בַּסֵּכֹּת תֵּשְׁבוּ שִׁבְעַת יָמִים כָּל הָאֶזְרָח בְּיִשְׂרָאֵל יֵשְׁבוּ בַּסֵּכֹּת: די הייליגע יום טוב: "סוכות" איז דאך איינער פון די שענסט'ע ימים טובים ביי די יודישע קינדער, און די הייליגע יום טוב: "סוכות" איז דאך א יום טוב וואס האט דאך א קשר מיט א יעדעם איינעם: "מִקָטְן וְעַד גָּדוֹל".
און דער ענין איז דאך שוין טאקע אויך מרומז אין די ווארט: "סוּכָה", ווייל די ווארט: "סוּכָּה" איז דאך טאקע אויך גימטריא: "הִנֵּה חַנֶּךָ" – אט איז דיין יום טוב..!
ווייל יא ר' יוד, א יעדע יודיש קינד קען זוכה זיין זיך צו טרעפן מיטן הייליגן באשעפער אין זיין הייליגע סוכה'לע וואו ער זיצט, ווייל מיר גייען דאך דעמאלט'ס אלע אריין: "בְּצִלָּא דִּמְהֵימְנוּתָא וּבְצִלָּא דְקֵדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא" – ווייל מיר גייען דאך דעמאלט'ס אלע אריין אין די שאטן פון דעם הייליגן באשעפער.
און די הייליגע יום טוב פון: "סוכות" איז דאך א: "אִילָנָא דְחַיֵּי" – און די הייליגע יום טוב פון: "סוכות" איז דאך א לעבעדיגע בוים פאר א יעדע יודיש קינד, ווייל פון דארטן שעפן מיר דאך אלע "חיות" און: "שִׂמְחָה" אויף א גאנץ יאר, ווייל: "סוכּוֹת" איז דאך: "זְמַן שִׂמְחָתֵנוּ", און פון דעם דאזיג'ן יום טוב שעפן מיר דאך אלע א שמחה'דיגע חיות אויף א גאנץ יאר.
און די ווארט: "סוּכָה" איז דאך טאקע אויך גימטריא: "אִילָן", ווייל יא ר' יוד, די הייליגע יום טוב: "סוכות" איז דאך א: "אִילָנָא דְחַיֵּי" פאר א יעדע יודיש קינד – די הייליגע יום טוב: "סוכות" איז דאך א לעבעדיגע בוים פאר א יעדע יודיש קינד, און פון דארטן שעפן מיר דאך אלע "חיות" און: "שִׂמְחָה" אויף א גאנץ יאר.
אבער לכאורה דארף מען דאך אבער פארשטיין, אז וואס איז די קשר צווישן די יום טוב פון: "יוֹם כִּיפּוּר" מיט די יום טוב פון: "סוכות"..?! און פארוואס טאקע קומט די יום טוב: "סוּכּוֹת" דוקא נאך: "יוֹם כִּיפּוּר"..?!
נאר די תירוץ אויף דעם איז, ווייל מיר האלטן דאך שוין יעצט אלע נאך אזעלכע הייליגע ימים נוראים וואס אלע יודישע קינדער האבן דאך שוין דעמאלט'ס תשובה געטוהן אויף אלע זייערע עבירות, און א יעדער איינער האט זיך דאך שוין דעמאלט'ס מקבל געווען צום נייעם יאר צו זיין בעסער, און ממילא וועגן דעם קומט גלייך נאך די ימים נוראים די הייליגע יום טוב פון: "סוכּוֹת", ווייל וואס איז טייטש די ווארט: "סוכות"..?!
די ווארט: "סוכות" איז דאך טייטש "באדעקן" און "באשיצן", און עס שטייט דאך שוין טאקע בפירוש אין פסוק אין פרשת פקודי (קפיטל מ' פסוק ג'), אז דער הייליגער באשעפער האט דעמאלט'ס געזאגט פאר משה רבינו, אז: "וְשַׂמְתָּ שָׁם אֵת אֲרוֹן הָעֵדוּת" אז דו זאלסט אריין לייגן די הייליגע ארון אין דעם הייליגן: "מִשְׁכַּן יהו-ה", און: "וְסַכֹּתָ" – און דו זאלסט צו דעקן: "עַל הָאָרֹן אֶת הַפָּרֹכֶת", זעהט מען דאך שוין פון דעם קלאר, אז די ווארט: "סוּכָּה" איז דאך טייטש "באדעקן" און "באשיצן".
און די גמרא אין מסכת סוכה (דף: ב' ע"א) ברענגט דאך אונז שוין טאקע אויך אראפ דעם פסוק פון: "וְסֶכָּה תִּהְיֶה לְצֵל יוֹמָם מֵחֹרֶב" וגו' וואס שטייט אין ישעיה הנביא (קפיטל ד' פסוק ו'), און פון די גמרא אין מסכת סוכה זעהט מען דאך שוין אויך קלאר, אז די ענין פון: "סוּכָה" איז דאך א זאך וואס איז אָן געפילט מיט: "אַהֲבָה" מתחילה ועד סוף.
און אונזער הייליגע: "סוּכָּה" איז דאך די שאטן פון דעם אייבערשטן אליין, און אונזער הייליגע: "סוּכָּה" איז דאך: "כְּנֶשֶׁר יָעִיר קִנּוֹ" – און אונזער הייליגע: "סוּכָּה" איז דאך אזוי ווי א אדלער וואס טראגט אירע קינדער העכער אירע פליגל'עך, און נישט אונטער אירע פליגל'עך.
