מב.
מב
ע"פ המדובר כמ"פ לאחרונה, אַז לויט אַלע סימנים שטייען מיר היינט אויף דעם שוועל פון דער גאולה, ווען "הנה זה (משיח) בא"1, ותיכף ומיד רגע לאח"ז – כבר בא.
דערפון איז אויך מובן בנוגע צו דער עבודה פון אידן וואָס פֿאָדערט זיך בשמחת תורה, והמשכה במשך כל השנה כולה, ובמיוחד בשנה זו – אַן עבודה דורכגענומען מיט דעם ענין פון גאולה און משיח. דאָס הייסט, אַז אַ אידן'ס אויפפירונג אין אַלע ענינים אין זיין טאָג טעגלעכן לעבן אויך בזמן הזה תיכף ומיד פאַר דער גאולה איז מעין ובדוגמת דעם לעבן און הנהגה פון אידן בימות המשיח ממש.
[וואָס דאָס איז אויך די הדגשה המיוחדת בתקופה האחרונה בהנוגע דעם לימוד פון "הלכתא למשיחא", די הלכות וואָס זיינען נוגע צו דעם לעבן פון אידן בזמן הגאולה].
איינער פון די ענינים העיקריים לעתיד לבוא – איז (ווי געבראַכט פריער פון תניא) וואָס דעמאָלט וועט זיין די שלימות פון "אתה הראת לדעת כי ה' הוא האלקים אין עוד מלבדו"2; עס וועט נתגלה ווערן בכל העולם כולו אַז עס איז ניטא קיין מציאות אחרת זולתו ית', "אין עוד מלבדו".
ובדוגמת זה פאָדערט זיך אויך אין דעם לעבן פון אַ אידן – אַז ער זאָל דערהערן און פילן בכל עניניו ממש, אַז "אין עוד מלבדו". דאָס הייסט: ניט בלויז אַז די כוונה און תכלית פון אַלע עניני העולם איז אלקות, ובמילא איז זיין עבודה אין אַן אופן וואָס כל מעשיך לשם שמים"3, און "בכל דרכיך דעהו"4, אָבער ס'איז פֿאַראַן אַ מציאות פון „חול", „מעשיך" און דרכיך" (נאָר – תכליתם איז קדושה), נאָר נאָכמער: אַז די עניני העולם עצמם זיינען אלקות, און במילא "הערט" זיך מלכתחילה כלל ניט קיין אַנדער מציאות, וואָרום "אין עוד מלבדו" ...
– ועפ"ז אולי יש לומר דעם ביאור אין דעם עיכוב המבהיל פון דער גאולה – אַז דאָס איז מצד דעם וואָס באַ אידן האָט געפעלט שלימות אין דער דרגא פון עבודה באופן פון "אני לא נבראתי אלא לשמש את קוני"5, וואָס דוקא דורך דעם קומט מען צו דער גאולה וועלכע וועט זיין אין דעם אופן (פון "אין עוד מלבדו"). – איצטער איז אָבער דער עיכוב שוין אויך אַראָפּ, ובמילא איז "הכל מוכן לסעודה", סעודת לויתן ושור הבר ויין המשומר' בגאולה האמיתית והשלימה תיכף ומיד ממש.
... חז"ל זאָגן7: "אל תגעו במשיחי אלו תינוקות של בית רבן".
איינער פון די ביאורים אין דעם (נוסף אויף דעם פירוש אין מפרשים): דער חינוך פון תינוקות של בית רבן דאַרף זיין אין אַן אופן אַז די תינוקות ווערן אינגאַנצן דורכגענומען און דורכגעדרונגען מיט דעם ענין און נקודה פון „משיח", אַזוי, אַז בשעת מ'גיט נאָר אַ קוק אויף אַ אידיש קינד איז וואָס זעט מען? – משיח'ן!
"זייער גאַנצע מציאות איז משיח" – דער גילוי פון "אתה הראת גו' אין עוד מלבדו".
... דער ענין איז ספּעציעל אונטערגעשטראָכן אין די תינוקות של בית רבן פון אונזער דור – וועלכע ווערן אָנגערופן (בהסכמת גדולי ישראל) מיטן נאָמען "צבאות השם":
דער נאָמען "צבאות השם" באַדייט – אַז די קינדער זיינען אינ־ גאַנצן איבערגעגעבן און בטל צו דעם אויבערשטן, בדוגמא (און נאָך מער) ווי "סאָלדאַטן" צו זייער "גענעראַל". . דערפון איז מובן, אַז אין די אידישע קינדער – אינגעלעך און מיידעלעך – פון אונזער דור, איז נאָך מער ניכר בגלוי ווי זיי זיינען "משיחי", "משיחי" פון דעם אויבערשטן אַליין. וועלכע ווערט די הכנה והקדמה קרובה אויף דער התגלות פון דעם משיח הכללי פון אַלע אידן, בגאולה האמיתית והשלימה.
"וכימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות"9: כשם ווי דעמאָלט "יצאו כל צבאות ה' מארץ מצרים"10, אַזוי וועלן די "צבאות השם" פון אונזער דור ארויסגיין פון דעם איצטיקן גלות לגאולה האמיתית והשלימה ותיכף ומיד ממש.
(משיחות ליל שמח"ת קודם הקפות תשנ"ב)
- 1 שה"ש ב, ח ובשהש"ר עה"פ.
- 2 ואתחנן ד, לה.
- 3 אבות פ"ב מי"ב. רמב"ם הל' דיעות ספ"ג. טושו"ע או"ח סרל"א.
- 4 משלי ג, ו. וראה רמב"ם וטושו"ע שם. שו"ע אדה"ז או"ח סקנ"ו ס"ב.
- 5 משנה וברייתא סוף קידושין. כ"ה גירסת הש"ס כת"י (אוסף כתבי היד של תלמוד הבבלי, ירושלים תשכ"ד) במשנה וברייתא הנ"ל. וכן הובא במלאכת שלמה למשנה שם. וראה גם יל"ש ירמי' רמז רעו.
- 6 ראה ברכות לד, ב. ב"ב עה, א. ויק"ר פי"ג, ג. ועוד.
- 7 שבת קיט, ב.
- 8 דברי הימים א טז, כב.
- 9 מיכה ז, טו.
- 10 בא יב, מא.