א. בנוגע לתפלה בצבור — וואָס איז פֿון די מעלות הכי חשובות אין תפלה — געפֿינט מען אַ פלוגתא צווישן די חכמים און רבן גמליאל: די חכמים זאָגן „כשם ששליח ציבור חייב כך כל יחיד ויחיד חייב“ — עס איז דאָ אַ חיוב אויף יעדן יחיד (פֿונעם ציבור) צו מתפלל זיין פֿאַר זיך; „רבן גמליאל אומר שליח ציבור מוציא את הרבים ידי חובתן“.
און די גמרא ברענגט אויף דעם אַ ברייתא: „אמרו לו לרבן גמליאל לדבריך למה ציבור מתפללין, אמר להם כדי להסדיר שליח ציבור תפלתו (דער שליח ציבור זאָל האָבן צייט צוגרייטן זיין תפלה), אמר להם רבן גמליאל לדבריכם למה שליח ציבור יורד לפני התיבה אמרו לו כדי להוציא את שאינו בקי, אמר להם כשם שמוציא את שאינו בקי כך מוציא את הבקי“.
דאָס הייסט: לויט די חכמים, איז „ציבור עיקר“: דער ענין פֿון תפלה בצבור איז וואָס דער ציבור איז מתפלל צוזאַמען, און דער ענין פֿון חזרת הש״ץ איז בלויז אַ תקנה צו מוציא זיין דעם „אינו בקי“; משא״כ ר״ג האַלט, אַז „שליח ציבור עיקר“: דער עיקר ענין פֿון תפלה בצבור איז די תפלת הש״ץ, און דאָס וואָס איידער חזרת הש״ץ איז יעדער יחיד פֿון דעם ציבור מתפלל תפלת לחש פֿאַר זיך, איז דאָס בלויז אַ תקנה צוליב׳ן ש״ץ — „כדי להסדיר שליח ציבור תפלתו“.
ב. אין וואָס באַשטייט דער טעם וסברת הפלוגתא, צי „ציבור עיקר“ אָדער „ש״ץ עיקר“?
קען מען זאָגן, אַז דאָס איז פֿאַרבונדן מיט דער שאלה הידועה — וואָס האָט מער חשיבות, ריבוי הכמות אָדער גודל האיכות — וואָס מען געפֿינט אין דעם אַ פלוגתא צווישן רבן גמליאל וחבריו:
די גמרא דערציילט, אַז בשעת ר׳ גמליאל איז געווען נשיא, איז ער „הי׳ מכריז ואומר כל תלמיד שאין תוכו כברו לא יכנס לבית המדרש“, און דערנאָך, בשעת מ׳האָט אים מעביר געווען פֿון דער נשיאות און ר׳ אלעזר בן עזרי׳ איז געוואָרן נשיא, „סלקוהו לשומר הפתח ונתנה להם רשות לתלמידים ליכנס . . ההוא יומא אתוספו כמה ספסלי“.
דאָס הייסט: ר׳ גמליאל האַלט, אַז דער עיקר חשיבות פֿון אַ ישיבה (בית מדרש) איז — איכות התלמידים, און דעריבער, פֿלעגט ער נאָר אַריינלאָזן די תלמידים וואָס תוכם כברם (אע״פ אַז דורך דעם איז געווען מיעוט הכמות פֿון תלמידים); משא״כ חבריו (ראב״ע, ר׳ יהושע און ר׳ עקיבא) האַלטן אַז ריבוי הכמות איז מכריע מעלת האיכות, און דעריבער דאַרף מען אַריינלאָזן אין ביהמ״ד אויך תלמידים שאין תוכם כברם, ווייל דער עיקר איז אַז עס זאָל זיין מער תלמידים בישיבה — ריבוי בכמות, כאַטש דאָס וועט גורם זיין אַ מיעוט באיכות הכללי דביהמ״ד — ובמילא — גם באיכות הפרטים.
ועפ״י יש לומר, אַז אין דעם וואָס ר׳ גמליאל האַלט אַז „תפלת הש״ץ עיקר“, גייט ער לשיטתו אַז איכות איז מכריע כמות.
ג. דער ביאור אין דעם:
אין דעם אויפֿטו פֿון אַ „ציבור“ (גופא) זיינען דאָ ביידע מעלות פֿון „כמות“ און „איכות“: א) אַ ציבור באַשטייט דוקא פֿון (ריבוי בכמות) עשרה (עכ״פ) מישראל. ב) דער צירוף פֿון עשרה מישראל שאַפֿט אַ מציאות חדשה, אַ חטיבה אחת פֿון אַ עדה קדושה (אַ חשיבות באיכות).
