איך נעם דיין תורה פאר א קעניג, און מיט איר נעם איך דיר מיט
דער מלך פארמאכט די טיר
מיר שטייען אין א הייליגע טאג, ביים סיום פון די הייליגע טעג.
ראש השנה האבן מיר געשטאנען פארן אייבערשטן און געשריגן: “הַמֶּלֶךְ!”
מיר האבן געבעטן:
“מְלוֹךְ עַל כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ בִּכְבוֹדֶךָ."
יום כיפור זענען מיר געשטאנען פאר אים, זיך אויסגערייניגט און אויסגעוואשן, און אויסגערופן:
"ה' הוּא הָאֱלֹקִים!"
דערנאך איז געקומען סוכות.
זיבן טעג זענען מיר געזעצן אינעם "צילא דמהימנותא", אונטערן שאטן פונעם אייבערשטן.
און יעצט איז שוין אלעס כמעט פאריבער.
עס קומט שמיני עצרת.
חז"ל געבן אונז א געוואלדיגן משל.
א מלך האט געמאכט א גרויסע סעודה. ווען די סעודה ענדיגט זיך און אלע גייען אהיים, זאגט דער מלך פאר זיין באליבטן:
"קשה עלי פרידתכם."
עס איז מיר שווער זיך צו שיידן פון אייך.
"עכבו עמי עוד יום אחד."
בלייבט מיט מיר נאך איין טאג.
כביכול, נאך אלע גרויסע עבודות, אלע הייליגע מצוות, זאגט דער אייבערשטער:
יעצט וויל איך נישט קיין גרויסע סעודה. איך וויל נישט דעם גאנצן עולם. יעצט וויל איך בלייבן מיט דיר.
שמיני עצרת איז דער טאג וואס דער מלך פארמאכט די טיר, בלייבט אליין מיט זיין קינד, און זאגט אים:
"קשה עלי פרידתכם."
איך וויל זיך נישט שיידן פון דיר.
און שמחת תורה איז דער ענטפער פונעם קינד:
"רבונו של עולם, איך וויל זיך אויך נישט שיידן פון דיר. איך נעם דיין תורה מיט מיר - און מיט איר נעם איך דיר מיט אין מיין גאנצן יאר."
"כי התורה היא המולכת עלינו"
אין פרשת וזאת הברכה זאגט משה רבינו: "תּוֹרָה צִוָּה לָנוּ מֹשֶׁה, מוֹרָשָׁה קְהִלַּת יַעֲקֹב. וַיְהִי בִישֶׁרוּן מֶלֶךְ, בְּהִתְאַסֵף רָאשֵׁי עָם יַחַד שִׁבְטֵי יִשְׂרָאֵל."
דער אור החיים הקדוש שרייבט דא געוואלדיגע ווערטער:
"עוֹד יִתְבָּאֵר לְפִי שֶׁאָמַר בְּסָמוּךְ כִּי הַתּוֹרָה הִיא הַמּוֹלֶכֶת עָלֵינוּ, כְּאוֹמְרוֹ (משלי ח, ו) נְגִידִים אֲדַבֵּר, לָזֶה גָּמַר אוֹמֵר וַיְהִי בִישֶׁרוּן מֶלֶךְ, פֵּירוּשׁ וַהֲוָיַת מֶלֶךְ בְּיִשְׂרָאֵל זֶה יִהְיֶה אִם יִתְקַבְּצוּ רָאשֵׁי עָם וְיִשְׁאֲלוּ מֶלֶךְ, אָז הוּא שֶׁיִּהְיֶה מֶלֶךְ, וְהוּא אוֹמְרוֹ בְּהִתְאַסֵף רָאשֵׁי עָם וגו', אָז הוּא שֶׁיִּהְיֶה מֶלֶךְ בִּישֶׁרוּן מִלְבַד הַתּוֹרָה."
דער אור החיים הקדוש זאגט:
"כי התורה היא המולכת עלינו."
די תורה איז אונזער מלך.
און נאר אויב כלל ישראל וועט זיך צוזאמנעמען און בעטן נאך א מלך, וועט זיין א מלך "מלבד התורה" - אויסער דעם מלך וואס זיי האבן שוין.
ווייל כלל ישראל האט אלעמאל איבער זיך א מלך:
די הייליגע תורה.
"שימה לנו מלך"
זאגט דער אור החיים:
דער אור החיים הקדוש גייט ווייטער און ווייזט אז דאס איז טאקע געשען אין די צייטן פון שמואל הנביא:
"וּכְמוֹ כֵן מָצִינוּ שֶׁהָיָה מִנּוּי מֶלֶךְ עַל יִשְׂרָאֵל בְּסֵדֶר זֶה, דִּכְתִיב בִּשְׁמוּאֵל (א' ח, ד-ה): וַיִּתְקַבְּצוּ כָּל זִקְנֵי יִשְׂרָאֵל וַיָּבֹאוּ אֶל שְׁמוּאֵל וגו', שִׂימָה לָנוּ מֶלֶךְ לְשָׁפְטֵנוּ, וְהוּא עַצְמוֹ מַאֲמַר בְּהִתְאַסֵף וגו'."
