אן 'עת רצון' ביים טויער פונעם 'זאא', חול המועד אינדערפרי
עס איז געווען חול המועד פסח תשפ"ד, ווען מיין אידענע האט באשלאסן אז מיר וועלן גיין מיט די קינדער צו א טור-גארטן, א זאא. געווענליך פארן מיר נישט אוועק אום חול המועד, טאקע צוליב די שוועריגקייטן פון היטן די אויגן, אבער דאס מאל האט זי זיך גוט נאכגעפרעגט, און ס'האנדלט זיך פון א שטילע טיר-גארטן וואו ס'איז זייער פאסיג צו גיין. מיר האבן אפגעמאכט צו אנקומען דארט גאר פרי, כדי זיכער צו מאכן אז עס וועט טאקע זיין ליידיג.
איך בין אויך מיטגעקומען. סיי ווייל כ'האב געוואלט הנאה האבן צוזאמען מיט די קינדער און זען די 'נפלאות הבורא', די אינטערעסאנטע חיות וואס כ'האב נאך קיינמאל נישט געזען. אבער טיף אין הארץ האב איך געהאט נאך א כוונה: צו האלטן א השגחה אז די קינדער זאלן זיך נישט דרייען אויף פלעצער וואו מ'קען חלילה נכשל ווערן מיט ראיות אסורות.
כ'האב טאקע געדאוונט גאר פרי, און מיר זענען ארויסגעפארן אין די פארמיטאג שעות. אבער גלייך אנקומענדיג האבן מיר באמערקט אז ס'איז אנגעלייגט מיט צופיל מענטשן. שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט אז פונקט יענעם טאג האבן די גוים נישט געהאט קיין סקול, און דעריבער איז געווען מער מענטשן ווי געווענליך.
מיר האבן איינגעצאלט פאר די טיקעטס, האפנדיג אז מיר וועלן טרעפן א רואיגע ווינקל. אבער קוים וואס מיר זענען אנגעקומען צום ערשטן סטאנציע, וואו מ'קען באטראכטן שיינע פייגלעך און קאטשקעס אין א וואסער'ל, האבן מיר געזען אז עס איז נישט מעגליך צו גיין ווייטער. עס זענען טאקע געווען אסאך אידן, אבער ס'איז אויך געווען איבערגעפילט מיט אויסגעלאסענע גוים. בכלל נישט געאייגנט פאר יראת שמים.
מיין אידענע איז געגאנגען אויפזוכן אויב ס'איז פארט דא עפעס א ליידיגערע פלאץ וואו מיר קענען פארברענגען אן קיין מכשולות, און דערווייל זענען מיר געבליבן שטיין ביי די פייגלעך, מיט די פנימ'ער אויסגעדרייט צום וואסער, כדי גארנישט אנדערש צו זען ארום און ארום. מענטשן זענען געגאנגען און געקומען, אבער מיר זענען געשטאנען דארט אויסגעדרייט צו די קאטשקעס און אכטונג געגעבן נישט זיך ארומצוקוקן.
נאך עטליכע מינוט איז זי צוריקגעקומען זאגנדיג אז עס איז נישטא וואו צו גיין, אלע פלעצער זענען אנגעלייגט מיט ראיות אסורות. האב איך געזאגט: "פארפאלן, מיר גייען צוריק אהיים".
מיר זענען ארויסגעגאנגען פון דעם זאא און גערופן א קאר סערוויס אונז צוריקצופירן. מיר האבן זיך אפגעשטעלט ביי א ליידיגע ווינקל און געווארט אויפן קאר. דערווייל שטייענדיג אזוי אין דעם מצב, זענען די קינדער געווען גוט אנטוישט און שטארק אומעטיג. האב איך זיי געזאגט: "קינדערלעך, יעצט ווען מיר האבן מוותר געווען אויף אונזער הנאה צוליב דעם רצון ה', איז זיכער א געוואלדיגע עת רצון! לאמיר אויסנוצן די געלעגנהייט צו אויסבעטן אלעס וואס מיר דארפן".
די קינדער האבן טאקע אנגעהויבן בעטן מיט א ריינע תמימות. צוערשט האבן זיי מתפלל געווען פאר א קרובה אין דער משפחה וואס האט שוין געווארט 12 יאר! אויף איר באשערטע זיווג, און מיר האבן געבעטן השי"ת אז זי זאל בקרוב ווערן א כלה.
