Skip to content
א חסידישע מלוה מלכה

אבי מורי הגה"צ רבי שמואל אפרים זלמן אונגער זצ"ל

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

דומ"ץ דקהילתינו שיכון סקווירא יע"א

דעם ערשטן טאג סוכות געפאלט די יארצייט פון מיין גרויסן טאטן, הגאון הצדיק רבי שמואל אפרים זלמן בן רבי אברהם צבי זצ"ל, דער זון פונעם קאפו-ווארער רב, בעמח"ס מחנה אברהם. ער איז געבוירן געווארן י"ג אדר ב' תרפ"ד, און איז נסתלק געווארן אין יאר תשס"ג.

באמת האט מען שוין אסאך געשמועסט פונעם טאטן ז"ל די פארגאנגענע יארן, אבער צו רעדן פון אזא גרויסן איד איז פון די דברים שאין להם שיעור, פון זיין תורה, עבודה, און גמילות חסדים. בפרט זיין התמדת התורה מיט זיין נועם המידות, זיין התקשרות און ביטול צו צדיקים, ועוד ועוד.

דאס מאל האבן זיך צוזאמגעזעצט עטליכע פון די קינדער ביים 'חסיד'ישן מלוה מלכה', צו שמועסן אביסל סיפורים מיט הנהגות וואס עס קומט אריין אין קאפ, למען ידעו דור אחרון, מען זאל זיך קענען אביסל אפלערנען פון אזא איד, און מקיים זיין דעם 'מתי יגיעו מעשי למעשי אבותי'.

הרה"ח ר' אברהם צבי אונגער שליט"א - המו"ל, הרה"ח ר' שלמה יעקב יחזקי' אונגער שליט"א, הרה"ח ר' שלום יוסף אונגער שליט"א, הרה"ח ר' אנשיל פעדער שליט"א [חתן הרה"ח ר' משה אונגער ז"ל], השי"ת זאל העלפן עס זאל נתרבה ווערן כבוד שמים פון דעם.

הערצה פון הגה"צ בעל שבט הלוי ז"ל

הרה"ח ר' שלום יוסף: הרב וואזנער ז"ל [וואס איז געווען א מחותן מיט אים. זיין זון הרה"ג ר' בנציון וואזנער שליט"א רב דקהל שבט הלוי-בית שמש, איז אן איידעם ביים טאטן], איז געווען זייער נאנט מיט אים. ער האט אים ליב געהאט אהבת נפש. הרב וואזנער האט געזאגט: "איך האב אסאך חשוב'ע מחותנים, אבער ר' זלמן'ס ידידות ... "

איינמאל מוצאי שבת, נאך א שבע ברכות ביי איינע פון די קינדער פון הרה"ג ר' בנציון, ביי ר' בנציון אינדערהיים, גיבט ער א גיי צו, ער האט אנגעכאפט מיין טאטן, ער גיבט אים א קוש אויפן שטערן, און ער זאגט אים: "מחותן, איך בעט ביים אויבערשטן, אז מען זאל נישט מגרע זיין מיין חלק אין עולם הבא, צוליב דעם תענוג וואס איך האב געהאט צו זיצן דעם שבת מיטן מחותן צוזאמען אונטער איין דאך".

זיין הגדרה נאכן פטירה

הרה"ח ר' שלמה יעקב יחזקי': נאכן פטירה ווען ער האט גערופן מנחם אבל זיין, האט ער פאר יעדן באזונדער איבערגעזאגט: 'ער איז געווען א גדול בתורה, גדול בעבודה, און גדול ביראה. ער האט געלערנט תורה מתוך יסורים, און ער איז געווען א צדיק יסוד עולם'.

איינער פון די אייניקלעך פון הרב וואזנער האט מיר איבערגעזאגט, אז אינדערהיים האט ער געזאגט די זעלבע ווערטער, ער איז געווען א 'צדיק יסוד עולם'.

א מליץ יושר פארן דור

הרה"ח ר' אברהם צבי: ווען מען איז אריינגאנגען נאכן שבעה צום רבי'ן שליט"א, האט דער רבי שליט"א גאר שטארק גערעדט בשבחו, און בתוך הדברים פארציילט אז דער טאטע ז"ל האט כסדר אין שטוב באוואונדערט זיין לערנען, "טאג און נאכט, טאג און נאכט". דער רבי האט אפאר מאל איבערגעזאגט: "ער האט געלערנט טאג און נאכט".