און דאס מיינט דאך צו זאגן אין אנדערע ווערטער אזוי, אז רש"י הק' זאגט דאך אונז שוין בפירוש אין פרשת יתרו (קפיטל י"ט פסוק ד') אויף די ווערטער: "וָאֶשָּׂא אֶתְכֶם עַל כַּנְפֵי נְשָׁרִים" וגו', אז ווען א אדלער טראגט זיינע קינדער, דעמאלט'ס טראגט ער זיי אינגאנצן אנדערש ווי אלע אנדערע פייגל'עך.
ווייל ווען א פשוט'ע פייגל פליעט, טראגט זי דאך דעמאלט'ס אירע קינדער צווישן אירע פוס, און נישט אויף אירע פליגלען, ווייל זי האט דאך שטענדיג מורא פון אנדערע פייגל'עך וואס פליען העכער איר אז זיי זאלן איר נישט צו נעמען אירע קינדער.
אבער משא"כ ווען א אדלער פליעט, טראגט זי דאך דעמאלט'ס יא אירע קינדער "העכער" אירע פליגלען, ווייל דער אדלער האט דאך נישט וואס מורא צו האבן פון אנדערע פייגל'עך, ווייל דער אדלער פליעט דאך די העכסט'ע פון אלע פייגל'עך, און ממילא וועגן דעם דארף זי נישט מורא האבן פון גארנישט, ווייל קיינער קען דאך נישט פליען העכער ווי דער אדלער.
אבער פון איין זאך האט אבער דער אדלער יא מורא, און דאס איז, פון דעם "מענטש", ווייל דער אדלער האט דאך מורא אז אפשר וועט א מענטש אריין שיסן א פייל פון אונטער איר, און ער וועט איר אראפ שיסן צוזאמען מיט אירע קינדער.
אבער אפילו אזוי לייגט זי אבער נאך אלץ אירע קינדער "העכער" אירע פליגלען, און נישט "אונטער" אירע פליגלען [אזוי ווי אלע אנדערע פייגל'עך], ווייל דער אדלער זאגט דעמאלט'ס אזוי, אז: "מוּטָב שֶׁיִכָּנֵס הַחֵץ בִּי וְלֹא בְּבָּנַי" – אז בעסער זאל דער פייל אריין פליען אין מיר ווי אין מיינע קינדער, און וועגן דעם לייגט זי טאקע אירע קינדער "העכער" אירע פליגלען.
אבער לכאורה איז דאך אבער שווער אויף דעם א מורא'דיגע קשיא, ווייל וואס האט דער אדלער בכלל אויף געטוהן מיט דעם וואס זי לייגט אירע קינדער "העכער" אירע פליגלען..?!
אויב א מענטש שיסט אריין אין א פייל אין דעם "אדלער", וועט זי דאך דעמאלט'ס אראפ פאלן צוזאמען מיט אלע אירע קינדער, און ממילא וואס טוט זי אויף מיט דעם וואס זי לייגט אירע קינדער "העכער" אירע פליגלען..?! זיי וועלן דאך אלע סיי ווי סיי געהארגע'ט ווערן אויב א מענטש וועט אריין שיסן א פייל פון אונטער איר..?!
נאר פון דעם קענען מיר זיך דאך ארויס לערנען א מורא'דיגע מוסר השכל, און דאס איז, אז דער אדלער זאגט דעמאלט'ס צו זיך אזוי, אז אפילו אויב איינער וועט אריין שיסן א פייל אין "מיר", לאז איך אבער נאך אלץ נישט אפ דאס וואס איך טראג.
און דאס דארף דאך טאקע א מענטש שטענדיג געדענקען אין א יעדן מצב, אז אפילו אויב איינער האט מיר גאר שטארק צו קלאפט, לאז איך אבער נאך אלץ נישט אפ דאס וואס איך טראג מיט מיר, און אפילו אויב איינער האט מיר גאר שטארק צו שטאכן, לאז איך אבער נאך אלץ נישט אפ "מיינע קינדער", און מיינע קינדער זענען דאך מיינע: "תּוֹרָה וּמִצְוֹת וּמַעֲשִׂים טוֹבִים".
און א מענטש דארף דאך דאס טאקע גוט אריין נעמען ביי זיך אין קאפ, ווייל א יעדע מענטש האט דאך אמאל א שווערע מצב אין זיין לעבן, און ממילא וועגן דעם דארף ער זיך דאך שוין יעצט גוט איין חזר'ן דעם געדאנק, אז אפילו אויב איינער האט מיר אינגאנצן צו קלאפט, אפילו אזוי ווארף איך אבער נאך אלץ נישט אראפ דאס וואס איך טראג, נאר פארקערט, איך גיי אָן ווייטער מיט מיין יודיש'קייט כאילו לא היה.
ווייל כלל ישראל איז דאך צו געגעליכן צו א: "נֶשֶׁר" – ווייל כלל ישראל איז דאך צו געגעליכן צו א "אדלער", און דער ענין איז דאך שוין טאקע אויך מרומז אין דעם פסוק פון: "וְאַתֶּם תִּהְיוּ לִי מַמְלֶכֶת כֹּהֲנִים וְגוֹי קָדוֹשׁ" וגו' וואס עס שטייט דאך שוין אין פרשת יתרו (קפיטל י"ט פסוק ו'), און לאמיר טאקע זעהן וואס רש"י הק' זאגט אויף דעם הייליגן פסוק פון: "וְאַתֶּם תִּהְיוּ לִי מַמְלֶכֶת כֹּהֲנִים וְגוֹי קָדוֹשׁ" וגו'.
