אפגעהיטענע אויגן אינערליכע שמחה
וּשְׂמַחְתֶּם לִפְנֵי ה' אֱלֹקֵיכֶם:
ס'איז באקאנט וואס צדיקים האבן געטייטשט דעם פסוק 'וחג האסיף תקופת השנה' - אז פון דעם יום טוב סוכות, זאמלט מען שמחה אויפ'ן גאנצן קומענדיגן יאר. דער זמן שמחתינו איז מסוגל אונז צו אנלאדענען און באגלייטן מיט הויפענעס פון שמחה של מצוה, צו קענען אלעמאל דינען דעם אויבערשטן בשמחה ובטוב לב.
אין די יעצטיגע הייליגע ימי הסוכות איז די פאסיגע צייט, זיך צו פארטיפן אין איינס פון די גרעסטע מתנות וואס השי"ת האט אונז געגעבן: דער טייערער געשאנק פון 'שמירת עינים', וואס איז למעשה א פארזיכערטע קוואל פון שמחת החיים, סיפוק הנפש און ישוב הדעת – אפילו בגשמיות, אויף א פארנעם וואס קיין שום אנדערע זאך קען נישט באווייזן.
טעמו וראו כי טוב ה'!
פארווארט
זַכָּאָה חוּלָקֵיהוֹן דְּיִשְׂרָאֵל; שְׁמִירַת עֵינַיִם אִיז א מַתָּנָה, נִישְׁט קֵיין פְּרֶשְׁוּר
ווען מ'דארף נעבעך ליידן...
איינס פון די גרעסטע טעותים וואס באגלייט אונז אפט, איז דער געפיל, אז היטן די אויגן איז א שווערער 'לאסט' וואס דער רבש"ע האט אנגעלאדנט אויף אונז; כאילו די מצווה פון "ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם" איז א צוים וואס נעמט אונז אוועק הנאה און תענוג וואס די וועלט האט פארצושטעלן. נאר היות מיר גלייבן דאך אין שכר ועונש, לייגן מיר צו א שטיקל 'טרייסט'... אז סוף כל סוף וועט זיך לוינען דאס 'דורכצושוויצן' און באקומען דערפאר א געוואלדיגן שכר, און פארקערט, אויב מ'וועט זיך חלילה נישט היטן, וועט זיין ביטער ווי א גאל.
צומאל שפירט מען ביי זיך שטילערהייט, הגם מ'האט עס מורא ארויסצוזאגן, אז איינער וואס האט נישט די 'דאגה' פון שמירת עינים, לעבט א גליקליכן לעבן, ער קען קוקן וואס ער וויל אן קיין אפהאלט. אבער איך, אלס ערליכער איד, מוז נעבעך ליידן דעם 'פרעשור' פון שמירת עינים... אנשטאט צו לעבן א גוטן טאג און הנאה האבן, זאגט די תורה אז איך טאר נישט קוקן דא, איך טאר נישט טראכטן דאס, איך טאר נישט גיין דארט... דער סך הכל איז, אז שמירת עינים באקומט א שווערן נאך-טעם און אן אומאנגענעמען געפיל, ס'איז אן עול, א צמצום, וואס מ'דארף 'נעבעך' מקיים זיין, ווייל מיר זענען דאך ערליכע אידן...
די זיסטע זאך אויף דער וועלט!
אבער מיט אן אויפריכטיגן בליק איז פשוט א שאד און א ווייטאג צו בלייבן מיט אזא סארט מהלך המחשבה, ווען דער איינפאכער מציאות איז ממש פונקט דאס פארקערטע, אז חוץ אלע נשמה'דיגע פארדינסטן וואס שמירת עינים ברענגט פאר א איד – ברענגט עס אויך די גרעסטע תענוג און שמחת החיים פאר'ן מענטש בגשמיות! היטן די אויגן איז אפילו פראקטיש גערעדט א גאראנטיע פאר א גליקליכן און צופרידענעם לעבן, צו זיין א 'שמח בחלקו', און שפירן זאט מיט'ן אייגענעם חלק וואס דער רבש"ע האט אונז געשאנקן.