אויך האט דער רבי שליט"א זיך אויסגעדרוקט: "ער האט ליב געהאט יעדן איינעם, דאס גאנצע שטעטל, און איך וואוין אויך לא"...

הרה"ח ר' שלמה יעקב יחזקי': דער רבי שליט"א האט נאכדעם אויסגעפירט: "דער אייבערשטער זאל העלפן ער זאל זיין א מליץ יושר פאר די גאנצע משפחה, פארן גאנצן שטעטל, און פארן גאנצן דור. ער האט אסאך געטון פארן דור".

הרה"ח ר' אברהם צבי: אונזער מאמע ע"ה פלעגט דערציילן, אז ווען דער רבי ז"ל איז געקומען קיין אנטווערפן [אויפן וועג צו אמעריקע], האט די אלטע רביצין הרבנית הצדיקת טראני ע"ה, איר געפרעגט צי ער לערנט נאכאלץ אזוי פלייסיג ווי אין בוקארעסט. זי האט געדענקט פון בוקארעסט ווי פלייסיג ער האט געלערנט.

זיך מחזק געווען נאך די וועלט-מלחמה

הרה"ח ר' אנשיל: די התמדת התורה וואס דער רבי ז"ל האט דערציילט איז דאך געווען אין בוקארעסט נאך די קריג. ער האט מיר אמאל אליינס דערציילט ווי שווער עס איז געווען נאכן מלחמה בגשמיות וברוחניות. מען קען זיך נישט פארשטעלן. ער איז געבליבן אליין, ער האט נישט געהאט קיין טאטן. ער האט געהאט שרעקליכע עגמת נפש פון די מצב הדור ברוחניות. האט ער געזאגט: "איך האב געוואוסט עס איז נישט דא קיין אנדערע עצה צו קענען מסיח דעת זיין פון דאס אלעס, נאר זיך אינגאנצן אריינלייגן אין תורה, האב איך מיך אריינגעלייגט אין תורה, זעכצן שעה א מעת לעת". אבער ער האט עס געזאגט זייער נאטירליך, נישט ווי ער דערציילט עפעס אויסטערליש.

הרה"ח ר' שלום יוסף: ער האט אמאל מסביר געווען וועגן יענע צייטן נאך די מלחמה, האט ער געזאגט די ווערטער: "מען האט געקענט דעמאלס גיין מיטן קאפ אראפ, און די פיס ארויף, און קיינער זאל נישט זאגן קיין איין ווארט. דער אויבערשטער האט געהאלפן, אז זכות אבות איז מיר בייגעשטאנען, איך האב מיך אריינגעזעצט מיטן ברודער [הרה"ח ר' מיכל ז"ל] אין ביהמ"ד".

כי אם בתורת ה' חפצו

הרה"ח ר' אנשיל: איין מאל יום כיפור ביינאכט האב איך אים געבעטן א ברכה. אינמיטן האט ער געזאגט: "די גרעסטע ברכה איז תורה". צום סוף האב איך אים אויך געבעטן א ברכה אויף פרנסה. האט ער מיר געזאגט: "תורה, תורה, און תורה, וועט דיר גארנישט פעלן".

הרה"ח ר' שלום יוסף: דער אמת איז, אז ביי אים איז געווען 'הוא היה אומר', ער האט גערעדט ביי די מדריגה וואס ער איז געווען. מען האט ביי אים שטארק געזען די נקודה. ער איז אייביג געליגען אין תורה אן קיין חשבונות, און עס איז מקוים געווארן ביי אים כי אין מחסור ליראיו.

הרה"ג ר' יחיאל טויבער ע"ה מייסד כולל מכון להוראה האט פארציילט פאר מיין שוואגער הרה"ג ר' ישעי' ברים שליט"א, אז ווען ער האט געדארפט ברענגען פרנסה אין שטוב, האט ער אנגעהויבן צו ארבייטן מיט מילך. איינמאל האט מיר דיין שווער ר' זלמן געטראפן פארטאגס ווי איך דעליווער מילך, האט ער מיר אפיר געהאלטן, און ער האט מיר געזאגט אזא איינער ווי דיר דארף זיצן און לערנען. האב איך אים געזאגט "איך דארף דאך ברענגען פרנסה", האט ער מיר געענטפערט "איך האב אויך געדארפט ברענגן פרנסה, און איך בין געבליבן ביים לערנען, און דער אייבערשטער האט געהאלפן".