אבער וואונדער איבער וואונדער.. רש"י הק' זאגט איין איינציגע ווארט אויף דעם גרויסן הייליגן פסוק פון: "וְאַתֶּם תִּהְיוּ לִי מַמְלֶכֶת כֹּהֲנִים וְגוֹי קָדוֹשׁ" וגו', און די איין איינציגע ווארט איז: "שָׁרִים"..!
ווייל יא טייערע יודן, א יודיש קינד דארף וויסן, אז איך בין נישט סתם עפעס א שמאטע פון דעם אייבערשטן, נאר איך בין א: "שר" פון דעם אייבערשטן..! און.. יא, איך בין פון דעם אייבערשטנ'ס גרעסטע: "שָׂרִים"..! און די ווארט: "שָׁרִים" – איז דאך טאקע אויך גימטריא: "נֶשֶׁר" – א אדלער.
ווייל מיר כלל כלל ישראל – דער הייליגער: "גוֹי קָדוֹשׁ" פון דעם הייליגן באשעפער זענען דאך אלע צו געגליכ'ן צו א "אדלער", און מיר דארפן דאך טאקע אלע זעהן אָן צו נעמען דעם הייליגן הנהגה פון דעם: "נֶשֶׁר", און נישט אפ לאזן אונזערע אלע הייליגע עבודות אין קיין שום מצב, נאר זיך שטענדיג מחזק זיין מיט: "אֱמוּנָה" און: "בִּטָחוֹן" אין דעם הייליגן באשעפער, און ווייטער דינען דעם הייליגן באשעפער כאילו לא היה.
און אויב א מענטש וועט נישט אראפ ווארפן פון זיך דעם: "על תּוֹרָה" אפילו ווען ער איז גאר שטארק צו קלאפט געווארן, וועט ער דעמאלט'ס זוכה זיין: "מִדָּה כְּנֶגֶד מִדָּה" אז דער אייבערשטער וועט איהם אויך קיינמאל נישט אוועק ווארפן, נאר ער וועט איהם שטענדיג האלטן ביי זיך אויף זיין רעכטע זייט, און אויב א מענטש האט: "קִרְבַת אֱלֹקִים", דעמאלט'ס איז ער דאך שוין די גליקלעכ'סטע מענטש אויף דער וועלט.
ווייל דער הייליגער נעים זמירות ישראל דוד המלך עליו השלום זאגט דאך אונז שוין בפירוש אין זיין הייליגן ספר תהלים (קפיטל ע"ג פסוק כ"ח), אז: "ואני" – אז איך.. דארף דאך נאר איין זאך, און די איין זאך איז: "קִרְבַת אֱלֹקִים" – און די איין זאך איז אז "איך וויל זיין נאנט צום אייבערשטן", און דאס איז: "לִי טוֹב" – און דאס איז די בעסטע זאך וואס איך גלוסט נאר צו האבן אויף דער וועלט.
ווייל אויב א מענטש איז נאנט צום אייבערשטן, ווערן דאך שוין דעמאלט'ס זיינע תפילות גאר שנעל נתקבל, ווייל דער אייבערשטער שטייט דאך שטענדיג לעבן איהם, און ער נעמט דאך שטענדיג גלייך אָן אלע זיינע תפילות וואס ער בעט נאר, און עס איז דאך נישט דא קיין שום שלעכטע מלאך וואס קען פראבירן צו שטערן זיינע תפילות פון ארויף גיין צום הייליגן באשעפער.
ווייל דער קעניג אליין שטייט דאך שטענדיג לעבן איהם, און ער הערט דאך איהם שטענדיג אויס אלעס וואס ער בעט נאר, און עס איז דאך דעמאלט'ס ממש א בחינה פון: "וְרַחֲמֶיךְ יהו-ה אֱלֹקֵינוּ וַחֲסָדֶיךְ הָרַבִּים אַל יַעַזְבוּנוּ נֶצַח סֶלָה וָעֶד".
און מיר האבן דאך שוין טאקע פריער אויך דערמאנט, אז עס ווערט דאך שוין געברענגט אין חז"ל, אז כלל ישראל איז דאך צו געגעליכן צו א: "נֶשֶׁר", און קיין שום פייגל קען דאך נישט פליען העכער פון דעם אדלער, און וויבאלד קיין שום פייגל קען דאך נישט פליען העכער פון דעם אדלער, ממילא וועגן דעם קומט דאך אויס, אז די קינדער פון דעם אדלער זענען דאך שטענדיג אפ געהיטן מיט א באזונדער'ע: "שְׁמִירָה יְתֵרָה".
און די נמשל פון דעם איז, אז קיין איין פאלק קען זיך דאך נישט דער הייבן העכער ווי דאס יודישע פאלק, ווייל מיר זענען דאך די איינציגסט'ע פאלק וואס איז: "קְרֹבִים אֶל יהו-ה אֱלֹקֵינוּ יוֹמָם וָלָיְלָה" אויפן העכסט'ן דרגה, און וויבאלד מיר זענען דאך טאקע שטענדיג אזוי נאנט צום אייבערשטן, ממילא וועגן דעם פארמאגן מיר טאקע שטענדיג א באזונדער'ע: "שְׁמִירָה יְתֵרָה" פון דעם הייליגן באשעפער.