און דאָס איז דער חילוק צווישן תפלת הציבור (וואָס איז כולל די תפלות פֿון כאַ״א פֿונעם ציבור בפֿנ״ע) און תפלת הש״ץ:
תפלת הציבור האָט די מעלה פֿון ריבוי הכמות — דער ריבוי פֿון תפלות וואָס ווערט נצטרף יחד — בשעת עשרה מישראל זיינען מתפלל צוזאַמען; דאַקעגן אין תפלת הש״ץ איז פֿאַראַן די מעלה פֿון איכות, וואָרום נוסף על זה וואָס אַ ש״ץ מוז האָבן געוויסע תנאים ומעלות, ובמילא איז זיין תפלה (אויך אַלס יחיד) אַ גרעסערע חשיבות באיכות לגבי די תפלות פֿון סתם מתפללים — איז נאָכמער: אַ שליח ציבור איז ענינו, וואָס ער איז כולל די פיפיות עמך בית ישראל, וואָס „הוא נעשה שליח לכולם . . שפיו כפיהם“, אַזוי אַז יעדער וואָרט וואָס ער איז מתפלל, איז דאָס כאילו ווי די גאַנצע עדה זאָגט עס דורך פֿיו. דאָס הייסט, אַז אין תפלת הש״ץ איז מרוכז ומאוחד די תפלה פֿונעם ציבור ווי ער ווערט איין מציאות פֿון אַן עדה קדושה — אַן אַנדער גדר איכות התפלה אפילו לגבי די תפלות פֿון ריבוי המתפללים בצבור.
און דאָס איז די פלוגתא פֿון די חכמים און ר׳ גמליאל: די חכמים האַלטן אַז ריבוי הכמות איז מכריע איכות, און דעריבער זאָגן זיי אַז דער עיקר פֿון תפלה בצבור איז — תפלת הציבור; משא״כ ר״ג האַלטן אַז איכות איז מכריע כמות — און דעריבער, אע״פ אַז תפלת הש״ץ איז מיעוטה בכמות — ס׳איז בלויז איין תפלה — איז זי אָבער מער חשוב ווי תפלת הציבור, וויבאַלד זי איז פֿיל גרעסער (דערהויבענער) באיכות (האָבנדיק דעם כח פֿון גאַנצן ציבור כאחד).
ד. מ׳האָט שוין אַמאָל גערעדט, אַז בשעת מען געפֿינט אַ פלוגתא צווישן חכמים מצד דער זעלבער סברא אין צוויי (אָדער מער) ערטער — איז פֿאַראַן אַ חידוש אין יעדער פלוגתא לגבי די אַנדערע פלוגתות (וואָס דעריפֿער מוזן אַרויפֿגעבראַכט ווערן בפירוש אַלע פלוגתות און מען קען זיי ניט אָפּלערנען איינע פֿון דער צווייטער — ובלשון הש״ס „וצריכא“).
ועד״ז בעניננו: אין יעדערער פֿון די צוויי פלוגתות הנ״ל איז פֿאַראַן אַ חידוש:
אין דעם ענין פֿון „בית המדרש“, וויבאַלד דאָ רעדט זיך וועגן אַ תלמיד „שאין תוכו כברו“, פֿעלט אים די כללות ה„איכות“ פֿון אַ „תלמיד“, כמאמר חז״ל „כל תלמיד חכם שאין תוכו כברו אינו תלמיד חכם“; משא״כ ביים ענין פֿון תפלה, איז ביי תפלת הציבור פֿאַראַן (ניט נאָר די מעלה פֿון כמות, נאָר) אויך די מעלה פֿון איכות, וואָרום בשעת צען אידן דאַווענען צוזאַמען האָט די תפלה (פֿון יעדערן בפֿנ״ע אָבער אַלס אַ טייל פֿון ציבור) אַ מעלה לגבי תפלת היחיד; עס איז נאָר, אַז די איכות פֿון תפלת הש״ץ (אין וועלכער דער גאַנצער ציבור ווערט נתאחד אַלס איין מציאות פֿון אַן עדה קדושה) איז נאָך ביתר שאת ויתר עז.