האט ער געזאגט: "האב איך תיכף מחליט געווען איך זעץ מיר צוריק לערנען". און בזכות זה איז נתייסד געווארן די הערליכע מבצר התורה מכון להוראה.

לולי תורתך שעשועי

הרה"ח ר' אנשיל: איך בין אים געגאנגען 'מבקר חולה' זיין, ווען ער האט געהאט מורא'דיגע יסורים אויף די האנט [הרה"ח ר' אברהם צבי: עס איז געווען ווען ער איז געפאלן אין בית המדרש ביי די טרעפ]. האב איך אים דעמאלס דערציילט א מורא'דיגע מעשה מיט דעם ראגאטשובער ז"ל. עס איז געווען א גאנצע השתלשלות, ווי יונגערהייט איז ער געווען א ווילדער, און שפעטער האט ער זיך אריינגעלייגט אין לערנען, אז ער איז געווארן אזא מתמיד, אז ער האט נישט מפסיק געווען קיין רגע פון לערנען. פאר זיין פטירה האט ער געשיקט פרעגן א דיין, אז ער האט מורא'דיגע יסורים, און אויב ער וועט אויפהערן לערנען וועט אים אפשר גרינגער ווערן די יסורים [ווייל זיך מצמצם זיין צו לערנען האט גורם געווען מוסיף צו זיין אויף די יסורים], האט ער געפרעגט צי ער מעג אויפהערן אדער נישט, ווייל עס שטייט דאך 'זאת התורה אדם כי ימות באוהל', אז מ'דארף זיך ממית זיין אויף תורה. למעשה, ביז די תשובה איז צוריקגעקומען איז שוין געווען דערנאך, ע"כ המעשה.

ווען איך בין געווען ביי אים אין שפיטאל, דעמאלס ווען ער האט געהאט שטארקע יסורים אויף די האנט, האב איך אים עס דערציילט, און איך האב געקוקט, איך האב געהערט ווי ער זאגט: "אין לנו שיור רק התורה הזאת", און עס איז אים גערונען טרערן...

הרה"ח ר' שלמה יעקב יחזקי': איך געדענק איך בין געווען אמאל ביי אים אין שפיטאל. איך האב אים געזען וויינען. עס איז מיר געווען אינטערעסאנט. האב איך אים געפרעגט צי עפעס טוט אים וויי. זאגט ער: "איך קען נישט דאווענען, איך קען נישט לערנען", ער איז געווען ממש אויסער זיך. ער איז געווען ממש ווי עס פעלט אים ממש צום לעבן.

הרה"ח ר' שלום יוסף: ער פלעגט דאך אלץ זאגן, "לולי תורתך שעשועי אז אבדתי בעניי..."

הרה"ח ר' אברהם צבי: די טייטש פון 'אז אבדתי בעניי' איז געווען ביי אים 'פשוטו כמשמעו'. ווייל עס איז דאך באוואוסט אז אין די יארן פון תש"ט - תשי"ג איז ער געליגן קראנק אין שפיטאל מיט שטארקע יסורים. איינע פון די שפיטעלער וואס ער איז געווען איז ער געווען אין שווייץ. האט ער דערציילט שפעטער, אז דער מצב פון די מענטשן דארט איז געפערליך, עד כדי כך, אז עס זענען געווען מענטשן וואס האבן זיך ליידער גענומען דאס לעבן דארט.

הרה"ח ר' אנשיל: איך פלעג כסדר קוקן, פורים ווען די גאנצע משפחה איז זיך צוזאמגעקומען און מ'האט געזינגען דעם ניגון 'חכו ממתקים וכלו מחמדים', עס רעדט זיך דאך פון תורה, איז ער געווארן אינגאנצן אן אנדערער מענטש, די פנים האט אים געברענט.

די ווענט זאלן הערן תורה

הרה"ח ר' שלמה יעקב יחזקי': נאכדעם וואס ער איז געזיצן אין ביהמ"ד שעות ע"ג שעות, האט ער אויך געלערנט אסאך אינדערהיים, און געלערנט אויפן קול.

הרה"ח ר' אברהם צבי: ער האט געזאגט פאר א חתן פאר זיין חתונה, אז די ווענט אין שטוב זאלן הערן תורה.