און די זעלבע זאך איז דאך אויך מיט די הייליגע: "סוּכָה", ווייל די ספרים הק' זאגן דאך אונז שוין קלאר בפירוש, אז בשעת ווען מיר געפונען זיך אין די הייליגע: "סוּכָה", זענען מיר דאך דעמאלט'ס אפ געהיטן און באשיצט פון אלעם שלעכט'ן, און מיר זיצן דאך דעמאלט'ס אלע רואיגערהייט: "בְּצִצְלָא דִּמְהֵימְנוּתָא עִלָּאָה" – און מיר זיצן דאך דעמאלט'ס אלע רואיגערהייט אין די שאטן פון דעם הייליגן באשעפער.
און אונזער גרויסער טאטע אין הימל נעמט דאך אונז דעמאלט'ס אלע ארום פון אלע פיר זייטן פונקט אזוי ווי א מאמע נעמט ארום איר ניי געבוירן קינד און זי שיצט איהם כדי אז ער זאל ח"ו נישט געשעדיגט ווערן פון קיין שום זאך.
און די ספרים הק' זאגן דאך אונז שוין טאקע אויך קלאר בפירוש, אז יא ר' יוד, דאס איז די הייליגע יום טוב פון: "סוכות", די הייליגע יום טוב פון : "סוכות" איז דאך איין שטיק: "אַהֲבָה" פון דעם הייליגן באשעפער צו די יודישע קינדער.
און דער הייליגער תורה הק' זאגט דאך אונז שוין טאקע אויך אין פסוק אין פרשת וישלח (קפיטל ל"ג פסוק י"ז), אז: "וְיַעֲקֹב נָסַע סֶכֹּתָה" וגו', און די ווערטער: "וְיַעֲקֹב נָסַע סֶכֹּתָה" איז דאך טאקע אויך גימטריא: "בְּצִלָא דִּמְהֵימְנוּתָא עִילָאָה מֵאַהֲבָה" [מיט די פיר ווערטער מיטן כולל], ווייל יא טייערע יודן, די הייליגע יום טוב פון: "סוכות" איז דאך איין שטיק: "אַהֲבָה" פון דעם הייליגן באשעפער צו די יודישע קינדער..!
און עס ווערט דאך שוין טאקע אויך געברענגט אין די ספרים הק', אז די: "סוּכָּה" איז דאך דעם אייבערשטנ'ס הויז, און די הייליגע: "סוּכָּה" איז דאך טאקע א ריכטיגע: "בֵּית יהו-ה".
און ווען עס קומט אָן די הייליגע יום טוב פון: "סוכות", דעמאלט'ס לויפן מיר אלע אריין אין דעם אייבערשטנ'ס שויס (כביכול), און מיר בעטן זיך דעמאלט'ס אלע ביים הייליגן באשעפער, אז מיר ווילן שוין אלע זוכה זיין צו קענען האבן די זכי' צו קענען זיין "א גאנץ יאר" אין דעם אייבערשטנ'ס הויז, און מיר בעטן דעמאלט'ס אלע דעם הייליגן באשעפער, אז מיר זאלן שוין אלע זוכה זיין זיך צו פירן "א גאנץ יאר" ווי א ריכטיגע: "בֶּן מֶלֶךְ".
און וועגן דעם פירט מען זיך טאקע צו זאגן דעם קפיטל: "לְדָוִד יהו-ה אוֹרִי וְיִשְׁעִי" וכו' ביז נאך די הייליגע יום טוב: "סוכות", ווייל מיר זאגן דאך אין דעם קפיטל פון: "לְדָוִד יהו-ה אוֹרִי וְיִשְׁעִי" וכו' דעם פסוק פון: "אַחַת שָׁאַלְתִּי מֵאֵת יהו-ה אוֹתָהּ אֲבַקֵּשׁ שִׁבְתִּי בְּבֵית יהו-ה כָּל יְמֵי חַיֵּי לַחֲזוֹת בְּנֹעַם יהו-ה וּלְבַקֵר בְּהֵיכָלוֹ".
און דאס מיינט דאך צו זאגן אין אנדערע ווערטער, אז א יודיש קינד זאגט דא פארן הייליגן באשעפער אזוי, אז איין איינציגע בקשה האב איך שטענדיג געבעטן פון דיר הייליגער באשעפער, און: "אוֹתָהּ אֲבַקֵּשׁ" – און דאס איז דאך אויך וואס איך בעט יעצט, און די בקשה וועל איך דאך "שטענדיג" בעטן פון דעם הייליגן באשעפער, און דאס איז די זאך וואס איך וועל דאך שטענדיג מתפלל זיין אויף דעם.
אבער לאמיר זיך אפ שטעלן דא א מינוט, און לאמיר דא געבן א טראכט אריין א מינוט אין די לשון הפסוק דא, ווייל לכאורה איז דאך אביסל שווער צו פארשטיין די לשון הפסוק דא, ווייל עס איז דאך שוין געשטאנען פריער אין פסוק, אז: "אַחַת שָׁאַלְתִּי מֵאֵת יהו-ה" – אז איך האב געפרעגט פון דעם אייבערשטן אז איך וויל אז דער אייבערשטער זאל מיר נאך געבן מיין געבעט.
און ממילא וואס איז פשט פון די קומענדיגע לשון הפסוק אז: "אוֹתָהּ אֲבַקֵּשׁ" – אז דאס איז וואס איך בעט..?! אוודאי בעט איך דאס..?! וואס דען בעט איך יעצט.. ?! איך האב דאך שוין פריער קלאר געזאגט אז: "אַחַת שָׁאַלְתִּי מֵאֵת יהו-ה" – אז איך האב געבעטן דעם אייבערשטן אז איך וויל אז דער אייבערשטער זאל מיר נאך געבן מיין געבעט..?!