די ווערטער פונעם פסוק אין וזאת הברכה ווערן ממש מקוים: "בְּהִתְאַסֵף רָאשֵׁי עָם"
און אין שמואל: "וַיִּתְקַבְּצוּ כָּל זִקְנֵי יִשְׂרָאֵל."
זיי קומען צו שמואל הנביא און בעטן:
"שִׂימָה לָּנוּ מֶלֶךְ לְשָׁפְטֵנוּ."
און דער אור החיים הקדוש ענדיגט:
"אֲבָל זוּלַת זֶה תִּהְיֶה זאת הַתּוֹרָה לְבַדָּהּ לְמֶלֶךְ עַל יִשְׂרָאֵל, וְהוּא מַאֲמַר הַנָּבִיא לָהֶם (שם יב, יב): וַה' אֱלֹקֵיכֶם מַלְכְּכֶם, שֶׁהִיא הַתּוֹרָה, שֶׁכֻּלָּהּ שְׁמוֹ שֶׁל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוא."
דאס איז א געוואלדיגער לשון. שמואל הנביא זאגט פאר די אידן, מיט ווייטאג:
"וַה' אֱלֹהֵיכֶם מַלְכְּכֶם."
איר האט דאך שוין א מלך.
און דער אור החיים הקדוש זאגט:
"שהיא התורה."
וואס הייסט "שהיא התורה"?
דער אייבערשטער איז דער מלך, אדער די תורה איז דער מלך?
עס איז נישט קיין סתירה.
"שכולה שמו של הקדוש ברוך הוא."
די תורה איז נישט בלויז א ספר וואו דער אייבערשטער האט אריינגעשריבן זיינע מצוות.
די תורה איז זיין הייליגער נאמען.
ווען די תורה איז אונזער מלך איז דער אייבערשטער אונזער מלך.
אבער וואס איז שלעכט מיט האבן א מלך?
דא דארף מען פארשטיין.
די תורה אליין האט דאך געזאגט:
"שׂוֹם תָּשִׂים עָלֶיךָ מֶלֶךְ."
און דער רמב"ם פסק'נט אז שטעלן א מלך אויף כלל ישראל איז א מצוה עשה.
אויב אזוי, פארוואס איז שמואל הנביא אזוי שטארק געווען קעגן זייער בקשה?
פארוואס זאגט דער אייבערשטער:
"כִּי לֹא אֹתְךָ מָאָסוּ, כִּי אֹתִי מָאֲסוּ מִמְלֹךְ עֲלֵיהֶם"?
וואס האבן זיי געטון?
דער רמב"ם פרעגט טאקע די שאלה אין אנהייב הלכות מלכים:
“מֵאַחַר שֶׁהֲקָמַת הַמֶּלֶךְ מִצְוָה, לָמָּה לֹא רָצָה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא כְּשֶׁשָּׁאֲלוּ מֶלֶךְ מִשְׁמוּאֵל?"
און ער ענטפערט:
“לְפִי שֶׁשָּׁאֲלוּ בְּתַרְעֹמֶת, וְלֹא שָׁאֲלוּ לְקַיָּם הַמִּצְוָה... שֶׁנֶּאֱמַר: כִּי לֹא אֹתְךָ מָאָסוּ, כִּי אֹתִי מָאֲסוּ."
זיי האבן נישט געבעטן א מלך ווייל זיי האבן געוואלט מקיים זיין דעם רצון ה'.
זיי האבן געוואלט עפעס אנדערש.
און זייער אייגענע ווערטער זאגן עס:
"שִׂימָה לָּנוּ מֶלֶךְ לְשָׁפְטֵנוּ כְּכָל הַגּוֹיִם."
און שפעטער זאגן זיי נאך קלארער:
"וְהָיִינוּ גַם אֲנַחְנוּ כְּכָל הַגּוֹיִם."
און דער אור החיים הקדוש זאגט, אז דער גרויסער צער פון יענעם טאג איז שוין מרומז אינעם ערשטן ווארט פונעם פסוק "וַיְהִי".
"וְאוּלַי כִּי לָזֶה רָמַז בְּתֵיבַת וַיְהִי שֶׁיּוֹרֶה עַל הַצַעַר (מגילה י:), דִּכְתִיב שָׁם (ח ו) וַיֵּרַע הַדָּבָר בְּעֵינֵי שְׁמוּאֵל כַּאֲשֶׁר אָמְרוּ תְּנָה לָנוּ מֶלֶךְ לְשָׁפְטֵנוּ, וּכְתִיב (שם שם ז) וַיֹּאמֶר ה' וגו' כִּי אֹתִי מָאֲסוּ מִמְּלֹךְ עֲלֵיהֶם, וְעַל זֶה נִתְנַבֵּא מֹשֶׁה וְאָמַר וַיְהִי וגו'."