הרה"ח ר' שלום יוסף: דאס האט ער מיר געזאגט: "איך וויל דיר זאגן א זאך, חינוך פאנגט זיך אן, פאר מען האט קינדער, די ווענט זאלן הערן תורה, די ווענט זאלן ווערן אנגעזאפט מיט תורה. אזוי פאנגט זיך אן דער חינוך".

דאנקען אייביג מיט א פרישקייט

הרה"ח ר' אנשיל: איך בין נתפעל געווארן פון זיין דאנקען כסדר דעם רבונו של עולם. ער האט טאקע געהאט יסורים, אבער פון דעם האט ער נישט גערעדט [עס איז דאך אויסטערליש געווען זיין קבלת יסורים באהבה]. אבער ווען עס איז געקומען ווען ער האט געדארפט דאנקען דעם אויבערשטן, איז ער געווען אינגאנצן דערין מיט די גאנצע געפיל. ביי יעדע שמחה האט ער געדאנקט מיט א פרישקייט. ביי יעדע שמחה האט ער נאכאמאל געזאגט אזעלכע לשונות: אודה ה' מאוד בפי, דער באקאנטע ווארט פונעם ערוגת הבושם אויף די פרשה פון ביכורים וועגן הכרת הטוב, איך קען נישט גענוג זאגן וכו', דאס הארץ איז פול... איך האב נישט גענוג ווערטער ארויסצוברענגען הכרת הטוב, אזויפיל 'מלמד שאיני כפוי טובה'. קבלת יסורים באהבה זעט מען אמאל. אבער דאנקען מיט אזא פרישקייט דאס איז שוין געווען א חידוש.

ווען ער פלעגט קומען צו א שמחה, האט עס אויסגעזען ווי עס איז יעצט געווען די וועלט-מלחמה, ער האט געדאנקט מיט אזא פרישקייט, ער האט נישט גע'חלומ'ט אז ער גייט נאך אויפשטעלן אזא דור... ממש ווי עס איז יעצט פריש געווען, כאילו ער האט עס קיינמאל נישט געזאגט.

דער דור וועט נישט זען אזא סארט התמדה!

הרה"ח ר' שלמה יעקב יחזקי': איך האב געטראפן הגאון הצדיק רבי אלחנן יוסף הערצמאן ז"ל, ער איז געווען א געהויבענער איד, מגדולי בעלי המוסר, ער איז אויך געווען שואל ומשיב אין פאפא ישיבה.

האט ער דערציילט, אז אין יאר תשי"א איז ער איז געווען אין 'דענווער-קאלאראדא', האט ער געהערט, אז אין שפיטאל איז דא א איד א תלמיד חכם, איז ער אים געגאנגען מבקר חולה זיין. דאס איז געווען אונזער טאטע ז"ל, נאכדעם וואס מ'האט אים אפערירט, ווען ער האט געהאט אן אפעראציע וואס מ'האט ארויסגענומען זעקס צלעות [ריפן ביינער], און דעמאלס ווען ער איז געקומען צו אים, איז געווען דריי טעג נאך די אפעראציע, האט ער געזען ווי ער ליגט דארט אין בעט, איינגעבויגן איבער א גאנצע הויפן ספרים, און ער האט געלערנט מיט א חיות, ממש אזויווי ער זיצט אין זיין חדר הספרים. ער האט נישט געקענט גלייבן וואס ער זעט.

דערציילט ער ווייטער, בין איך געגאנגען אין שטאט און פארפירט, א איד א תלמיד חכם ליגט אין שפיטאל און מען גייט אים נישט באזוכן? האט מען מיר געענטפערט אז מען האט מורא צו גיין צו אים, ווייל ווען מען קומט אים באזוכן פלעגט ער גלייך פרעגן 'וואס לערנסטו?' און ער האט אנגעהויבן שמועסן אין לערנען, ממילא גייט מען נישט צו אים ווייל מ'האט מורא.

זאגט ער מיר, אז די פאר וואכן וואס ער איז דארט געווען, איז ער כסדר ארויפגעגאנגען צו אים, און מ'האט געשמועסט אין לערנען.

זאגט ער מיר א לשון: "ער איז געווען א יודע עתים [ער האט גוט אויסגענוצט די צייט]. איך גלייב נישט אז דער דור וועט נאך זוכה זיין צו זען אזא סארט התמדה".

