Skip to content

אפילו זיין עניוות האט משה רבינו באהאלטן!

ביי די מראה הסנה שטייט אין פסוק (שמות ג ד) 'ויסתר משה פניו' [-און משה רבינו האט באהאלטן זיין פנים].

דער הייליגער ייטב לב זי"ע איז מרמז אין דעם די מורא'דיגע מדריגה פון משה רבינו ע"ה, אז נישט נאר וואס ער איז געווען דער 'עניו מכל אדם', און ער האט זיך געהאלטן קלענער ווי יעדעם איינעם. נאר אויך דאס אליינס, דהיינו זיין געוואלדיגע מדת העניוות האט ער אויך באהאלטן אז קיינער זאל דאס נישט באמערקן, און קיינער זאל נישט וויסן דערפון.

דאס זאגט דער פסוק 'ויסתר משה פניו', דאס ווארט 'פניו' גייט ארויף אויף זיין 'עצמיות', דהיינו זיין עצם מהות, וואס דאס איז געווען די מדת הענוה. דאס מיינט אז משה רבינו האט באהאלטן פון מענטשן זיין עניוות אז מען זאל נישט וויסן דערפון. אזויווי מיר געפינען טאקע אז דער זוה"ק פ' בלק (דף ר"ה) שרייבט, אז די 'בנות צלפחד' האבן בכלל נישט געוואוסט פון משה רבינו'ס עניוות. און דאס איז מרומז אין דעם וואס די מילוי פון זיין נאמען מש"ה איז מ"ם ש"ין ה"א, וואס דאס איז די ווארט 'מאין', וואס דאס איז מרמז אויף די מדת הענוה.

און דאס ווייזט אז די מדת הענוה איז געווען באהאלטן ביים אים (אזויווי די ווארט 'מאין' איז באהאלטן אין די מילוי פון די אותיות) דהיינו אז קיינער האט דאס נישט קלאר געקענט זעןל.

ל ייטב פנים (מאמר קדישין) ליל ד' דסוכות: ויסתר משה פניו, שהסתיר עצמותו, כפירוש הרמב"ם בשורש פנים, היינו מה שהיו עניו, כדאיתא בזוהר בלק גבני בנות צלפחד ואינו לא ידעו דהא משה עניו מאד, ורמז לזה כי מש"ה במלואו מ"ם ש"ין ה"א בו טמיר ונעלם אותיות מאי"ן כידוע.

PDF Preview