Skip to content

א לייכטע פשעטיל פארן יום טוב טיש

חלק מפלפול של כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק זי"ע * שוה"ט ליל א' דסוכות תשל"ח

לְמַעַן יֵדְעוּ דֹרֹתֵיכֶם כִּי בַסְכּוֹת הוֹשַׁבְתִּי אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל בְּהוֹצִיאִי אוֹתָם מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אֲנִי ה' אֱלֹקֵיכֶם (ויקרא כג, מג).

די גמרא אין מסכת סוכה (יא ע"ב) ברענגט א מחלוקת פשט אין פסוק איבערן טעם פון זיצן אין סוכה. רבי אליעזר האלט אז 'כי בסוכות הושבתי' מיינט אז מען מאכט א זכר צו די "ענני הכבוד" וואס האבן ארומגענומען די אידן אלע פערציג יאר אין מדבר. רבי עקיבא האלט, אז דאס מיינט עכטע 'סוכות' וואס די אידן האבן זיך געבויעט רוהענדיג אין מדבר.

הסבר:

דער "רוקח" איז מסביר די שיטה פון רבי עקיבא אז די אידן האבן זיך געבויעט סוכה'לעך אין מדבר - אז דאס איז געווען בשעת די מלחמה פון סיחון ועוג. און דאס וואס מיר זיצן אין סוכה איז צו געדענקען די נס וואס די אידן האבן געהאט ווען זיי האבן באזיגט די מלחמה.

הקדמה 1:

עס שטייט אין "בני יששכר" (כסלו טבת מאמר ד אות ז) אז עטליכע פוסקים האלטן, אז חנוכה ווען מען זאגט "ועל הנסים" זאל מען נישט זאגן די ווערטער "ועל המלחמות", ווייל א מלחמה איז נישט א גוטע זאך אפילו ווען עס איז א חרב של שלום, און מען לויבט נישט דעם אייבערשטן אויף א "מלחמה" - ווייל דאס איז קיינמאל נישט גוט.

קשיא:

לויט דעם איז שווער, פארוואס מאכן מיר א סוכה אלס זכר צו די מלחמה פון סיחון ועוג?!

תירוץ:

מוז מען זאגן אז אפילו א מלחמה וואס די אידן האבן געוואונען, ווענדט זיך עס אבער אויב עס איז צוגעגאנגען בדרך הטבע, וואס דעמאלס אפילו עס איז מיט א נצחון וויל מען נישט מאכן א הודאה אויף דעם, אזוי ווי למשל נס חנוכה וואס אסאך אידן האבן זיך צוזאמגענומען מלחמה צו האלטן. אנדערש איז אבער א מלחמה וואס איז אינגאנצן למעלה מדרך הטבע - דאס איז שוין א מורא'דיגע שמחה! ווייל פון דעם זעהט מען די ליבשאפט פון דער רבוש"ע צו די אידישע קינדער, אז דער אייבערשטער איז משנה די הנהגה פון וועלט, פאר די אויגן פון די גאנצע וועלט, נאר צוליב די אידן. אזוי איז געווען ביי די מלחמה פון סיחון ועוג, וואס די אידן האבן זיך באשיצט אין קליינע שוואכע סוכה'לעך, וואס בדרך הטבע קענען נישט באשיצן פונעם שונא, נאר זיי וואלטן ווען געדארפט מאכן פעסטע בניינים כדי זיך צו באשיצן. ממילא אלס זכר צו דעם נס וואס איז געווען שלא כדרך הטבע מאכן מיר אזעלכע סארט סוכות אזוי ווי דעמאלס.

אויספיר 1:

קומט אויס אז די יסוד פון מצות סוכה דארף אונז ברענגן צו האבן "בטחון" אינעם אייבערשטן, אז דער רבוש"ע היט אונז און פארלאזט אונז נישט, נאר ער העלפט אונז מיט אלעס וואס מיר דארפן. דערפאר איז די הלכה אז א "גע'גנב'עטע סוכה" איז פסול, ווייל מיט דעם אז א מענטש גנב'עט, ווייזט ער אז ער האט נישט קיין בטחון אינעם אייבערשטן אז ער וועט אים געבן אלעס וואס ער דארף - ווייל ווען ער וואלט באמת געגלייבט אין דעם, וואלט ער דאך נישט גע'גנב'עט פון יענעם.

הקדמה 2:

די גמרא דערציילט (סוכה לא ע"א) אז א געוויסע פרוי ("סבתא" - א באבע) איז געקומען צו רב נחמן און געשריגן פאר אים אז דער ריש גלותא מיט אלע תלמידים זיצן אין א גע'גנב'עטע סוכה! וויבאלד די תלמידים האבן גענומען פארן סוכה פון אירע העלצער און נישט געבעהטן קיין רשות...!

די גמרא דערציילט אז זי האט געשריגן, אבער רב נחמן האט זיך נישט וואוסנדיג געמאכט פון איר. האט זיך דער באבע אנגערופן: "א פרוי וואס איר טאטע האט געהאט 318 קנעכט שרייט פאר אייך און איר מאכט זיך נישט וואוסענדיג?!" (מיינענדיג מיט דעם דעם זיידן אברהם אבינו ע"ה), האט רב נחמן זיך אנגערופן: "פעיתא היא דא" - "זי איז סתם א שרייעדיגע פרוי", און זיי קען נאר באקומען באצאלט די געלט פאר די העלצער, אבער מען דארף איר נישט צוריק געבן די העלצער אליינס".

קשיא:

מען דארף פארשטיין פארוואס האט זי דערמאנט פונקט דאס אז זי שטאמט פון אברהם אבינו וואס האט געהאט אזויפיל קנעכט?

הקדמה 3:

מען זעהט ביי אברהם אבינו אז ער איז געגאנגען מלחמה האלטן אקעגן טויזנטער גיבורי מלחמה מיט א קליינע מיליטער פון דריי הונדערט און אכטצן קנעכט, און בשעת די מלחמה האט ער געווארפן אויף די שונאים "זאמד און שטרוי" - ווייל ער האט געוואוסט אז דער רבוש"ע וועט אים העלפן געוואונען די מלחמה, אזוי ווי עס איז טאקע געווען און פון די זאמד איז געווארן "שווערדן און פיילן".

תירוץ:

די "סבתא" האט גע'טענה'ט אז איר זיידע האט געהאט קוים 318 קנעכט און מיט-דעם-אלעמען איז ער ארויס געגאנגען אין אזא גרויסע מלחמה, און דאס אלעס איז געווען ווייל ער האט געהאט א מורא'דיגע בטחון אינעם אייבערשטן אז עס וועט אים גארנישט פאסירן און אז ער וועט געוואונען. און אזוי איז טאקע געווען אז זיין הצלחה איז געווען "למעלה מדרך הטבע". דעריבער האט זי גע'טענה'ט "וואו איז די בטחון פון די תלמידים?! היתכן אז זיי גייען און גנב'ענען העלצער פאר די סוכה?!... זיי דארפן זיך לערנען פון זייער זיידע אברהם!"

רב נחמן האט אבער געזאגט אז זי "שרייט" סתם, און ס'קען נישט זיין אז זי מיינט עס ערנסט, ווייל אירע אויערן הערן נישט וואס זי אליינס שרייט, ווייל אויך זי וואלט געדארפט האבן בטחון אינעם רבוש"ע אז זי וועט אלעס צוריק באקומען, און קיינער קען נישט צונעמען עפעס וואס איז באשערט פאר א צווייטן!

*(הועתק ברשות מספר הנפלא "געשמאקע פשעטלעך")

PDF Preview