אינטערסאנט איז געווען, ווען איך האב נאכדעם געפרעגט מיין טאטן צו ער קען א יוד רבי אלחנן יוסף הערצמאן, האט ער געענטפערט: "איך האב געהערט פון אים..." [ער האט גארנישט געוואלט פארציילן].

הרה"ח ר' שלום יוסף: איך האב געזען די גאנצע מעשה ווי ער אליין שרייבט דאס, דארט שרייבט ער מיט אזא סארט בעל מוסר'דיגע מהלך, 'אזא מין מוסר השכל, וואס וועלן מיר ענטפערן פארן יום הדין, אז מען וועט אונז פרעגן ביים בית דין של מעלה, איר זענט געזונט און פריש מיט אלע צלעות, לאמיר זיך מאכן א חשבון'.

הרה"ח ר' שלמה יעקב יחזקי': נאכן פטירה פון בעל 'ויחי יוסף' זצ"ל, האט ער געוואלט באשרייבן דעם פאפא רב, האט ער באשריבן א תלמיד [דעם טאטן ז"ל], כדי מ'זאל פון דעם זען ווער דער רבי איז געווען.

וויאזוי האט מען סייעתא דשמיא?

הרה"ח ר' אנשיל: די מעשה איז באקאנט, ער האט עס דערציילט אסאך מאל, און איך האב עס געהערט פון אים, ער פלעגט אריינפארן יעדע וואך צו פאפא רב ז"ל, געווענליך איז עס געווען זונטאג. איינמאל ווען ער איז אריינגעפארן איז געווען פאר פסח, און דער פאפא רב איז פונקט דעמאלס געגאנגען געבן א הכשר אויפן פאפא-צעהלים מצה בעקעריי. האט ער געפרעגט דעם פאפער רב צי ער קען מיטקומען. זאגט ער יא. האט ער געזען ווי דער פאפא רב גיבט שנעל א גיי דורך די גאנצע בעקעריי, ער טרעפט ביי די וועלגער העלצער אז עפעס איז נישט גוט, האט ער גלייך מעורר געווען אויף דעם ענין און ארויסגעגאנגען.

האט ער געפרעגט פון זיין רבין פאפא רב צי ער מעג פרעגן א שאלה, וויאזוי מען קען אזוי שנעל געבן א הכשר, און וויאזוי איז מעגליך אז פונקט ווען ער קומט האט ער פונקט געטראפן.

דעם פאפא רב האט מען נישט געקענט אייביג אזוי פרעגן די סארט זאכן, אבער דעמאלס ווען ער האט געזען אז דער פאפא רב איז געווען בדיחא דעתיה, האט ער געגעבן א פרעג צי ער מעג פרעגן וועגן די מעשה אין די פוילישע בעקעריי יארן צוריק?

אין יענע יארן פלעגן אלע דארט באקן מצות, און די רבנים זענען געקומען בודק זיין די בעקעריי, די מיל, וכו'. און הרה"ק מ'סאטמאר זצ"ל, און הגה"צ דער וואוידיסלאווער רב זצ"ל זענען שוין דארט געווען, און נאך אנדערע, און עס האט אויסגעקוקט גוט.

דער פאפא רב איז אנגעקומען שפעטער, און ווען ער איז אנגעקומען האט ער געפרעגט צי ער קען נאך בודק זיין? האט מען אים געזאגט, אז די רבנים זענען שוין געווען.

זאגט ער: "עס געדויערט א מינוט". ער גיבט א שפרינג אריין, גיבט א גיי צו צום מיל, און נעמט ארויס א טייגל...

האט זיך דער סאטמארער רב זצ"ל אנגערופן: "פאפא רב איר האט סייעתא דשמיא אין הוראה".

האט דער זיידע געפרעגט פון פאפא רב, אז ער וויל וויסן וואס ליגט אונטער דעם.

האט דער פאפא רב דערציילט: אז ער איז געווען איינע פון די דיינים אין שטאט סאטמאר פארן קריג, ער איז געווען דער יונגסטער דיין דארט. זאגט ער, "בייטאג ווען ער האט געהאט א שווערע שאלה, האט ער כאטש געהאט מיט וועמען איבערצושמועסן, ער האט עס איבערגערעדט מיט די עלטערע דיינים.