עס איז ממש געוואלדיג.
משה רבינו שטייט אין די לעצטע שעות פון זיין לעבן, הונדערטער יארן פאר די מעשה מיט שמואל הנביא, און ווען ער זאגט:
"וַיְהִי בִישֶׁרוּן מֶלֶךְ"
ליגט שוין אינעם ווארט "וַיְהִי" דער צער אויף יענעם טאג.
"וַיֵּרַע הַדָּבָר בְּעֵינֵי שְׁמוּאֵל."
און נאך טיפער:
"כִּי אֹתִי מָאֲסוּ מִמְּלֹךְ עֲלֵיהֶם."
דא ליגט א גרויסער ווייטאג.
אבער יעצט דארף מען פארשטיין:
וואס איז טאקע געווען אזא גרויסער צער?
זיי האבן דאך נישט געזאגט אז זיי ווילן מער נישט היטן די תורה.
זיי האבן נישט געזאגט אז זיי ווילן נישט דינען דעם אייבערשטן.
זיי האבן געבעטן א מלך.
און א מלך איז דאך גאר א מצוה אין דער תורה!
פארוואס ווערט דאס אנגערופן:
"כִּי אֹתִי מָאֲסוּ"?
אפשר ליגט דא עפעס אסאך טיפער.
וואס איז דיין קרוין?
ווען א מענטש זאגט פאר איינעם:
"דו ביסט מיין מלך"
מיינט דאס אסאך מער ווי:
"איך וועל פאלגן וואס דו זאגסט."
א מלך איז דער כבוד פון זיין פאלק.
דער מלך טראגט דעם כתר.
דער מלך איז די תפארת פונעם פאלק.
מיט אים אידענטיפיצירט זיך דאס פאלק.
מיט אים שטאלצירט מען.
און כלל ישראל האט געהאט אזא מלך:
"וַה' אֱלֹקֵיכֶם מַלְכְּכֶם."
דער אייבערשטער איז אונזער קרוין.
ער איז אונזער כבוד.
ער איז אונזער תפארת.
און דא קומען אידן און זאגן:
"וְהָיִינוּ גַם אֲנַחְנוּ כְּכָל הַגּוֹיִם."
מיר ווילן אויך האבן א מלכות ווי אלע פעלקער.
דאס איז א פראבלעם.
כביכול דער אייבערשטער זאגט:
איר דארפט זוכן אן אנדערע קרוין?
אן אנדער כבוד?
אן אנדער זאך מיט וואס זיך צו שטאלצירן?
איר האט דאך:
"וַה' אֱלֹהֵיכֶם מַלְכְּכֶם."
און דאס איז דער צער וואס ליגט אינעם ווארט:
"וַיְהִי".
"כִּי אֹתִי מָאֲסוּ מִמְלֹךְ עֲלֵיהֶם."
דער פראבלעם איז נישט געווען אז זיי האבן מער נישט געוואלט היטן די תורה.
דער פראבלעם איז געווען עפעס טיפער:
ווער איז מיין מלך?
ווער איז מיין כבוד?
מיט וועמען שטאלציר איך?
וואס איז מיין קרוין?
זיין כבוד ברענגט כבוד שמים.
זיין קרוין ווייזט אויף דעם קרוין פונעם אייבערשטן.
דאס איז מלכות בית דוד.
דער מלך אויף וועמען מיר ווארטן און אויף דעם ווארטן מיר נאך ביזן היינטיגן טאג.
מיר ווארטן אויף:
מלך המשיח.
ווען א מענטשליכער מלך ווערט "כסא ה'"
דער רמב"ם הייבט אן הלכות מלכים פרק י"א:
"הַמֶּלֶךְ הַמָּשִׁיחַ עָתִיד לַעֲמֹד, וּלְהַחְזִיר מַלְכוּת בֵּית דָּוִד לְיָשְׁנָהּ, הַמֶּמְשָׁלָה הָרִאשׁוֹנָה."
מען ווארט אז מלכות בית דוד זאל צוריקקומען.
אבער וואס איז דער ציל פון דער גאנצער מלכות?
אבער דאס מיינט נישט אז א מענטשליכער מלך איז א סתירה צו מלכות שמים.
פארקערט.
עס קען זיין א מלכות וואס ווערט אינגאנצן א כלי פאר מלכות ה'.
דאס איז די שלימות פון מלכות בית דוד.
ווען דוד המלך רעדט וועגן שלמה, זאגט ער:
“וַיִּבְחַר בִּשְׁלֹמֹה בְנִי לָשֶׁבֶת עַל כִּסֵּא מַלְכוּת ה' עַל יִשְׂרָאֵל."
וואס פאר א כסא האט שלמה?
נישט "כסא שלמה".
“כִּסֵּא מַלְכוּת ה'.