און ממילא פארוואס שטייט דא נאך אמאל איבער די ווערטער: "אוֹתָהּ אֲבַקֵּשׁ" – אז דאס בעט איך פון דעם אייבערשטן..?! אוודאי בעט איך ..?! וואס דען בעט איך דא..?!
נאר די תירוץ אויף דעם איז, אז די ווארט: "אוֹתָהּ" איז דאך א לשון "נקבה", און די ווערטער: "אוֹתָהּ אֲבַקֵּשׁ" קומט דאך דא צו באטאנען, אז "נאר" דאס וויל איך, און דאס איז דאך ממש אזוי ווי א קינד וואס בעט זיך ביי זיין טאטן אז ער וויל דוקא האבן יענע און יענע זאך, און נישט עפעס אנדערש, נאר דוקא דאס..! און דוקא די סארט קאליר, און דוקא די גרויס'קייט, און נישט עפעס אנדערש.
און דאס בעטן מיר דאך שוין טאקע יעצט אלע פון דיר הייליגער גרויסער טאטע אין הימל, אז וואס..?! אז: "אַחַת שָׁאַלְתִּי מֵאֵת יהו-ה" – אז איך האב טאקע איין מורא'דיגע בקשה צו דיר הייליגער גרויסער טאטע אין הימל, אבער: "אוֹתָהּ אֲבַקֵּשׁ" – אבער דאס איז וואס איך בעט הייליגער טאטע אין הימל, וואס בעט איך..?!
איך בעט די: "סוּכָה", ווייל יא הייליגער טאטע אין הימל, עס איז: "אוֹתָהּ אֲבַקֵּשׁ שִׁבְתִּי" – איך בעט דא פון דעם הייליגן באשעפער אז די הייליגע: "סוּכָה" זאל מיר באגלייטן "א גאנץ יאר" וואו אומ'ער איך וועל נאר גיין.
און וואו זעה איך טאקע אין די ווערטער פון דעם פסוק די דאזיגע כוונה אז מיר בעטן דא אלע פון דעם הייליגן באשעפער אז די הייליגע: "סוּכָה" זאל אונז באגלייטן "א גאנץ יאר" וואו אומ'ער מיר וועלן נאר גיין..?!
וועגן דעם זאגט דאך אונז שוין די פסוק דא ווייטער, אז: "שִׁבְתִּי" וגו', און די ווארט: "שִׁבְתִּי" – איז דאך טאקע אויך ראשי תיבות: "בַּסֵּכֹּת תֵּשְׁבוּ שִׁבְעַת יָמִים", און ממילא יא הייליגער טאטע אין הימל, דאס: "אֲבַקֵּשׁ" – דאס איז וואס איך בעט פון דיר הייליגער גרויסער טאטע אין הימל.
איך בעט פון דיר אז די הייליגע מצוה פון: "סוּכָה" זאל אונז באגלייטן "א גאנץ יאר" אויך, און מיר בעטן דא אלע פון דעם הייליגן באשעפער, אז פונקט אזוי ווי מיר האבן זוכה געווען צו זיצן אין די: "סוּכָה" וואס איז דאך א ריכטיגע: "בֵּית יהו-ה", אזוי אויך זאלן מיר אויך זוכה זיין צו זיצן: "בְּבֵית יהו-ה כָּל יְמֵי חַיֵּי".
און מיר זאלן שוין טאקע אויך זוכה זיין: "לַחֲזוֹת בְּנֹעַם יהו-ה" – און מיר זאלן שוין טאקע אויך זוכה זיין צו קענען זעהן די זיס'קייט פון דעם אייבערשטן, און לאמיר זיך נישט נארן טייערע יודן, ווייל עס איז דאך נישט פארהאנען קיין זיסער'ע און בעסער'ע זאך ווי צו קענען זיצן מיטן הייליגן באשעפער אליין אין די הייליגע: "סוּכָה" און שפירן די זיס'קייט פון א "מצוה".
און עס איז דאך נישט פארהאנען קיין בעסער'ע זאך ווי צו זיצן: "בְּצְלָא דְקֵדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא" – און עס איז דאך נישט פארהאנען קיין בעסער'ע זאך ווי צו זיצן אין דעם אייבערשטנ'ס שאטן, און זיין אפ געהיטן פון אלעם שלעכט'ן.
און עס איז דאך נישט פארהאנען קיין גרעסער'ע זכי' ווי צו זיצן צוזאמען מיט די הייליגע זיבן אושפיזין אין איין: "סוּכָה", און ממילא וועגן דעם בעטן מיר דא טאקע אלע פון דעם הייליגן באשעפער, אז מיר זאלן זוכה זיין צו קענען זיין א גאנץ יאר: "בְּבֵית יהו-ה" וגו', און: "וּלְבַקֵּר בְּהֵיכָלוֹ".
און ווי אזוי איז מען טאקע זוכה אריין צו ברענגען די הייליגע יום טוב פון: "סוכּוֹת" אין דעם יאר אריין.. ?! וועגן דעם זאגט דאך אונז שוין די פסוק דא ווייטער, אז: "כִּי יִצְפְּנֵנִי בְּסֶכֹּה" – אז אויב איך וועל מיר באהאלטן אין די: "סוּכָה".