ביינאכט, ווען מען האט שוין נישט געקענט פרעגן פון די רבנים, איז מען געקומען צו אים. און אמאל ביי א שווערן ענין האב איך נישט געהאט מיט וועמען איבער צו שמועסן, וואס האב איך געטון, איך האב מיך אראפגעווארפן אויף דער ערד, און זיך אויסגעוויינט צום אויבערשטן, ער זאל מיך חונן דעת זיין".

האט ער אים געזאגט, אז ער גיבט אים אויך די עצה, דער בעסטער שימוש, איז תפילה.

הרה"ח ר' שלמה יעקב יחזקי': ער פלעגט אסאך אריינפארן צום פאפא רב, פלעגט ער אויך איבערשמועסן שווערע שאלות וואס ער האט געהאט. האט אים איינמאל פאפא רב געזאגט: דו קענסט אליין פסק'ענען, פארוואס דארפסטו דאס קומען פרעגן. ער האט אים דעמאלס אויך פארציילט די מעשה, און געגעבן די עצה.

געלעבט מיט דעם רבינ'ס תורות

הרה"ח ר' אברהם צבי: ער האט געלעבט מיט דעם רבינ'ס תורות אבנארמאל. איך געדענק אז ער איז געווען אמאל שבת אין בארא פארק, עס איז נאר געווען צוועלף אזייגער פרייטאג צונאכטס, האט ער געזאגט אז ער וויל זיך גיין אראפלייגן, ער האט שוין נישט קיין כח. האט מען אים געפרעגט, עס איז דאך פיל פריער ווי יעדע וואך ביים טיש? וויאזוי דארט האט ער יא כח, האט ער געענטפערט: "דאס איז מיין חיות".

הרה"ח ר' אהרן אברהם שווארץ: איך געדענק, ער פלעגט אראפגיין אינמיטן טיש, פארן תורות, בשעת עפל טיילן, און ער האט זיך אפגעוואשן דאס פנים פאר די תורות.

הרה"ח ר' שלום יוסף: מיין מאמע פלעגט אלץ זאגן, פרייטאג צונאכטס ווען ער האט זיך שוין געהאט געלייגט, האט מען געקענט הערן ווי ער זאגט און זאגט. ווען מיין מאמע האט אים געפרעגט וואס ער זאגט, האט ער געזאגט אז 'ער חזר'ט איבער די תורות'.

איך געדענק טאקע ווען ער האט גערעדט אמאל א דרשת התעוררות אין בית המדרש פאר ראש השנה, האט ער אנגעפאנגען: "איך ווייס נישט וואס איך דארף דא רעדן..." ער האט אנגעהויבן מיט דעם, אז דער אור החיים הק' זאגט אויף 'ראה אנכי', קוק מיך אליין אן וועסטו זען, זאגט ער: "וואס דארף איך רעדן, מען קומט פרייטאג צונאכטס, מען זעט ווי דער רבי רעדט, וויאזוי ער פירט זיך אויף, און דעם גאנצן 'הוא היה אומר', וואס האב איך נאך צוצולייגן דא. נאר, עס איז א מנהג העולם אז מען רעדט פאר ראש השנה".

הרה"ח ר' שלמה יעקב יחזקי': הרה"ג רבי שלום פאללאק שליט"א חבר הבד"ץ, האט מיר פארציילט, אז ער איז געווען אמאל סוכות, פרייטאג צונאכטס ווען דער רבי האט געזאגט תורה. די טישן זענען געווען דעמאלס אין די אלטע סוכה, אין 'כולל', און עס זענען געווען די שמאלע טישן, און די שורה פון די רבנים איז אויסגעקומען אז זיי זענען ממש איינער קעגן דעם צווייטן. איז אויסגעקומען אז ער איז געזעסן אנטקעגן אונזער טאטע.

זאגט ער, אז ער האט געזען ביי די תורות, ווי ער איז געזעסן אזוי, און זיך ארויסגעבויגן. זאגט מיר רבי שלום: "עס איז געווען מורא'דיג צו זען, ווי דיין טאטע האט געדארשט יעדע ווארט פון רבינ'ס תורות". ער זאגט מיר: "אז עס האט זיך געלוינט צו קומען נאר פארדעם אליין, צו זען וויאזוי א איד שלינגט יעדעס ווארט".

