אועקגעבן די אייגענע זכותים פאדן כלל
אועקגעבן די אייגענע זכותים פאדן כלל
דער הייליגער שם משמואל זי"ע זאגט: ס'איז גאר א חשוב'ער ענין, אז אידן זענען באחדות, אבער אידן וואס האבן נישט קיין ספעציעלע מעלות, איז נישט קיין גרויסע חידוש, אויב זיי האלטן זיך באחדות, דער עיקר חידוש איז, ווען אידן וואס האבן אסאך אייגענע זכותים, און געלונגענע כוחות, און זיי געבן דאס אלעס איבער פאר די טובה פונעם ציבור, אט דאס איז א ספעציעלע חשיבות.
אויף דעם ענין איז מרמז די לולב און די ד' מינים, ווייל ס'איז באקאנט, אז יעדע פון די ד' מינים איז מרמז אויף איין באזונדערע גרופע פון כלל ישראל – די וואס האבן תורה מיט מצוות, תורה אן מצוות, מצוות אן תורה, און די וואס האבן נישט קיין תורה און נישט קיין מצוות, און סוכות בינדט מען צוזאם אינאיינעם אלע פיר, צו ווייזן אז יעדער סארט איד געבט אוועק זיין חלק פארן ציבור, ער איז מנדב זיינע אייגענע זכותים פארן גאנצן ציבור, אז אלע זאלן קענען הנאה האבן פון זיינע גוטע חלקים, און אלע זאלן באקומען השפעות אין זכות פון זיינע מצוות, און דאס איז מיטן ציל, אז אלע אידן אן אויסנאם זאלן ווערן פאראייניגט צו דינען דעם אויבערשטן מיט אן אחדות.
איך האב געהערט בשם דער הייליגער חידושי הרי"ם זי"ע, אז דער יום טוב פון סוכות איז מרמז אויף דעם ענין פון א גוט אויג. לויט ווי אויבן ערקלערט, איז דאס גאר פארשטענדליך, אז דאס איז מרמז, אז מען דארף קוקן מיט א גוט אויג אויף אלעמען, און פארגינען פאר יעדן איד. מען דארף זיין וויליג, אז זיינע זכותים זאלן מכפר זיין אויף גאנץ כלל ישראל.
דאס איז באמת געווען די מדריגה פון משה רבינו, אז ער איז גרייט געווען, אז דער אויבערשטער זאל אויסמעקן זיינע זכותים פון זיין חשבון, און דאס צולייגן אויף די חשבון פון כלל ישראל, כדי די אידן זאלן זוכה זיין צו א כפרת עוונות (זע ספורנו שמות לב, לב), און פון משה רבינו קומט ארויס אט די ליכטיגקייט פאר יעדן איד, אז יעדער זאל אויך מסכים זיין, אז זיינע זכותים זאלן פאררעכנט ווערן פאר גאנץ כלל ישראל.
עס ווערט געברענגט אין ספרים, אז דורכדעם וואס משה רבינו האט זיך אזוי שטארק מקשר געווען צו כלל ישראל, זיי אוועקצוגעגעבן אלע זיינע זכותים, אין דעם זכות האט ער זוכה געווען צו גאר א הויכע מדריגה פון 'דעת', צו געטליכע השגות אינעם אויבערשטן, און א טיפע דביקות אינעם בורא. און דורך די מצוה פון לולב, וואס דאס ווייזט אויף דעם ענין, אז אידן געבן זיך אוועק פאר כלל ישראל, דורכדעם איז יעדער איד אויך זוכה צו גאר א הויכע מדריגה פון 'דעת', און צו א דערהויבענע דביקות אין השי"תכן.
כג וזל"ק (שם משמואל, סוכות, שנת תער"ב): והנה אנשים נכנעים שאין לכל אחד ואחד מעלה מיוחדת אין רבותא כ"כ במה שהם נמסרים כולם לציבור להיותם אגודה אחת, לולב שעומד על האדם בכמה מיני דמים וכו' עאכו"כ, היינו שד' מינים שבלולב רומזים לד' כתות שבישראל בעלי תורה ומצוות, תורה בלי מצוות, מצוות בלי תורה, לא זה ולא זה, וכל אחד ואחד מוסר את שלו לציבור, היינו שזכותו לא לו לבדו תהי' רק לכל הציבור, וזה שאמרו יוקשרו כולם אגודה אחת, והן מכפרין אלו על אלו, וכעין מה שאמר מרע"ה מחני נא וגו' שפי' הספורנו מחה את הזכיות שלי מספרך ושים בחשבונם כדי שיזכו לסליחה, וכעין זה היא מצוות לולב שכל אחד מוסר את דעתו וזכיותיו לציבור למען יהיו כולם חטיבה אחת להשי"ת. ושמעתי בשם כ"ק אדומו"ר הרי"ם זצללה"ה מגור שאמר שיו"ט של סוכות הוא עין טובה, ולפי הנ"ל יתפרש בטוב שאין לך עין טובה יותר מזה, ולפי"ז יש ליתן טעם מה שסוכות הוא אחר יוהכ"פ כי ידוע שמוסף יוהכ"פ הוא משה וממנו באה ההארה לכל ישראל בענין זה כנ"ל. והנה איתא בספרים שמרע"ה זכה בזה למעלתו הגדולה, וידוע שמדת משה היא דעת ודעת היא התקשרות, ע"כ בשכר זה שהתקשר בנפשו כ"כ לכלל ישראל, עד שנתן להם במתנה כל זכיותיו ושהוא ישאר משולל מכל זכות, זכה למדת דעת שהיא התקשרות בהשי"ת, וכן יש לומר בישראל ע"י מצות לולב כנ"ל זוכין לדעת כמו שאנו אומרים תשפיע שפע ברכות מדעת עליון והבן.