צוויי מהלכים אין צוויי מאל צֶדֶק צֶדֶק תִרְדֹף
1] מען דארף זיין צדק למעלה און למטה
צֶדֶק צֶדֶק תִרְדֹף לְמַעַן תִחְיֶה: (טו כ) פרעגן אלע פארוואס שטייט צוויי מאל "צֶדֶק צֶדֶק"? נאר עס שטייט אין פסוק וִהְיִיתֶם נְקִיִם מֵה' וּמִיִשְׂרָאֵל (במדבר לב כב) איז דער פסוק קומט מרמז זיין אז צֶדֶק מיינט מען אפילו מען איז גערעכט און טוט גוטס, קען א מענטש טראכטן ער איז בסדר מיטן אויבערשטן און וואס דארף אים אנגיין וואס מענטשן וועלן טראכטן פון אים, דאַרף ער וויסן אז מענטשן זאלן נישט רעדן אויף דיר וועגן וִהְיִיתֶם נְקִיִם מֵה' וּמִיִשְׂרָאֵל, מען דארף זיין ריין סיי אין די אויגן פון אויבערשטן, און סיי אין די אויגן פון מענטשן, וועגן דעם זאָגט די תורה "צֶדֶק צֶדֶק", איין צֶדֶק זיין ריין פארן אויבערשטן למעלה, און איין צֶדֶק זיין ריין פאר די מענטשן למטה. (אמרות ה' הגאון ר' משה ליטש ראזענבוים מפרעשבורג) מען קען מוסיף זיין אויף דעם ווארט לויט וואס עס שטייט אין (אבות ג י) כָל שֶׁרוּחַ הַבְרִיּוֹת נוֹחָה הֵימֶנּוּ, רוּחַ הַמָקוֹם נוֹחָה הֵימֶנּוּ; וְכָל שֶׁאֵין רוּחַ הַבְרִיּוֹת נוֹחָה הֵימֶנּוּ, אֵין רוּחַ הַמָקוֹם נוֹחָה הֵימֶנּוּ. אויב דער מענטש וועט נאר טראכטן אז ער דארף נאר געפעלן אין די אויגן פון אויבערשטן און נישט אין מענטשן, וועט דאך זיין אֵין רוּחַ הַבְרִיּוֹת נוֹחָה הֵימֶנּוּ, ממילא וועט ער גארנישט אויפטאן, ווייל עס וועט חלילה זיין אֵין רוּחַ הַמָקוֹם נוֹחָה הֵימֶנּוּ, אזוי ווי די וועלט זאגט: "מען דארף זיין צו ג-ט און צו לייט, און דאס מיינט נישט אז מען דארף טאן זאכן וועגן צו געפעלן מענטשן ווייל דאס הייסט פניות, אבער מען מיינט אז מען זאל זיך פירן אז מענטשן זאלן נישט רעדן אויף דיר. (שמח זבולון תשפ"ו)
2] נישט געבן צדקה און בלייבן גארנישט פאר זיך!
צֶדֶק צֶדֶק תִּרְדֹף לְמַעַן תִחְיֶה: (טו כ) פרעגן אלע פארוואס שטייט צוויי מאל "צֶדֶק צֶדֶק"? מען קען זאגן א מהלך אז עס שטייט אין גמ' (כתובות דף נ ע"א ערכין דף כח ע"א) אז אין אוּשָׁא האט מען מתקן געווען המבזבז אל יבזבז יותר מחומש, מען זאל נישט געבן מער פון א פינטל פון דיין פארמעגן ווייל שמא יצטרך לבריות וועסט דארפן אנקומען צו מענטשן, און די גמ' דערציילט אז רבי עקיבא האט געוואלט געבן מען פון א חומש און די חברים זיינע האבן אים נישט געלאזט, קען זיין פשט צֶדֶק צֶדֶק תִרְדֹף: אפי' ווען דו ווילסט זיין א רודף צדקה און טאן חסד, פונדעסטוועגן זאל דאס זיין לְמַעַן תִחְיֶה, דו זאָלסט אליין קענען לעבן און נישט אנקומען צו די בריות, ווייל א עני איז חשוב כמת, און הייסט נישט געלעבט. (אמרות ה' הגאון ר' משה ליטש ראזענבוים מפרעשבורג)