אז מען נעמט נישט די גאולה פאר די צייט איז מען זוכה צו די גאולה
אז מען נעמט נישט די גאולה פאר די צייט איז מען זוכה צו די גאולה
אֱמֶת וְיַצִיב... וְטוֹב וְיָפֶה הַדָּבָר הַזֶּה עָלֵינוּ לְעוֹלָם וָעֶד
די זאך (פון קבלת עול מלכות שמים) איז אמת און ריכטיג... און גוט און פיין אויף אונז, אויף אייביג
מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע שטעלט זיך, פארוואס פעלט אויס צו אויספירן "לעולם ועד", לכאורה איז שוין אליין פארשטענדליך, אז א זאך וואס איז אמת און ריכטיג בלייבט אויף אייביג?
נאר ס'איז באקאנט, אז דער מקור פון דעם נוסח קומט פון די אידן וואס האבן געוואוינט אין שטאט טולטילה אין די צייט פון גלות בבל, און ווען עזרא הסופר האט געוואלט ארויפגיין קיין ארץ ישראל אויפצובויען דעם צווייטן בית המקדש, האט ער געשיקט צו זיי, אז זיי זאלן אויך ארויפקומען, אבער זיי האבן נישט געוואלט, ווייל זיי האבן געוואוסט, אז דער בית המקדש וועט צום סוף חרוב ווערן, און דאס איז נישט קיין אייביגע גאולה, און כדי מען זאל זיי נישט חושד זיין, אז זיי האבן חלילה פארלוירן זייער אמונה, האבן זיי אים געשיקט דעם וואונדערליכן לויב פון 'אמת ויציב', און די אנשי כנסת הגדולה האבן דאס אריינגעשטעלט אין דאווענען, און מיר געפינען, אז דאס איז גאר א וויכטיג צו זאגן, און לגבי געוויסע דינים אפילו וויכטיגער ווי קריאת שמע אליינס (זע ברכות כא.).
דער מדרש זאגט (ילקוט, בא, רמז קצא), אז די גאולה העתידה וועט זיין אין זכות פון דעם וואס אידן ווארטן אויף די גאולה, און מען נעמט נישט אליין די גאולה בעפאר די ריכטיגע צייט.
דאס איז די טיפע כוונה פון 'אמת ויציב', אז די אידן פון טוליטולה האבן אים געשיקט, אז מיר ווילן בלייבן דא, און ליידן ווייטער פון די גלות, און אויסווארטן ביז דער אויבערשטער וועט אונז אויסלייזן, און דורכדעם וועט זיין "לעולם ועד" – אז מיר וועלן זוכה זיין צו די גאולה שלימה וואס וועט זיין אויף אייביג, א נצחיות'דיגע גאולה, ווייל דורכדעם וואס מיר ווארטן דא אין גלות, און מיר זענען מקבל אויף זיך דעם עול פון די גלות, וועט דאס צוברענגען צו די נצחיות'דיגע גאולה.
יותר מק"ש דספק קרא ק"ש אינו חוזר ספק קרא אמת ויציב חוזר וקורא מפני שיש בה יצי"מ. והנה ק"ז היש"מ זלה"ה בהפטרה לפ' שופטים פי' הפסוק כי לא בחפזון תצאו ובמנוסה לא תלכון כי הולך לפניכם ה' ומאספכם אלקי ישראל דגאולות הקודמות היו ע"י בשר ודם אבל גאולה העתידה תהי' רק ע"י הקב"ה בכבודו ובעצמו ולכן צריך לתקן הכל מקודם ובשביל כך נתארך הגלות עיי"ש וכבר הובאו דבריו לעיל, וידוע מה דאיתא בילקוט פ' בא (רמז קצ"א) דגאולה העתידה תהי' בזכות נטרונא כמ"ש והי' לכם למשמרת ופי' הזי"ר דהכוונה בזכות זה שממתינים על הגאולה ולא יטלו גאולה לפני הזמן וזה ששלחו לו אנשי טלטולה ויציב ונכון וכו' שאנו רוצים להשאר כאן ולסבול עול הגלות עד שיעלה רצון מאת הבוית"ש ועי"ז יהי' הדבר הזה עלינו לעולם ועד פי' שגאולה העתידה שאנו מצפים אלי' תהי' גאולה נצחית ע"י שאנו ממתינים כאן בגולה ומקבלים עלינו את עול הגלות באהבה זה יגרום שנזכה לגאולה נצחית.