און דעריבער, ווען עס וואָלט געשטאַנען די שיטה פֿון ר״ג בלויז ביים ענין פֿון „בית המדרש“ וואָלט מען געמיינט, אַז דוקא דאָרט גייט ער בתר איכות; משא״כ ביים ענין פֿון תפלה איז ער מודה אַז „תפלת ציבור עיקר“ (וויבאַלד עס פֿאַראַמאַגט ביידע מעלות: אַ גרעסערע איכות (לגבי תפלת היחיד) און אויך ריבוי כמות).
ה. תוכן השאלה הנ״ל — צו ריבוי הכמות איז מכריע אָדער איכות — איז עולה בקנה אחד מיט אַן אַנדער פֿראַגע וואָס ווערט באַהאַנדלט אין כמה מקומות: וואָס איז דער עיקר הדבר — חומר (וגשם) הדבר, אָדער זיין „צורה“ (ותוכן).
אויב מען רעכנט זיך בעיקר מיט חומר — דעמאָלט האָט ריבוי הכמות מער חשיבות ווי איכות; אויב אָבער דער עיקר איז צורת (ותוכן) הדבר — איז איכות מכריע כמות.
עפ״ז קען מען געפֿינען נאָך אַ „לשיטתו“ צווישן ר״ג מיט די חכמים — אין דעם דין פֿון „טענו חטים והודה לו בשעורים“ פטור, ורבן גמליאל מחייב.
די חכמים האַלטן אַז אַזוי ווי ער האָט אים מודה געווען אין שעורים, וואָס דאָס איז אַן אַנדער מין פֿון דעם וואָס ער האָט אים געפֿאָדערט (חטים), איז דאָס ניט קיין הודאה במקצת, משא״כ ר״ג האַלט אַז מען רעכנט זיך מיט איכות הטענה, וואָס זי איז די זעלבע סיי ביי חטים און סיי ביי שעורים — און דעריבער איז עס אַ הודאה במקצת, אפילו ווען דאָס איז ניט „ממין הטענה“ (מצד דעם „חומר“ הטענה).
ו. און דער חידוש אין דער פלוגתא לגבי די פֿריערדיקע צוויי פלוגתות איז:
בית המדרש (תורה) און תפלה זיינען אַ חפצא של מצוה, וואָלט מען געקענט זאָגן, אַז דאָס וואָס ר״ג רעכנט זיך ביי זיי מיט איכות הדבר איז מהאי טעמא גופא: היות דאָס איז אַ חפצא של מצוה ודבר שבקדושה, איז חשוב ומכריע דער תוכן ואיכות פֿון דער זאַך;
משא״כ דברי הרשות האָבן ניט קיין (תורה) חשיבות — סעודת חול לא חשיבא ולא שייכא בה הזמנה, וואָרום זייענדיק אַ סעודת רשות — ניט קיין מצוה מציאות, האָט עס ניט קיין חשיבות אַז מען זאָל אויך אויף דעם דאַרפֿן אַ הכנה, און דעריבער, ווען עס וואָלט ניט געשטאַנען בפירוש שיטת ר״ג בנוגע צו טענו חטים והודה לו בשעורים, וואָלט מען ניט געקענט אָפּלערנען שיטתו פֿון תורה ותפלה,
[ועד״ז לאידך גיסא: ווען עס וואָלט געשטאַנען די פלוגתא פֿון די חכמים מיט ר״ג בלויז בנוגע צו הודאה במקצת אָדער בנוגע צו תורה ותפלה, וואָלט מען ניט געקענט אָפּלערנען שיטתו פֿון חומר וצורה].
ז. כשם ווי מען געפֿינט שיטות ר״ג וחכמים בנוגע די „עמודים“ פֿון תורה און תפלה — עד״ז געפֿינט מען אויך ביי דעם דריטן „עמוד“ פֿון צדקה (גמילות חסדים).
אין גמרא איז פֿאַראַן אַ פלוגתא בפירוש הפסוק „וחסד לאומים חטאת“: ר׳ אליעזר זאָגט „וחסד לאומים חטאת, כל צדקה וחסד שאומות (עכו״ם) עושין חטא הוא להן שאינם עושין אלא להתגדל בו“; ר׳ יהושע זאָגט „כל צדקה וחסד שאומות עושין חטא הוא להן שאין עושין אלא להחיות בו“.