הרה"ח ר' אהרן אברהם שווארץ: דער באבע האט מיר געזאגט אפאר מאל, אז דער זיידע האט געלעבט מיט די תורות פון דעם רבי'ן, זי האט מיר געזאגט, אז 'ער האט געזאגט אז דאס איז געווען זיין חיות א גאנצע וואך'.

ארויסצונעמען פון דאס לערנען א נקודה

הרה"ח ר' אנשיל: איך געדענק אז ער האט מיר אמאל נאכגעזאגט, איך מיין אז ער האט עס נאכגעזאגט פונעם ויגד יעקב, אז כדי צו מצליח זיין אין לערנען, זאל מען יעדעס מאל ווען מען לערנט, ארויסנעמען, א דבר מוסר, אגדה, אדער עפעס א זאך. ער האט געזאגט אז עס איז מסוגל אויף געדענקען דאס לערנען.

הרה"ח ר' שלום יוסף: דער רמב"ן זאגט דאך אין דער אגרת: 'בכל עת שאתה תקום מן הספר תחפש באשר למדת אם יש בו דבר אשר תוכל לקיימו'.

ווען מען לערנט קוקט מען נישט אויפן זייגער

הרה"ח ר' שלמה יעקב יחזקי': עס האט מיר דערציילט א איד פון מאנטריאל, אז ער געדענקט ביי די שידוך פון אונזער שוואגער הרה"ג ר' וואלף בער לערנער שליט"א-בעלזער דיין אין מאנטריאל, ווי דער טאטע איז געקומען אין בעלזא ישיבה זעהן דעם בחור. זאגט מיר דער איד, ער געדענקט ווען ער איז אריינגעקומען אין האלל, און געזוכט הגה"ח ר' שלום בראנדער ז"ל-ראש ישיבת בעלזא, און ער האט מיר געפרעגט וואס איך לערן. האב איך געזאגט אז איך לערן מסכת פסחים. און דארט אויפן פלאץ אזוי שטייענדיג אין האלל, האט ער מיר פארהערט מסכת פסחים. עס איז געווען א חידוש.

הרה"ח ר' אנשיל: אז דו רעדסט שוין פון הרה"ג ר' וואלף בער שליט"א וויל איך דערציילן וואס איך האב געהערט פון אים אליין, אז שוין אין די שבע ברכות האט דער זיידע געלערנט מיט אים. ער זאגט אז עס איז געווען אנדערש ווי היינט. ער האט געלערנט זייער לאנג מיט אים אין די שבע ברכות. אינמיטן האט רבי וואלף בער געקוקט אויפן זייגער, האט דער זיידע געגעבן א דריי אוועק דעם זייגער...

הרה"ח ר' שלמה יעקב יחזקי': ער פלעגט זאגן: "ווען מען לערנט קוקט מען נישט אויפ'ן זייגער".

הרה"ח ר' שלום יוסף: איך געדענק ווען איך האב געלערנט מיט אים, אז בשעת'ן לערנען האב איך נישט געטארט קוקן אויפן זייגער.

תורה בטהרה

הרה"ח ר' שלום יוסף: עס איז דאך באקאנט דעם זיידנס [בעל מחנה אברהם] מסירות נפש פאר מקוה, ווי דער רבי ז"ל האט זיך אויסגעדריקט אויפן ספר מחנה אברהם אויף מקואות וואס איז איבערגעבליבן נאכן קריג בדרך נס: חז"ל זאגן דאך "מסרו נפשייהו ונתקיימה בידן". און דער טאטע ז"ל איז אויך געגאנגען אין די פיס טריט, ווי דער פעטער הרה"ח ר' מיכל ז"ל האט פארציילט, אז אין די ווינטער האט די מקוה געקענט אסאך מאל זיין אייזיג, און זיי האבן געבראכן די אייז און געגאנגען אין מקוה.

און ווען מען האט דא אין סקווירא געבויעט די מקוה טהרה, האט ער אריינגעלייגט כוחות ביז מסירות נפש. ער איז ארויפגעקראכן אויפן דאך צו יעדע ווינקל מיט זיין אקסענדזשן טאנק...

איך דערמאן מיר, אז ער האט דעמאלס נאכגעזאגט פארן רבי'ן שליט"א [איך מיין בשם איינער פון די ראשונים] ביים כשר'ן דער מקוה: "פאר טהרתן של ישראל דארף מען חייש זיין אפילו צו א שיטה יחידאה".

עס איז נאך דא אסאך צו פארציילן, ועוד חזון למועד.