מ'קען עס אפילו הערן פון גוים וואס ברענגען צומאל ארויס זייער קנאה און שטוינונג אויף דער איידעלער לעבנסשטייגער פון א איד, וואס ברענגט אונז אזויפיל מנוחה, צו קענען לעבן מיט זיך, און נישט ווערן פארשלעפט מיט אלע רייצונגען וואס דאס אויג זעט. א איד וואס קאנטראלירט זיך יא די אויגן, שפירט בפועל א טאפנדע רואיגקייט און שמחה, ווי דער פסוק אין משלי (ג, יז) זאגט: 'דְּרָכֶיהָ דַרְכֵי נֹעַם וְכָל נְתִיבוֹתֶיהָ שָׁלוֹם' – די וועגן פון דער תורה זענען זיס און ברענגען די גרעסטע צופרידנקייט און פרידןא.
הוֹשַׁעְנָא נֶפֶשׁ מִבֶּהָלָה; הוֹשַׁעְנָא שַׁאֲנָן; רְאִיּוֹת אֲסוּרוֹת רֵיסְן אַוֶועק דֶעם מֶענְטְשׁ'נְס מְנוּחָה
האלטן דעם נפש נאטירליך און געזונט
שלמה המלך, דער חכם מכל אדם, לערנט אונז (קהלת ז, כט): "עָשָׂה הָאֱלֹקִים אֶת הָאָדָם יָשָׁר וְהֵמָּה בִקְשׁוּ חִשְּׁבֹנוֹת רַבִּים" – השי"ת האט באשאפן דעם מענטש גלייך, נאר מענטשן זוכן זיך אליין אסאך 'חשבונות'. זיי גייען אוועק פון אט דער נאטירליכער גלייכקייט און טרעפן זיך נייע 'גליקן'.
דאס מיינט אז ווען דער מענטש, יציר כפיו של הקדוש ברוך הוא, ווערט באשאפן, איז ער גאנץ; זיין מח איז גלייך, זיין הארץ איז ריין, זיין נפש איז לויטער. ער דארף נאר זען צו בלייבן מיט זיין געבוירענער איידלקייט, כדי נישט צו מאכן קראנק די נאטירליך-געזונטע נפש.
אן אייגן געמאכטע תפיסה
דער הייליגער קאברינער זי"ע האט שוין געזאגט: דער בעל דבר פארגינט נישט פאר'ן מענטש זיין עולם הבא, און נאכדעם וואס ער האט שוין צוגענומען זיין עולם הבא, פארגינט ער אים אויך נישט זיין עולם הזה...
מען דארף נישט זיין קיין גרויסער מומחה בתורת הנפש דאס צו זען מיט די פליישיגע אויגן, אז איינער וואס לאזט זיינע אויגן לויז חלילה, וועט קיינמאל נישט זיין צופרידן. דער מענטש שפירט זיך אזוי ליידיג און אויסגעלאשן, מיט א טיפע אומרואיגקייט און מרה שחורה, ווייל ס'איז א 'מים שאין להם סוף' וואס מ'קומט קיינמאל נישט אן צו ווערן זאט. דער עולם הזה'דיגער חן לאזט קיינמאל נישט פריי, נאר ס'האלט באהאפטן צו אן ענדלאזער קייט פון טראכטן און גלוסטן פרעמדע גליקן – אזא מענטש לייגט זיך אריין אין א ביטערע תפיסה מיט די אייגענע הענט!
בנוסף דערצו, ברענגט דאס געווענליך אז ס'זאל אנהייבן נעסטיגן טיף אן אינערליכע אומצופרידנהייט, מען פארלירט די זאטקייט וואס א מענטש פארמאגט אריגינעל, און דורכדעם מאנגלט מען אין דער נאטירליכער שמחת החיים וואס צעשטערט די רואיגקייט און קשר מיט זיך אליין און מיט די נאנטסטע. דאס הארץ איז פארנומען ציען צו זאכן וואס געהערן נישט צו אים, און מ'שפירט נישט באפרידיגט אפילו ווען מ'האט פון אלעם גוטן. שוין אפגערעדט אז אסאך מאל ווערט מען דורכדעם אריינגעשלעפט אין אומגעזונטע געוואוינהייטן, וואס מאכן ממש חרוב דעם מענטש.