אין מסביר דער מהרש״א דעם חילוק דאָ צווישן „להתגדל בו“ און „להחיות בו“: „להתגדל בו“ מיינט (ניט אַ „לשון גדולה וחשיבות“ — ווייל דאָס איז (אויך) „להחיות בו“ — נאָר דאָס מיינט) „גדולה בשנים שיאריכו ימים“.
ד.ה. אַז דער חילוק צווישן די ערשטע צוויי דרשות (פֿון ר״א און ר״י) אין דרשת ר״ג איז: לויט זיי באַשטייט די „חטאת“ פֿון די אומות אין דעם וואָס זייער טאָן צדקה וחסד איז נאָר צוליב שכר; משא״כ לויט ר״ג איז זייער חטא דערין וואָס זייער חסד וצדקה (אין צוליב, ובמילא — ברענגט זיי צו) דער מדה וחטא פֿון גאוה — „להתייהר“.
ח. די הסברה בזה:
וואָס איז די סברת הפלוגתא? קען מען זאָגן, אַז דאָס איז אויך פֿאַרבונדן מיט דער שאלה — וואָס איז קובע: חומר אָדער צורה.
זאָגן, אַז די צדקה וחסד וואָס אומות העולם טוען איז (ניט בלויז קיין מצוה ניט, נאָר ס׳איז פֿאַרקערט) אַן ענין פֿון חטאת — איז עס ווייל עס איז ניט געטאָן באופֿן אַז עס איז דאָ אַ חסרון אין זייער חסד וצדקה, וואָס דעריפֿער איז דאָס אַן ענין פֿון „חטאת“.
אין דער מצוה פֿון צדקה זיינען דאָ צוויי חלקים: א) די מעשה הנתינה לעני — צושטעלן דעם עני זיינע צרכים. ב) די „איכות“ פֿון דער נתינה — בסבר פנים יפות, אַרויסווייזן בשעת הנתינה צום עני זיין מיטגעפֿיל, דער (בלשון חז״ל) „והמפייסו בדברים“. און דאָס איז אַן עיקר בצדקה, און ווי דער רמב״ם פסק׳נט: „כל הנותן צדקה לעני בעצי פנים רעות כו׳ אפילו נתן לו אלף זהובים אבד זכותו והפסידה“.
און אין דעם באַשטייט די פלוגתא צווישן ר״ג מיט די פֿריערדיקע צוויי מ״ד:
ר״א און ר״י האַלטן אַז דער עיקר פֿון צדקה איז — דער „חומר“ וכמות, די פעולת הנתינה לעני. און דעריפֿער איז (לויט זיי) וויבאַלד די אומות העולם טוען צדקה וחסד לשם שכר איז עס אַ „חטאת“: וויבאַלד אַלן כל מטרתם דערין איז צוליב שכר פֿאַר זיך (ועד כדי כך — אַז אויב זיי וועלן ניט באַקומען דעם שכר זיינען זיי מתחרט) אויף דער צדקה) — קומט אויס אַז ס׳איז דאָ אַ חסרון אין דער מעשה הנתינה, עס איז ניט אָפּגעמאָסטן לויט זייער רצון בהשכר וגודל השכר — ניט לויט צרכי העני: זיי זיינען ניט פֿאַראינטערעסירט מיט געבן דעם עני זיינע צרכים (שימשכו ה(י)מים אָדער „שיתמשך מלכותו“).
משא״כ ר״ג האַלט, אַז דער עיקר פֿון יעדער זאַך איז זיין צורה ואיכות; ועד״ז ביי צדקה, אַז דער עיקר פֿון צדקה איז דער „והמפייסו“. ובהתאם לזה באַשטייט דער „חטאת“ אין זייער צדקה וחסד (ניט אין זייער טאָן לשם שכר [ווייל דאָס רירט ניט אָן לשיטתו דעם עיקר אין צדקה], נאָר) אין דעם וואָס זיי טוען עס „להתייהר“ — חשיבות וגדלות הנותן, וואָס דאָס איז אַ חסרון אין דער איכות הצדקה: דער עיקר פֿון צדקה איז דער סבר פנים יפות, מיטפֿילן און שייך זיין דעם עני, וואָס דאָס איז ניט שייך נאָר ווען דער נותן האַלט זיך ניט העכער פֿון דעם עני — און דאַן איז די נתינת הצדקה והחסד אין אַן אופֿן הפֿכי פֿון „והמפייסו“: „להתייהר“, גאוה וגסות הרוח!