און דאס מיינט דאך צו זאגן אין אנדערע ווערטער, אז אויב איך וועל זיך פירן: "בְּאֵימָה וּבְיִרְאָה" אין די הייליגע: "סוּכָה" אזוי ווי עס פאסט טאקע זיך צו פירן אין א ריכטיגע: "בֵּית יהו-ה", דעמאלט'ס וועלן מיר טאקע אלע קענען זוכה זיין צו דעם ברכה, אז: "בְּיוֹם" – אז עס וועט דיר ליכטיג ווערן.. בשעת ווען עס איז דיר: "רָעָה" – בשעת ווען דו "מיינס'ט" על כל פנים אז עס איז דיר "שלעכט".
און דו וועסט דעמאלט'ס ווידער אמאל קענען זוכה זיין צו זעהן מיט דיינע אייגענ'ע אויגן די געוואלדיגע גרויסע: "חֲסָדִים וְרַחֲמִים" פון דעם הייליגן באשעפער, און עס וועט דאך שוין דעמאלט'ס זיכער מקיום ווערן ביי דיר דעם פסוק פון (דברים קפיטל ל"ב פסוק י"א): "כְּנֶשֶׁר יָעִיר קִנּוֹ עַל גּוֹזָלָיו יְרַחֵף יִפְרֹשׂ כְּנָפָיו יִקָּחֵהוּ יִשָּׂאֵהוּ עַל אֶבְרָתוֹ".
און ווי אזוי וועט דיר טאקע דעמאלט'ס ליכטיג ווערן..?! זאגט דאך אונז וועגן דעם די פסוק דא ווייטער דעם זעלב'ן געדאנק, אז עס וועט דיר ליכטיג ווערן דורך: "יַסְתִּרֵנִי בְּסֵתֶר אָהֲלוֹ" – אז עס וועט דיר ליכטיג ווערן דורך דעם וואס דו וועסט זיך ווייטער באהאלטן אין דעם אייבערשטנ'ס געצעלט.
ווייל אויב עס קומט ח"ו א צרה אויף א יודיש קינד, דעמאלט'ס טראכט ער נישט קיין צוויי מינוט, נאר ער לויפט דעמאלט'ס גלייך אריין אין דעם בית המדרש אריין, און ער כאפט דאך דעמאלט'ס גלייך א תהלימ'ל, און ער גיסט זיך דאך דעמאלט'ס גלייך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, און א "בית המדרש" ווערט דאך אויך אָן גערופן א: "בֵּית יהו-ה".
און וואס עס וועט געשעהן דעמאלט'ס איז, אז דורך דיין אריין גיין אין דעם: "בֵּית יהו-ה" וועסטו מעורר זיין דורך דעם די זכות פון "ישיבת סוכה" – דורך דיין אריין גיין אין דעם: "בֵּית יהו-ה" וועסטו מעורר זיין דורך דעם די זכות וואס דו ביזט געזעצן יום טוב: "סוכות" אין די הייליגע: "סוּכָה" וואס איז דאך שוין טאקע אויך א אמת'ע ריכטיגע: "בֵּית יהו-ה", און דורך דעם וועט דאך זיין: "בְּצוּר יְרוֹמְמֵנִי".
און די ווארט: "בְּצוּר" – איז דאך טאקע אויך גימטריא: "רֹצֵחַ", און דאס מיינט דאך צו זאגן אין אנדערע ווערטער אזוי, אז דורך דעם וואס איך וועל טוהן די פעולה פון: "יַסְתִּרֵנִי בְּסֵתֶר אָהֲלוֹ" אינמיטן די יאר, וועט דאך מיר שוין דעמאלט'ס דער אייבערשטער זיכער ראטעווען פון מיין: "בְּצוּר" – וועט דאך מיר שוין דעמאלט'ס דער אייבערשטער זיכער ראטעווען פון מיין: "רֹצֵחַ" וואס וויל מיר שלעכט'ס טוהן, און דער אייבערשטער וועט דאך מיר שוין דעמאלט'ס זיכער ראטעווען פון דעם מקטרג וואס וויל קומען מקטרג זיין אויף מיר אויבן אין הימל.
און פון זיי אלע: "יְרוֹמְמֵנִי" – און פון זיי אלע וועט דאך מיר שוין דער אייבערשטער זיכער אויף הייבן, און ער וועט דאך מיר שוין דעמאלט'ס זיכער ראטעווען פון זייער'ע הענט.
און עס וועט דאך שוין דעמאלט'ס זיכער מקיום ווערן דעם פסוק פון : "וְעַתָּה יָרוּם רֹאשִׁי עַל אֹיְבֵי סְבִיבוֹתֵי" – און עס וועט דאך שוין דעמאלט'ס זיכער מקיום ווערן דעם פסוק וואס זאגט אז דער אייבערשטער וועט דאך מיר שוין זיכער אויף הייבן העכער פון מיינע אלע פיינט וואס געפונען זיך ארום מיר.
און דעם געדאנק איז דאך שוין טאקע אויך מרומז אין פרשת קרח, ווייל מיר געפונען דאך שוין אין פרשת קרח (קפיטל ט"ז פסוק כ"ו), אז משה רבינו האט דאך שוין דעמאלט'ס אָן געזאגט די יודישע קינדער, אז: "סוּרוּ" נָא מֵעַל אָהֳלֵי הָאֲנָשִׁים הָרְשָׁעִים הָאֵלֶּה" – אז די יודישע קינדער זאלן זיך אוועק קערן פון די געצעלט'ן פון די אלע רשעים וואס זענען געווען: "בַּיָּמִים הָהֵם".
