א מעשה פארן שבת טיש
מען זעט בחוש אז סיפורי צדיקים שיינט אריין יראת שמים, זייער אסאך פראבלעמען און שוועריגקייטן וועט מען זיך איינשפארן ווען מען וועט האבן אמונת כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א: | צדיקים, און דערציילן סיפורי צדיקים - עס ברענגט צו אריינבאקן אין זיך דעם 'אתה בחרתנו מכל העמים', סיפורי צדיקים וועט אונז האלטן ביי אידישקייט. גשמיות כדי צו קענען דינען השי"ת!
סיפורים ועובדות לחג הסוכות
שנשמעו מפי כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א בהזדמניות שונות
ואל יכנס לפניך תפלית עוברי דרכים
איין יאר מוצאי יוה"ק האב איך געהערט פונעם הייליגען טאטן זי"ע - אין ארץ ישראל; איך בין נאך געווען א קינד - א שיינע פשט אויף די תפלת כהן גדול אין דער היכל 'שלא יכנסו תפלת עוברי דרכים לענין הגשם בשעה שהעולם צריך לו', 'עוברי דרכים' גייט אויף דער ס"ם, וואס דרייט זיך אויף די גאסן צו מחטיא זיין אידן ח"ו. דער ס"ם טענה'ט: אין די הייליגע טעג דארף מען דען געבן פאר אידן גשמיות? דעריבער בעט מען 'שלא יכנסו תפלת עוברי דרכים'- דער ס"ם, 'לענין הגשם'- וועגן די גשמיות, 'בשעה שהעולם צריך לו'- אידן דארפן אלעמאל גשמיות כדי צו קענען דינען השי"ת!
הרה"ק ה'עצי חיים' זי"ע
איך האב געהערט עטליכע מאל פונעם הייליגען טאטן זי"ע, אז ער איז אמאל געשלאפן צוזאמען מיט זיין שווער דער הייליגער "עצי חיים" זי"ע אין סוכה. עס איז געווען במשך די תקופה וואס די טאטע זי"ע האט געגעסן קעסט ביי זיין שווער, און זיין צימער איז דעמאלס געווען די פלאץ ווי מען פלעגט אויפשטעלן די סוכה פאר'ן 'עצי חיים'. ווען עס האט זיך דערנענטערט די יום טוב, האבן די גבאים געוואלט אז דער טאטע זי"ע זאל פארלאזן די פלאץ. אבער דער טאטע זי"ע האט נישט געוואלט, כדי צו אויסנוצען די געלעגנהייט מיטצוהאלטן די עבודת הקודש פונעם 'עצי חיים' אין סוכה.
זייענדיג דארט, האט ער טאקע צוגעזעהן די הייליגע עבודה פונעם עצי חיים, וויאזוי ער האט אפגעראכטן די נאכט אינעם סוכה. נאך חצות, איז דער עצי חיים אריינגעקומען אין סוכה אויף צום שלאפן, ער האט אנגעהויבן צו ליינען 'קריאת שמע שעל המטה' מיט א מורא'דיגע דביקות, און אזוי האט עס געדויערט א גאנצע נאכט, און ווען ער האט געענדיגט 'ה' אלוקיכם אמת' איז שוין געווארן לעכטיג אינדרויסן, האט ער צוגעמאכט דעם סידור, און גלייך געגאנגען אין מקוה זיך טובל'ען און גלייך אריין אין בית המדרש.