ט. און אויך בנוגע צדקה איז דאָ אַ „צריכותא“ צו לאָזן הערן דעת ר״ג — אַז איכות וצורה איז מכריע — ווייל עס איז דאָ אַ חידוש אין זיין שיטה בנוגע צו צדקה לגבי דער זעלבער שיטה ביי אַנדערע דברי קדושה: תפלה און „בית המדרש“ (תורה):
ענינו ועיקרו פֿון תורה ותפלה איז (ניט אַזוי דער „חומר“, נאָר) די „איכות“ וצורה שלהן: דער עיקר ענין פֿון תורה איז — די הבנת הענין הנלמד (און אַזוי אויך — אַז דאָס איז אַ לימוד עמוק המביא לידי מעשה, וואָס דאָס איז אַן ענין עיקרי אין תורה); ועד״ז ביי תפלה, איז עיקרה — „עבודה שבבל“, כוונת הלב פֿאַר מי אתה עומד וכו׳.
משא״כ ביי צדקה איז עס להיפֿך: עיקר ענין הצדקה איז למלאות צרכי העני, אַז ער זאָל באַקומען זיינע צרכים — און דעריפֿער קען מען אָננעמען אַז ס׳איז ניט נוגע די כוונה פֿונעם נותן, נאָר די קבלת העני. און ווי עס שטייט אין ספרי, אַז ווען איינער איז „מאבד סלע מידו ומצאה עני ונאנה עלי׳ וכו׳ הכתוב מעלה עליו הכתוב כאילו זכה“.
איז אויב עס וואָלט געשטאַנען שיטת ר״ג נאָר ביי תפלה ותורה, וואָלט מען געקענט זאָגן, אַז ביי צדקה איז ער מודה אַז דער עיקר איז כמות; דאַרף דעריבער שטיין בפירוש זיין שיטה ביי צדקה, אַז אויך דאָ האַלט ער דאָס איכות איז מכריע.
י. ווי אַ מלך, וואָס עס קען זיין אַ משנה למלך, פלג קיסר, אָבער אַ מלך קען זיין נאָר איינער [די מציאות פֿון צוויי מלכים קען זיין נאָר ווען זייער מלוכה איז אין בשני מקומות, ע״ד מלכי יהודה ומלכי ישראל].
דער טעם הדבר איז — ווייל אַ נשיא (ומלך) איז אַן ענין פֿון איכות, וכידוע אַז אַ נשיא ומלך איז די נקודת המציאות פֿון דעם גאַנצן עם, וואָס דעריפֿער איז דער ענין פֿון אַ נשיא ומלך ניט פֿאַרבונדן מיט ריבוי הכמות — נאָר להיפֿך: ער איז איינער, דער מועט ביותר אין כמות — נאָר זיין מעלה איז דוקא אין זיין גודל האיכות (און דעריפֿער איז ער דער וואָס איז מאחד את כל העם ומנהיגו).
און דעריפֿער איז זיין שיטה בנוגע לתפלה, אַז איכות איז (ניט נאָר דער עיקר, נאָר עס איז) נוגע עד כ״כ — אַז עס איז מכריע אפילו ווען דאָס איז מועט בתכלית די כמות.
און דאָס איז אויך דער חילוק השיטות צווישן ר״ג מיט די חכמים, וואָס זיי זיינען געווען בלויז חברי סנהדרין, וואָס דער ענין פֿון (חברי) סנהדרין איז — ריבוי הכמות. וואָרום סנהדרין מוז האָבן דעם ריבוי פֿון ע״א, און אַז עס פֿעלט אפילו איינער פֿון זיי והקטן שבהם איז דאָס ניט קיין סנהדרין.
און דעריפֿער איז זייער פלוגתא כללית, כנ״ל — צי ריבוי הכמות איז מכריע איכות, אָדער להיפֿך, און ווי דאָס איז מודגש בפלוגתתם בנוגע לענין התפלה: די חכמים האַלטן אַז „(תפלת) הציבור עיקר“ — (בדוגמת חברי הסנהדרין וואָס האָט געמוזט זיין ע״א סנהדרין); משא״כ ר״ג האַלט אַז „(תפלת) הש״ץ עיקר“, וויבאַלד אַז דער ש״ץ איז די נקודת האיכות פֿונעם גאַנצן ציבור — בדוגמת הנשיא, וואָס ער איז די נקודת האיכות פֿון דעם גאַנצן עם.