די בעלי מוסר האבן דאס צוגעשטעלט צו איינעם וואס פרובירט צו שטילן זיין דארשט דורכ'ן טרינקען געזאלצענע וואסער, און ווען ער זעט אז ער ווערט בלויז מער דארשטיג דורכדעם, נעמט ער נאך א גלעזל פון די זאלציגע וואסער, און אזוי נאך איינס און נאך איינס. דער שפיל ענדיגט זיך קיינמאל נישט, יעדעס גלעזל אנשטאט ס'זאל אים אוועקנעמען דעם דארשט, מאכט עס נאר ערגער, ער ווערט אלץ מער און מער דארשטיג, און אינצווישן שעדיגט ער זיינע אינערליכע אברים פון אזויפיל זאלץ...
די ענדלאזע געיעג וואס פירט אין ערגעץ נישט
דער ספר החינוך שרייבט ממש דעם זעלבן יסוד ביי דער מצוה פון "ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם" (מצוה שפ"ז), וואו ער דרוקט זיך אויס מיט קורצע אבער טיפזיניגע ווערטערב: כָּל אִישׁ בְּהַרְגִּילוֹ בְּתַאֲווֹת וּבְהַתְמִידוֹ בָּהֶן, יֶחֱזַק עָלָיו יִצְרוֹ הָרַע יוֹם יוֹם. וּבְהִמָּנְעוֹ מֵהֶם, יִשְׂמַח בְּחֶלְקוֹ תָּמִיד כָּל הַיּוֹם, וְיִרְאֶה כִּי עָשָׂה הָאֱלֹקִים אֶת הָאָדָם יָשָׁר וְהֵמָּה בִקְשׁוּ חִשְּׁבֹנוֹת רַבִּים לְלֹא תּוֹעֶלֶת שֶׁל כְּלוּם.
"אויב א מענטש היט זיך נישט זיינע אויגן און ער געוואוינט זיך איין נאכצוגיין וואס זיין הארץ גלוסט, וועלן זיינע תאוות זיך בלויז שטארקן יעדן טאג מער און מער, און ער וועט קיינמאל נישט זיין צופרידן מיט וואס ער האט. אבער אויב האלט ער זיך צוריק פון זיינע תאוות, וועט ער שטענדיג זיין א שמח בחלקו, ער וועט זיך פרייען מיט זיין טייל וואס דער באשעפער האט אים געגעבן, און ער וועט איינזען אז דער באשעפער האט באשאפן די מענטשן אויפ'ן ריכטיגן, גראדן וועג, און זיי זענען פארקראכן דערפון דורכ'ן זוכן תאוות און הבלים וואס ברענגען נישט קיין שום תועלת".
דער חינוך איז דאס דארט מסביר, אז ס'איז גלייך צו א שיכור וועלכער איז צוגעבינדן צום ביטערן טראפ, וואס ס'דאכט זיך אים אלץ אז ווען ער וועט טרינקען א גלעזל וויין, וועט עס אים באפרידיגן, אבער דער אמת איז פארקערט, ווי מער ער טרינקט, אלץ מער ווערט ער צוגעבינדן דערצו און אנגעוויזן אין נאך. פון דער אנדערער זייט, אויב שטעלט ער זיך אפ און ער מאכט אפ אז ער טרינקט נישט מער, וועט עס אים ביז א קורצער צייט בכלל נישט מער ציען און ס'וועט אים זיין גוט אן דעם. אין אנהויב איז עס נישט אזוי לייכט, אבער ווי זיס איז דערנאך פאר דעם וואס באווייזט עס.