דביקות אצל הרה"ק מבעלזא זי"ע
איין יאר פאר סוכות ווען דער הייליגער בעלזא'ער רב הרה"ק רבי ישכר דוב זצ"ל האט געלייגט די סכך אויפן סוכה, איז ער געווען זייער שטארק פאר'דביקה'ט. עס איז געווען אזא שטיקל דאך וואס האט זיך ארויסגעשטעקט פונעם הויז, וואס אויף דעם איז געווען די סוכה, און דער הייליגער רבי ישכר דוב איז געשטאנען מיט גאר גרויס דביקות און ארויפגעלייגט די סכך אויפן סוכה, או אויף די זייט זענען געשטאנען אויסגע'שורה'ט זיינע קינדער און איידעמער זיך צוקוקנדיג צו די עבודת הקודש. זיין הייליגער זון, רבי אהרן פון בעלזא זצ"ל איז מרוב ענוותנותו געשטאנען די לעצטע פון די שורה. אזוי שטייענדיג ביים סוכה אינמיטן די הייליגע עבודה האט זיין הייליגער זון רבי אהרן מרגיש געווען אז דער טאטע שוועבט אין די עולמות העליונים מיט אויסערגעווענליכע דביקות, ממש מיט התפשטות הגשמיות. פון גרויס פחד אז דעם טאטנס נשמה וועט פשוט אויסגיין מרוב דביקותו, איז ער שנעל דורכגעלאפן די שורה און צוגעלאפן צום טאטן, אים אנגעכאפט און געשריגן: "טאטע גענוג, טאטע גענוג!" דורכדעם האט ער צוריקגעברענגט דעם הייליגן טאטן אויף דער וועלט און אים געהאלטן ביים לעבן. שפעטער האט זיך דער הייליגער מהרי"ד טאקע באדאנקט פארן זון דער הייליגער מהר"א אז ער האט אים אפגעהאלטן פון אויסגיין מרוב דביקות. פון דעם מעשה קען מען אויך זען די גרויסקייט פון דער הייליגער רבי אהרן פון בעלזא זצ"ל, אז כאטש ער האט מיטגעשוועבט און איז מיטגעגאנגען מיטן הייליגן טאטן אין די עולמות עליונים מיט גרויס דביקות, האט ער פארשטאנען אז יעצט גייט שוין דער טאטע ארויף צו אזא הויכע עולם וואו פון דארט קערט מען זיך נישט צוריק, און ווען עס האט אים אנגעכאפט א ציטער, האט ער געשריגן פארן טאטן: "גיי נישט ווייטער!"
כ"ק מרן אדמו"ר זי"ע בסוכה
דער הייליגער טאטע זי"ע, איז גארנישט ארויסגעגאנגען פון די סוכה, אפילו אין די עלטערע יארן, ווען ער איז שוין געוועהן זייער זייער שוואך. די יאר נאך ער איז אריבער די הארץ אפעראציע, האט גערעגנט אלע טעג פון סוכות, און דער טאטע זי"ע איז נישט ארויס פון סוכה. נאר ער איז געבליבען אין סוכה איבערגעדעקט מיט א פלעסטיק איבער זיך!
כ"ק מרן אדמו"ר זי"ע אחר המלחמה
איך האב געהערט א מעשה פון א איד א 'מוהל' וואס איז געווען מיטן טאטן זי"ע נאך די מלחמה. עס איז באקאנט די שוועריקייטן וואס די אידן האבן געהאט יענע תקופה, און אזוי אויך דער טאטע זי"ע, ער האט כמעט נישט געגעסן דעמאלס פון וואס מען האט געטיילט אלס חשש טריפות, און דערפאר איז ער געווען דעמאלס זייער זייער שוואך.
עס איז אנגעקומען די נאכט פון 'שמיני עצרת' און 'שמחת תורה', וואס דאס איז שוין געווען נאך א 'הושענא רבה' וואס דער טאטע זי"ע איז גארנישט געשלאפן, ילט) האט געדארפט גיין מאכן א ברית אין די דערנעבנדיגען דארף, און
סיפורי צדיקים < המשך 88
אפשר צוויי שעה. און ערשט נאכדעם פלעגט ער ארויף קומען אויבן, ער האט זיך געוואשן אין דעם קליינעם סוכה, און דעמאלט פלעגט ער פירן א טיש און זינגען שיר היחוד, ווייל אין צאנז האט מען נישט געזאגט שיר היחוד יום הקדוש ביינאכט נאר מען האט דאס משלים געווען חול המועד סוכות. דעמאלט פלעג ער דערציילן שיינע סיפורי צדיקים, זאכן וואס ער האט אליין מיטגעלעבט ביי הרה"ק רבי שלום אליעזר'ל זי"ע, און פון וואס ער האט געהערט פון זיין הייליגן טאטן, ווער עס געדענקט פלעגן די בחורים קריכן אויפן דאך פון די סוכה מען האט געוואלט הערן אלע זאכן, ווייל ער פלעג דעמאלט פארציילן מעשיות וואס ער פלעגט קיינמאל נישט דערציילן, און אזוי איז ער אויף געווען נאך אן אנדער האלבן שעה מיט אזא מין ברען מיט אזא מין התלהבות, וואו מידקייט ווען מידקייט, עס איז דורך געגאנגען צוויי שעה און ער איז שוין ווייטער געווען אויף, און ער איז שוין ווייטער געגאנגן אויף די פיס, און ער האט שוין געלערנט, ער איז שוין געגאנגען דאווענען, דער עיקר וואס מען האט געזען איז געווען דער ברען, עס איז נישט געווען אזא זאך מידקייט.