און די ווארט: "סוּרוּ" – איז דאך טאקע אויך ראשי תיבות: "סֶכַּת רַחֲמִים וְחַיִּים וְשָׁלוֹם", ווייל משה רבינו האט דעמאלט'ס אָן געזאגט פאר די יודישע קינדער, אז זיי זאלן זיך אלע אוועק קערן פון די געצעלט'ן פון די רשעים, און דורך דעם: "סוּרוּ" נָא – און דורך דעם: "סֶכַּת רַחֲמִים וְחַיִּים וְשָׁלוֹם", וועט דאך שוין קיינער זיכער נישט קענען געשעדיגט ווערן.
ווייל די מצוה פון: "סוּכָה" איז דאך שוין גאר גאר א שטארקע "שמירה" אויף א מענטש, און דאס איז דאך מגין אויף א מענטש אין אלע זיינע צייטן, און: "בִּזְכוּת מִצְוַת סוּכָה" ווערט מען דאך געראטעוועט פון אלע שלעכטע זאכן וואס עס איז נאר דא אויף דער וועלט, און: "בִּזְכוּת מִצְוַת סוּכָה" ווערט מען דאך אויך געראטעוועט פון אלע שלעכטע פיינט וואס ווילן נאר שלעכט'ס טוהן פאר א מענטש.
און דער הייליגער תורה הק' זאגט דאך אונז שוין טאקע אויך בפירוש אין פסוק אין פרשת אמור (קפיטל כ"ג פסוק מ"ג), אז דער אייבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו, אז דו ווייסט פארוואס: כִּי בַסֶכּוֹת הוֹשַׁבְתִּי אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל בְּהוֹצִיאִי אוֹתָם מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם" אז דו ווייסט פארוואס איך האב אריין געזעצט די יודישע קינדער אין: "סוכות" בשעת ווען זיי זענען ארויס געגאנגען פון: "מִצְרַיִם"..?!
ווייל איך האב געוואלט ווייזן מיט דעם פאר די יודישע קינדער לדורות הבאים, אז ווען יודישע קינדער זעצן זיך אריין אין א הייליגע: "סוּכָה", געשעהט דעמאלט'ס נאך אמאל א: "בְּהוֹצִיאִי אוֹתָם מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם", און איך נעם זיי דעמאלט'ס אלע גלייך נאך אמאל ארויס פון א יעדע סארט "מיצר" און פון א יעדע סארט "צרה" וואס עס איז נאר פארהאן אויף דער וועלט.
און עס ווערט דאך שוין טאקע אויך דערציילט אויף גאר גרויסע צדיקים, אז בשעת ווען עס איז געווען די מלחמה, און עס איז געפאלן באמבע'ס פון אלע זייטן, זענען זיי דעמאלט'ס אלע אריין געלאפן אין די: "סוּכָה".
ווייל זיי האבן דעמאלט'ס געזאגט אזוי, אז מיין נאריש'ע הויז ווייס איך נישט אויב עס איז א גוטע "באשיצונג" פאר מיר, אבער דאס – די הייליגע: "סוּכָה".. דאס האט דאך שוין דער "אייבערשטער" אליין געזאגט אז דאס הייסט א "הויז", און ממילא דאס וועט דאך מיר שוין זיכער אפ היטן פון אלעם שלעכט'ן, ווייל די הייליגע: "סוּכָה" איז דאך: "בְּצִלָא דִּמְהֵימְנוּתָא עִלָאָה בְּצְלָא דְקֵדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא" – ווייל די הייליגע: "סוּכָה" איז דאך "די שאטן פון דעם אייבערשטן אליין", און ממילא וועגן דעם לויף איך שנעל אריין אין די הייליגע: "סוּכָה" ווען איך האב אמאל א צרה.
און צדיקים האבן דאך אונז שוין טאקע אויך געזאגט בזה הלשון, אז: "לִבְרֹחַ אֵלָיו יִתְבָּרַךְ" – אז מען דארף "אנטלויפן" צום אייבערשטן ווען מען האט אמאל א פראבלעם, ווייל דארטן איז דאך א זיכער'ע: "עָרֵי מִקְלָט" פאר א מענטש, ווייל דער אייבערשטער קען דאך אונז שוין זיכער העלפן.
און יא ר' יוד, מען קען זוכה זיין צו די אלע גרויסע זאכן.. דורך די פשוט'ע מצוה פון זיצן אין די: "סוּכָה", און פארשטייט זיך אז דאס מיינט דאך נישט צו זאגן אז א מענטש קען זיצן פראסטערהייט אין די הייליגע: "סוּכָה", ניין ניין ניין, נאר דאס מיינט צו זאגן, אז דורך דעם וואס מען פירט זיך אויף אין די הייליגע: "סוּכָה" אזוי ווי עס פאסט זיך טאקע אויף צו פירן אין א קעניגליכ'ע פאלאץ, און דורך דעם וואס מען פירט זיך אויף אין די הייליגע: "סוּכָה" אזוי ווי א פרינץ וואס זיצט אין דעם קעניגליכ'ן וואגאן, דעמאלט'ס קען מען טאקע זוכה זיין אז די גרינגע מצוה פון: "יְשִׁיבַת סֶכָּה" וועט שטענדיג אויס לייזן דעם מענטש פון אלע זיינע: "צָרוֹת יָגוֹן וַאֲנָחוֹת", און עס וועט שטענדיג: "מֵגִין" זיין אויף דעם מענטש אז עס זאל בכלל נישט אָן קומען קיין צרות אויף איהם.