ס'איז ממש א שאד צו זיין פארקנעכטעט
דער געדאנק ווערט דערמאנט אין אלע ספרי קודש, אז איינער וואס גייט נאך זיינע תאוות ווערט ממש א קנעכט דערצו, ס'מאכט אים אינגאנצן צורודערט, און ער פארמאגט נישט קיין מנוחה און זעלבסטשטענדיגקייט. ווי די משנה אין אבות (פ"ו מ"ב) זאגט, "אין לך בן חורין אלא מי שעוסק בתורה" – א בן חורין, א פרייער מענטש, איז אזא איינער וואס לערנט און פירט זיך על פי תורה, אן קיין שעבודים צו זיינע תאוות, דאס איז דער ריכטיגער חירותג.
אזוי שרייבט דער אלשיך הק' (קהלת י, טז)ד: "איינער וואס איז משועבד צו זיין יצר הרע, ווערט פאררעכנט ווי א קנעכט, ער איז אן עבד פאר'ן יצר הרע. אבער איינער וואס איז משועבד צו זיין יצר טוב און טוט שטענדיג וואס ער הייסט, ער איז נישט קיין קנעכט, ער איז א פרייער מענטש, ווייל ס'איז נישט פארהאן נאך אזא פרייער מענטש ווי איינער וואס לערנט און איז מקיים די מצוות התורה."
און מ'רעדט נישט דא בלויז לגבי רוחניות, נאר ס'איז אזוי אפילו פון א גשמיות'דיגן שטאנדפונקט דא אויף דער וועלט! ווי דער הייליגער רמב"ם שרייבט אין א בריוו צו זיין זוןה: "דער שיעבוד פונעם גוף צום נפש איז א חירות, סיי אויף דער וועלט און סיי אויף יענער וועלט".
איבערהויפט זעט מען דאס זייער שטארק ביי שמירת עינים, אז דער וואס היט זיך די אויגן איז איינפאך א פרייער מענטש, פריי פון אלע אומצופרידנקייטן, 'ער' פירט זיין לעבן און נישט זיינע תאוות פירן אים. ווידעראום, אויב מ'האט נישט קיין שמירת עינים, ווערט מען ממש קאנטראלירט דורך די תאוות, יעדער מינוט ציעט עפעס אנדערש צו קוקן און זען, מ'איז בכלל נישט בעל הבית אויף זיך זעלבסט. אלעס ארום אים האט די בעלות און געוועלטיגט אויפ'ן מענטש, ער האט זיך נעבעך נישט אין דער האנט. ס'איז כאילו זיינע אויגן פארמאגן אויף זיך א לאנגען שטריק וואס יעדער לויזיגער קען שלעפן און ציען אין אלע ריכטונגען...
שֶׁפַע בְּרָכוֹת מִדַּעַת עֶלְיוֹן; די זיסקייט פון עומד זיין בנסיון
ווי גליקליך איז דער שומר עינים!
קומט אויס אז די מצוה פון 'ולא תתורו אחרי עיניכם' איז פשוט א 'מתנה טובה' וואס דער גוטער באשעפער האט אונז געשאנקען. אויסער דעם רוחניות'דיגן תועלת וואס מ'איז קונה דורך דעם, איז דאס אויך אן עצה עמוקה אונז צו ברענגען גייסטישע שמחה, צופרידנהייט און סיפוק הנפש.
דער יצר הרע זוכט צו פארדעקן דעם ליכטיגן אוצר און אמת'ע גליק וואס ליגט באהאלטן אין שמירת עינים, ער פרובירט דאס אראפצומאלן ווי א צמצום און פארמאכטקייט, כאילו אויף דער אנדערער זייט צוים געפינט זיך עפעס 'עולם הזה' וואס מען פארפאסט... דער אמת איז אבער, אז דאס אלעס איז א בלויזער דמיון, דער גליקליכסטער מענטש איז דוקא דער איד וואס פארמאכט זיינע אויגן! שמירת עינים איז למעשה א שליסל צו אמת'ע סיפוק און צו לעבן רואיג, געזונט, מיט ישוב הדעת. אן אפגעהיטענער איד שפירט זיך באפרידיגט און צופרידן, ער איז א פרייער מענטש מיט אן אינערליכע זאטקייט וואס קען שעפן סיפוק סיי פון זיינע רוחניות'דיגע צילן און סיי פון זיין גשמיות'דיגע לעבן. – ער דארף נישט מער, ס'איז אים גוט.
