כל מי שמכוין בעת התחלת אדון עולם ערב אני בדבר שתפלתו נשמעת ואין שטן מקטרג על תפילתו ואין לו שטן ופגע רע בראש השנה והיום הכיפורים בתפילתו (אלף המגן סימן תקפ"ד ס"ק יב, בשם רבי יהודה החסיד ורב האי גאון ורב שרירא גאון)

הקדמה

די פיוט "אדון עולם" ווערט שוין געברענגט אין סידור פון רב האי גאון און רב שרירא גאון, וואס זיי האבען געלעבט אין די תקופה פון די גאונים איבער טויזנט יאר צוריק. די פיוט איז געבויט ווי א פזמון, אזוי ווי רוב פיוטים וואס זענען נתחבר געווארען יענע צייטען.

די פיוט איז מעורר יעדע מענטש פאר ער גייט זיך יעצט שטעלן דאווענען, א בחינה פון דע לפני מי אתה עומד. די פיוט איז זייער באליבט געווארן ביי די תלמידים פון אר"י הקדוש און ביי די חסידים (אמרי פנחס שער ג סדר היום צ - צב, ועיין סידור שער השמים להשל"ה מה שמפרשים ע"ד הסוד) וואס האבען עס געזאגט פארן דאווענען און נאכן דאווענען. און עס איז אפילו דא וואס האבען עס געזאגט פאר יעדע תפילה.

גודל מעלת הפיוט

אפילו אז די פיוט ווערט נישט געברענגט אין חז"ל, איז עס אנגענומען געווארן אין אלע יודישע קרייזען, עס צו זאגען יעדע אינדערפרי פאר תפילת שחרית און ביינאכט פאר'ן גיין שלאפן. פון איין זייט ברענגט די פיוט ארויס די גרויסקייט און שטארקייט פון השי"ת, און פין די צווייטע זייט ברענגט עס ארויס די שטארקע נאנטקייט וואס השי"ת האט צו אונז, און אז ער העלפט אונז ארויס פון יעדע קלעם. אזוי ווי עס שטייט אין גמרא (מגילה לא.) אמר רבי יוחנן כל מקום שאתה מוצא גדולתו של הקב"ה שם אתה מוצא ענותנותו, יעדע פלאץ ווי די טרעפסט די גרויסקייט פון השי"ת דארט וועסטו טרעפן זיין עניוות.

אין ספר אליה רבה (סימן מו ס"ק טו בשם המרש"ל) ווערט געברענגט אין נאמען פון רב האי גאון און רב שרירא גאון, אז ווער עס וועט זאגן "אדון עלם" פארן דאווענען מיט כוונה, געב איך אים א גאראנטי אז זיין תפלה ווערט אויסגעהערט (ערב אני שתפלתו נשמעת) און די שטן קען נישט מקטרג זיין אויף זיין תפילה. די פשוטע טעם פון דעם איז, ווייל צו זאגן אדון עולם מיט כוונה איז די בעסטע הכנה צום דאווענען, און נאכדעם פארשטייט זיך וועט זיין דאווענען אויסזעהן אסאך מער דערהויבן.

אֲדוֹן עוֹלָם

אֲדוֹן עוֹלָם אֲשֶׁר מָלַךְ, בְּטֶרֶם כָּל יְצִיר נִבְרָא: דער אויבישטער איז דער האר פון דער וועלט וואס ער האט געקעניגט נאך איידער אלע באשעפענישן זענען באשאפן געווארן.

לְעֵת נַעֲשָׂה בְחֶפְצוֹ כּל, אֲזַי מֶלֶךְ שְׁמוֹ נִקְרָא: אזוי אויך שפעטער אין די צייט ווען עס איז געמאכט געווארן מיט זיין ווילן אלעס דער גאנצע באשאף איז דאן, מיטן נאמען "קעניג" זיין נאמען גערופען געווארן.

וְאַחֲרֵי כִּכְלוֹת הַכֹּל, לְבַדּוֹ יִמְלֹךְ נוֹרָא: און אזוי אויך נאכדעם ווען אלעס וועט זיך שוין ענדיגן ביים ענדע פון דער וועלט, וועט ער אליין קעניגן, דער פארכטיגער באשעפער.

וְהוּא הָיָה, וְהוּא הוָה, וְהוּא יִהְיֶה בְּתִפְאָרָה: און ער איז אייביג געווען אין דער פארגאנגענהייט, און ער איז יעצט אויפן מאמענט, און ער וועט אייביג זיין אין דער צוקונפט מיט שיינהייט.

וְהוּא אֶחָד וְאֵין שֵׁנִי לְהַמְשִׁיל לוֹ לְהַחְבִּירָה: און ער איז איינער און עס איז נישטא קיין צווייטער, צו צוגלייכן צו אים צו מאכן ווי א גלייכער חבר.

בְּלִי רֵאשִׁית בְּלִי תַכְלִית, וְלוֹ הָעֹז וְהַמִּשְׂרָה: ער איז אהן א אנפאנג און אהן א ענדע און ביי אים איז דאס שטארקייט און דער הערשאפט.

וְהוּא קֵלִי וְחַי גוֹאֲלִי, וְצוּר חֶבְלִי בְּעֵת צָרָה: און ער און ער איז מיין גאט און מיין אויסלייזער וואס לעבט אויף אייביג, און דער שטארקע פעלז פון מיין טייל אויף אים פארלאז איך מיך אין די צייט פון ענגשאפט.

וְהוּא נִסִי וּמָנוֹס לִי, מְנָת כּוֹסִי בְּיוֹם אֶקְרָא: און ער איז מיין פאן-שטאנג וואס מען שטעלט אין דער הייך און דערצו פארזאמלען זיך אלע מלחמה לייט, און דאס אנטלויף ארט פאר מיר זיך צו באשיצן אונטער אים, ער איז דער טייל פון מיין גורל, אין טאג ווען איך רוף אים, נאר צו אים רוף איך, און ער הערט מיך אויס.

בְּיָדוֹ אַפְקִיד רוּחִי, בְּעֵת אִישָׁן וְאָעִירָה: אין זיין האנט גיב איך איבער צו באהלטן מיין גייסט, אין די צייט ווען איך שלאף און אויך ווען איך טו מיך אויפוועקן.

וְעִם רוּחִי גְוִיָּתִי, ד' לִי וְלֹא אִירָא: און צוזאמען מיט מיין גייסט, גיב איך אים אויך איבער מיין קערפער, די אייבישטער איז מיט מיר צו מיין הילף און איך האב נישט מורא פון גארנישט.

PDF Preview