונה אין השגחה פרטית, האט זיך ביי אים אלעס איבערגעדרייט אויף גוטס, אויב אַזוי איז גוט דער ענין פון רְאֵה אָנֹכִי נֹתֵן "לִפְנֵיכֶם" הַיּוֹם: אֶת הַבְּרָכָה, אויב דו ווילסט אלעמאל האבן א ברכה און עס זאל זיין גוט, דאס איז לִפְנֵיכֶם, אין אייערע הענט, האב שטארק אמונה אז אלעס פירט זיך פון אויבערשטן, און עס וועט אלעס זיין בְּרָכָה. (אך פרי תבואה הרה"ק מליסקא) לפי"ז קען מען מקשר זיין דעם פסוק צו רְאֵה נָתַתִּי לְפָנֶיךָ הַיּוֹם אֶת הַחַיִּים וְאֶת הַטְוֹב וְאֶת הַמָּוֶת וְאֶת הָרֶע: וגו' (דברים ל' ט"ו) און אין ביידע פסוקים שטייט רְאֵה און נָתַתִּי ענין פון נתינה, און לְפָנֶיךְ פאר דיר, און הַיּוֹם, היינט, נאר ווייל אלעס ווענדעדט זיך אין דיר רְאֵה נָתַתִּי "לְפָנֶיךְ", עס איז אין דיינע הענט, און דער אויבערשטער האט געגעבן א געוואלדיגע מתנה, הַיּוֹם היינט, גלויב מיטן אמת אז אלעס וואס געשענט איז געטאן בהשגחת הבורא ית"ש, וועט אלע זאכן ווערן נאר טוב און א ברכה. (שמח זבולון תשפ"ו)