מכאן ואילך יערב לכם
ס'איז טאקע מעגליך אז אויף דער מינוט, בשעת דער נסיון ברענט, שפירט נישט דער מענטש ווי ער וועט דערפון פארדינען, מ'זעט נישט אויפ'ן פלאץ וויאזוי דאס וועט אים מאכן צופרידן, און ס'קען זיך אפילו דאכטן כאילו מ'פארלירט עפעס א תענוג... אבער ס'איז הונדערט פראצענט זיכער אז אויב מען געוואוינט זיך איין צו האבן קאנטראל אויף די אויגן, וועט מען צוביסלעך אליין אויפפאסן די געוואלדיגע רווחים וואס מ'פארדינט פון שמירת עינים. דער נפש איז רואיג, דאס הארץ און מח געפינען זיך אויפ'ן ריכטיגן פלאץ, און מ'איז פריי פון די גלוסטענישן וואס ענדיגן זיך קיינמאל נישט.
און אז מען געדענקט דאס, העלפט דאס גאר שטארק זיך צו קענען מתגבר זיין און מאכן דעם ריכטיגן באשלוס אז "שמירת עינים איז אויך פאר מיר, ס'איז פאר מיין טובה, בגשמיות וברוחניות!"
א לעכטיגע געפיל וואס מען שפירט זאפארט
באזונדער איז פארהאן אן אפטע ערשיינונג, אז בשעת א איד שטרענגט זיך אן מיט א התגברות קעגן דעם יצר הרע, איז מען פלוצלינג זוכה צו א ספעציעלע מתנה פון השי"ת, שפירן עפעס אן דערהויבענע תענוג פון קרבת אלקים און לעכטיגקייט. אסאך אידן קענען עדות זאגן דערויף, אז ווען זיי האבן זוכה געווען זיך אונטערצונעמען א קבלה, אדער זיך מתגבר זיין אויף א נסיון וואס איז אונטערגעקומען, האבן זיי פון הימל באקומען עפעס א וואונדערליכע געפיל וואס מ'קען נישט געהעריג מסביר זיין.
ס'איז מערקווירדיג וואס ווערט געברענגט אין ספה"ק דברי יחזקאל (פרשת קדושים) בשם הרה"ק דער רבי פון לובלין זי"עו, אז באמת טוט דאך יעדע מצוה הייליגן דעם מענטש, ווי מ'זאגט אין די ברכה 'אשר קדשנו במצותיו', נאר נישט אלעמאל שפירט מען גלייך די קדושה פון דער מצוה. אבער ס'איז דא אן אויסנאם: ווען מען שטארקט זיך אויף א נסיון פון קדושה און שמירת עינים, דעמאלט איז מען מרגיש די קדושה אויפ'ן פלאץ!
דערמיט טייטשט דער הייליגער שינאווער רב זי"ע, וואס רש"י ברענגט פון חז"ל אין אנהויב פרשת קדושים: 'כל מקום שאתה מוצא גדר ערוה, אתה מוצא קדושה', אז יעדעס מאל ווען א איד מאכט זיך א גדר פאר א דבר ערוה, טרעפט ער 'גלייך' די לויטערע הרגשה פון קדושה. אנדערש ווי ביי אנדערע מצוות, שפירט מען ממש וויאזוי מ'ווערט געהייליגט און גערייניגט.
אן אינוועסטמענט מיט פארזיכערטע רווחים
דאס אליין קען טאקע גענוצט ווערן ווי א גוטע עצה אויף אפגעהיטענע אויגן, ווען מ'מאכט זיך דעם חשבון אז עס לוינט זיך די אנשטרענגונג, ווייל מ'וועט נאכדעם געניסן פון דעם זיסן געפיל וואס קומט געווענליך נאך די התגברות! אזוי קען מען למפרע באקומען די שטארקייט זיך איינצוהאלטן, וויסנדיג אז מען באקומט דערפאר אזא דערהויבענעם רוחניות'דיגן שכר אויפ'ן ארט.