דאן האבן מיר געבעטן פאר א דירה; מיר האבן דעמאלט געוואוינט אין א קליינטשיגע דירה'לע אויפ'ן פערטן שטאק, וואו ס'האט אריינגערעגנט פון אלע זייטן, מיט א פארטש וואו מ'האט קוים געקענט מאכן א סוכה. האבן מיר מתפלל זיין פאר א נייע רחבות'דיגע דירה. און היות מיר זענען דארט געשטאנען א שיינע שטיקל צייט, ווארטנדיג פאר'ן קאר, האבן די קינדער אנגעהויבן אויסרעכענען א לאנגע ליסטע מיט אלע סארט דעטאלן: ס'זאל זיין א שיינע גרויסע דירה, ס'זאל האבן א 'ספרים שטוב', ס'זאל האבן א גרויסע פארטש פאר א סוכה, מיר זאלן האבן גענוג פלאץ אריינצונעמען דארט געסט, א.א.וו. אזוי האבן די קינדער געהאלטן אין איין צולייגן נאך און נאך פרטים וואס מיר ווילן אין דעם נייעם הויז, אפילו אזעלכע זאכן וואס האט אויסגעקוקט אוממעגליך אז מיר זאלן טאקע אנקומען דערצו, אבער ביים אויבערשטן איז דאך אלעס מעגליך.
ענדליך איז די קאר אנגעקומען און מיר האבן זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק. אינמיטן וועג האבן מיר זיך אפגעשטעלט ביי א זייטיגע פלאץ נעבן אן עירפארט, וואו עס איז געווען ליידיג פון מענטשן, און מ'האט געקענט מיטהאלטן פון דער נאנט ווי די עראפלאנען הייבן זיך. פון דארט זענען מיר אנגעקומען אהיים, און אלעס איז צוריק אין רוטין.
עס זענען נישט אריבער קיין פאר וואכן פון יענעם חול המועד פסח, און דאס אומגלויבליכע איז געשען: די קרובה וואס האט שוין יארן לאנג געווארט אויף איר זיווג, איז פלוצים געווארן א כלה מיט א גוטער שידוך, און די שמחה אין די גאנצע משפחה איז געווען עד לב השמים.
מיר אליין האבן אפילו נישט גלייך צוזאמגעשטעלט די געשיכטע, אבער אונזער באבע וועמען מיר האבן פארציילט די מעשה פונעם טור-גארטן נאך פאר די ישועה איז אנגעקומען - האט גלייך אנגעמערקט אז דאס איז זיכער אין זכות פון די תפלות וואס די קינדער האבן דעמאלט געדאוונט ביים טויער פונעם זאא.
די צווייטע העלפט פון דער מעשה האט זיך אפגעשפילט יענעם ענדע זומער, ווען איך האב זיך אויסגערעדט דאס הארץ פאר א חבר אז איך זוך שוין אזוי לאנג א געהעריגע דירה, האט ער מיר פארציילט אז זיין טאטע האט צופעליג א דירה וואס ער פלאנט דערווייל נישט צו פארדינגען, אבער מיין חבר קען עס ערלעדיגן פאר מיר. פון דארט האט עס גענומען בלויז עטליכע טעג און ס'איז אונטערגעשריבן געווארן א קאנטראקט אויף א הערליכע דירה.
צו אונזער שטוינונג פארמאגט די נייע דירה פונקטליך אלע מעלות וואס די קינדער האבן 'באשטעלט' אין זייער תפילה יענעם חול המועד אינדערפרי! אריינגערעכנט אזעלכע זאכן וואס מיר האבן אפילו נישט גע'חלומ'ט: א הערליכער ספרים-שטוב, א רחבות'דיגע דיינינג-רום, פלאץ פאר געסט, און א גרויסע פארטש מיט א 'ראל-אפ' סוכה שוין גרייט צום באניץ... אלעס וואס מיר האבן געבעטן!
דעם קומענדיגן חול המועד סוכות, ווען מיר זענען געזעסן מיט א רואיגקייט אין אונזער נייע, ברייטע סוכה אויפ'ן פארטש, האבן מיר זיך דערמאנט אין יענעם 'אנטוישונג' פונעם פארגאנגענעם חול המועד. מיר האבן געדאנקט דעם אייבערשטן פארן אונז געבן די כוחות מוותר צו זיין אונזער חול המועד אויספלוג פאר'ן רצון השם, און פארן אונז ווייזן דעם 'שכר מצוה בהאי עלמא' - ווען? - 'ליכא' - ווען מ'זאגט פאר'ן יצר ניין!