און די ווארט: "מֵגִין" – איז דאך טאקע אויך ראשי תיבות: "נֶצַח יִשְׂרָאֵל מִצָרוֹתֵינוּ גְאֲלֵנוּ", ווייל יא ר' יוד, די הייליגע: "סוּכָה" וועט דאך שטענדיג: "מֵגִין" זיין אויף אונז אז מיר זאלן אויס געלייזט ווערן פון אלע אונזערע : "צָרוֹת יָגוֹן וַאֲנָחוֹת".
און וואס דארף מען שוין טוהן..?! מען דארף סך הכל ארויס גיין פון דעם געווענטליכ'ן שטוב, און זיך אריין זעצן אין די הייליגע: "סוּכָה", און דאס איז עס.
און דער ענין איז דאך שוין טאקע אויך מרומז אין די ווארט: "סוּכָה", ווייל די ווארט: "סוּכָה" איז דאך טאקע אויך גימטריא: "צֵא" – גיי ארויס פון דיין געווענטליכ'ן שטוב, און זעץ זיך אריין אין די הייליגע: "סוּכָה", און די רגע וואס דו גייסט ארויס פון דיין געווענטליכ'ן שטוב און דו זעצט זיך אריין אין די הייליגע: "סוּכָה", ווערסטו דאך דעמאלט'ס גלייך ארום גענומען מיט: "צְלָא דְקֵדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא" – ווערסטו דאך דעמאלט'ס גלייך ארום גענומען מיט די שאטן פון דעם הייליגן באשעפער אליין.
און מיר האבן דאך ניט אמאל קיין השגה וואס דאס איז בכלל, און דו גייסט דאך דעמאלט'ס גלייך ארויס פון אלע סארטן: "צָרוֹת" און: "יְסוּרִים" וואס עס איז נאר שייך אויף דער וועלט.
און אפילו אויב עס איז נישט אלעמאל אזוי באקוועם, איז אבער נאך אלץ נישט אזוי געפערליך, ווייל סוף כל סוף געפונען מיר זיך דאך יעצט אלע: "בְּצִלָּא דִּמְהֵימְנוּתָא בְּצִלָּא דְקֵדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא", און דורך דעם וואס כלל ישראל מוטשע'ט זיך מקיים צו זיין די הייליגע מצוה פון "ישיבת סוכה" ווי עס דארף צו זיין, וועט דאך דער אייבערשטער (כביכול) זיכער שטענדיג האלטן זיין רעכטע האנט אויף זיין: "שֶׁה פְזוּרָה" – וועט דאך דער אייבערשטער (כביכול) זיכער שטענדיג האלטן זיין רעכטע האנט אויף זיין פאר ווארפענ'ע שעפעל'ע וואס דרייט זיך דאך שוין ארום טויזנט'ער יארן אין גלות, און ער וועט דאך שוין דעמאלט'ס זיכער אכטונג געבן אויף זיין : "שֶׂה פְזוּרָה נִדָּחָה" ממש: "כְּנֶשֶׁר יָעִיר קִנּוֹ עַל גּוֹזָלָיו יְרַחֵף".
און עס איז דאך שוין טאקע אויך באקאנט פאר א יעדעם איינעם, אז חז"ל (עבודה זרה דף: ג' ע"א) זאגן דאך אונז שוין טאקע אויך בפירוש, אז טאקע מיט די גרינגע מצוה פון: "סוּכָה" וועט דער אייבערשטער אויס פראבירן די אומות העולם ווען משיח וועט קומען, און דער אייבערשטער וועט דעמאלט'ס זאגן פאר די אומות העולם אז זיי זאלן בויען א "סוכה", און די אומות העולם וועלן דאך שוין נישט קענען ביי שטיין דעם גרויסן נסיון וואס וועט זיין אויף זיי דעמאלט'ס, און זיי וועלן דעמאלט'ס אלע צו שטויסן זייערע: "סוכות".
און עס וועט טאקע דעמאלט'ס אויס קומען סוף כל סוף.. אז נאר די "יודישע קינדער" וועלן בלייבן מיט די זכות פון: "מִצְוַת סוּכָּה" וואס איז דאך: "בְּצִלָא דִּמְהֵימְנוּתָא בְּצִלָּא דְּקֵדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא".
אבער ועל כולם.. וויפיל דארפן מיר אלע טאנצן אין די הייליגע: "סוּכָה" בשעת ווען מיר ווייסן אז די הייליגע "שכינה" הק' געפונט זיך דעמאלט'ס צוזאמען מיט אונז אין די הייליגע: "סוּכָה" צוזאמען מיט די הייליגע זיבן "אושפיזין" – צוזאמען מיט די הייליגע: "שִׁבְעָה רוֹעֵי בְּנֵי יִשְׂרָאֵל" – צוזאמען מיט די הייליגע פאסטעכער: "אַבְרָהָם יִצְחָק יַעֲקֹב מֹשֶׁה אַהֲרֹן יוֹסֵף וְדָוִד", מיר געפונען זיך דאך אלע אין די הייליגע: "סוּכָה" מיט אזעלכע גרויסע: "שַׂרְפֵי מַעְלָה", און ממילא עס דארף דאך יעצט ברענען אין אונזערע הערצער דעם: "וְהָיִיתָ אַךְ שָׂמֵחַ":