ווי טרעפליך האט הגאון בעל שבט הלוי זצ"ל אמאל געזאגטז: "א איד דארף זיך נאר דערמאנען די זיסקייט און לויטערקייט וואס ער האט געשפירט בשעת ער האט אמאל געהיטן זיינע אויגן און זיין הארץ ווי ס'דארף צו זיין, און דאס וועט אים געבן דעם כח זיך מחזק צו זיין אין צייט פון א נסיון!"
הערות
א) זה לשון הרלב"ג שם: "הנה דרכי התורה הם דרכים שינעמו וימתקו מאד לאדם, כי לא העמיסה על האדם שום מעמס יקשה לו, אבל כל מה שבה מן המצות והאזהרות הם דברים ערבים ורצויים בעצמותם. לא כנימוסי הגוים שהיו מעמיסים בהם דברים קשים, גם את בניהם ואת בנותיהם ישרפו באש לאלהיהם. וכל נתיבות התורה הם שלום לגוף ולנפש, כמו שהתבאר מדברינו בדברי התורה, כי כלם ישירו אל בריאות הגוף ובריאות הנפש. הנה התורה היא עץ חיים לאשר הם מחזיקים בה לשמור ולעשות ולחקור בעניניה".
ב) זהו לשון החינוך בשלימות: "התאוה תמשך הבשר כמשוך היין אל שותיו. כי הסובאים לא תשבע נפשם לעולם ביין, אבל יתאו אליו תאוה גדולה, ולפי הרגילם נפשם בו, תחזק עליהם תאותם, ולו ישתו שם כוס מים, יפיג יקוד אש תאות היין ויערב להם. כן הדבר הזה, כל איש בהרגילו בתאוות ובהתמידו בהן, יחזק עליו יצרו הרע יום יום, ובהמנעו מהם ישמח בחלקו תמיד כל היום, ויראה כי עשה האלקים את האדם ישר והמה בקשו חשבונות רבים ללא תועלת של כלום".
ג) לשון המאירי בביאור משנה זו: "שאין לך בן חורין אלא מי שעוסק בתורה, מפני שנפשו אינה משועבדת לתאוות הגופניות, וזהו החירות האמיתית". ועיין באבן עזרא (במדבר ו' ז'): "דע כי כל בני אדם עבדי תאוות העולם, והמלך האמיתי שיש לו נזר ועטרת מלכות בראשו, [הוא] כל מי שהוא חפשי מן התאוות".
ד) זה לשון האלשיך: "ידוע כי אשר ישתעבד ליצרו הרע יקרא משועבד, כמשרת ועבד לו. אך אשר ישתעבד ליצרו הטוב, ועושה רצונו תמיד, הוא יקרא בן חורין, ולא משועבד, כי אין לך בן חורין כעוסק בתורה ומצוות (עי' אבות ו' ב'), כי העושה רצון יצרו הטוב עושה רצון קונו, והאדם הוא חלקו - נמצא עבד לעצמו, והוא גדר החרות בעצם".
ה) רמב"ם: "שעבדו החומר לשכל, כלומר הגוף לנפש, כי שיעבודו הוא חירותכם בזה ובבא".
ו) ספה"ק דברי יחזקאל פר' קדושים: אמר בשם הגאה"ק הרבי מלובלין ז"ל זי"ע, על מה שכתב רש"י ז"ל 'כל מקום שאתה מוצא גדר ערוה אתה מוצא קדושה', היינו שבאמת כל המצוות מקדשים, כמו שאנו מברכין 'אשר קדשנו במצותיו', רק שאין מרגישין הקדושה בהרגשה ממש. משא"כ כשבא לידי נסיון בדבר ערוה אז מרגיש הקדושה, וזה כוונת רש"י ז"ל בפרשת קדושים: 'כל מקום שאתה מוצא גדר ערוה אתה מוצא קדושה' - שמרגיש הקדושה."
ז) מובא בספר מלחמת קודש דף רכג ששמע מפיו: "יש לכל אדם לזכור את הנעימות ואת הטוהר שהרגיש בנפשו בזמנים אשר שמר עיניו ולבו כדבעי, ומזה יתחזק בעתים של נסיון".