Skip to content

450 קונטרסים "עצתו אמונה" אין אידיש און 300 אין לשון הקודש, אפגעצייכנט

גליון היכל הקודש | September 26, 2026

דעם פארגאנגענעם "שבת שובה" איז אפגעצייכנט געווארן אין די אפיסעס פון מכון "עצתו אמונה" די ערשיינונג פונעם 450'סטן קונטרס "עצתו אמונה" אין אידיש און דעם 300'סטן קונטרס "עצתו אמונה" אין לשון הקודש.

וואס קען זיין בעסער, שענער און פאסיגער ווי דעם וואס פונקט אין דעם שבת, ווען מען זאגט די הפטורה פון "שובה ישראל" אז אידישע קינדער זאלן זיך צוריקקערן צום אויבערשטן. דער אויבערשטער ווארט אז "קחו עמכם דברים ושובו אל ה'", עפן דיין מויל און זאג ארויס עטליכע ווערטער: "איך האב געזינדיגט, איך וויל צוריקקומען צו דיר", איז מען אנגעקומען צום דעם דערגרייכונג, דער וואס לערנט די הייליגע קונטרסים "עצתו אמונה", פראוועט 365 ימי תשובה א גאנץ יאר. די קונטרסים האבן איין ציל: צו דערמאנען אידישע קינדער אז אונזער טאטע, דער קעניג פון דער וועלט, האט אונז ליב; ער זעט יעדע גוטע זאך וואס מיר טוען, און אפילו יעדע גוטע זאך וואס מיר ווילן נאר טון. מיר דארפן בלויז נוצן אונזער מויל ארויסצוזאגן אונזערע רצונות און בענקשאפט, און דאס וועט אונז מקרב זיין צו אים.

די קונטרסים באשטייען פון בערך ניין טויזנט בריוו, און צוויי און א האלב טויזנט שאלות ותשובות, אין וועלכע עס ווערן באהאנדלט א ברייטע אויסוואל פון נושאים און ענטפערס אויף שאלות און ענינים וואס זענען נוגע פאר אנשי שלומינו טאג-טעגליך; דאס האט דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן יעדע וואך מיט א געוואלדיגע מסירות נפש, כדי צו געבן חיזוק, עצות און הדרכות פאר אלע וואס האבן זיך געוואנדן צו אים.

שטייענדיג ביי די סימבאלישע ציפערן פון 450 און 300, איז צייט זיך אפצושטעלן א מינוט און מכיר טוב זיין פאר די אלע וועלכע געבן זיך אפ דערמיט און געבן אוועק צענדליגע שעות יעדע וואך, אלעס נאר כדי אנשי שלומינו זאלן זיך קענען אנשעפן פונעם "נחל נובע מקור חכמה", פונעם "נהר המטהר מכל הכתמים", און זיך אויפפרישן מיט די זיסע עצות פון אמונה.

דער ראש ישיבה שליט"א, וואס איז פארנומען איבער'ן קאפ מיט'ן פירן און זיך אפגעבן מיט יעדע חלק פון די הערליכע קהלה און מוסדות, מאכט אבער זיכער אראפצונעמען די צייט צו ענטפערן און שרייבן בריוו יעדע וואך, מיט'ן איינעם ציל אז אנשי שלומינו זאלן זיך קענען מחי' זיין מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, קענען זיך אויפפרישן יעדע וואך מיט'ן רבינ'ס לימודים, וואס דאס איז אונזער חיות און לעבן, ווי לאנג מען לערנט די ספרים פון הייליגן רבי'ן, וואס דאס איז אראפגעברענגט אין די בריוו, אויף א וועג עס זאל זיין געשמאק פאר אונז צו ליינען, און עס זאל אריינגיין טיף אין הארץ אריין.

דער גרעסטער טייל פון דער ארבעט שפילט זיך אפ הינטער די קוליסן, וואו א געטרייע שטאב פון אנשי שלומינו ארבעטן יעדע וואך אז די קונטרסים זאלן קענען ארויסקומען אין א קלארן, שיינעם און בא'טעמ'טן פארמאט.

בראש פון די מערכה שטייט דער געטרייער מנהל המכון, הר"ר יואל מנחם גרשון שניטצלער שליט"א, וואס באגלייט די קונטרסים מתחילה ועד סוף און מאכט זיכער מיט א סייעתא דשמיא אז יעדע וואך זאל ארויסקומען א הערליכער און בא'טעמטער קונטרס. מו"ה שמעון עוזר פערל הי"ו פון ירושלים עיה"ק, צוזאמען מיט זיין משפחה, זענען זיך מוסר נפש אויף די ארבעט פון איבערטייטשן און צוגרייטן דעם לשון-קודש'דיגן קונטרס וואך נאך וואך. אזוי אויך העלפט ארויס אין די ארבעט די חשוב'ע משפחת קעניג פון צפת, וואס נעמט א חשוב'ן טייל אין דער איבערזעצונג און צוגרייטונג.

נאכדעם וואס דער מנהל הר"ר יואל מנחם גרשון מאכט זיכער בס"ד אז די קונטרסים זענען גוט מוגה און גרייט, ווערט דער ניקוד מסודר מיט גרויס געטריישאפט דורך מו"ה יודא לייב ווייס הי"ו. דערנאך גייט דער קונטרס צוריק צו מו"ה שמעון עוזר, וואס שטעלט אויס און איז מסדר ביידע קונטרסים, סיי דעם אידישן און סיי דעם לשון הקודש'דיגן, ביז זיי זענען אינגאנצן גרייט צום דרוק.

מען קען קויפן זכותים אינעם ספר דורך אפקויפן א "זכות מהדורה" יעדע וואך. רופט יעצט דעם גבאי מו"ה לייב ראטה ביי 347-578-4449 זיך איינצוקויפן זכותים נצחיים, וואס וועלן אייך זיכער קומען בזה ובבא.

PDF Preview