בואו ונשמח אני ואתם

ובחרת בחיים | September 30, 2026

די 'סיפוק הנפש' דורך קביעות עתים לתורה

דברים חוצבים להבות אש אצל מעמד נעילת החג שמחת תורה שנת תשע"ז לפייק בעיה"ק ירושלים תובב"יא

עס שטייט אין מדרש (ילקוט שמעוני רמז תשפב) איבער דעם ענין פון 'שמיני עצרת', זאגט דער מדרש א משל: עס איז אמאל געווען א קעניג וואס האט געמאכט א גרויסע סעודה פאר זיבן טעג. אז עס איז געקומען צום געזעגענען, האט דער קעניג געזאגט פאר זיינע קינדער: "קשה עלי פרידתכם" - עס איז מיר שווער זיך צו שיידן פון ענק, "בואו ונשמח אני ואתם" - לאמיר זיך פרייען איין טאג נאר איך מיט ענק אליינס. דער נמשל איז: סוכות ברענגט מען זיבן טעג קרבנות, די 'פרי החג' זענען אנטקעגן די שבעים אומות (סוכה נה:), דעמאלט איז עס נאכנישט אינגאנצן בלויז 'אני ואתם'. אבער אז עס קומט דער לעצטער טאג - שמיני עצרת, זאגט דער אויבערשטער: יעצט לאמיר מאכן א שמחה וואס איז בלויז 'אני ואתם'.

טעג. זאגט דער אויבערשטער: 'בואו ונשמח'! עטס ווילטס זיין פרייליך? עטס ווילטס האבן א שמחת החיים? עטס ווילטס האבן א סיפוק הנפש? עטס ווילטס זיין צופרידן? איז די איינציגע עצה 'אני ואתם"! דאס גייט ארויף אויף די תורה הקדושה וועלכע איז מחבר דעם איד צום אויבערשטן, ווי דער זוהר הקדוש זאגט (אחרי עג:): "אורייתא וקודשא בריך הוא חד הוא" - דער אויבערשטער איז 'איינס' מיט דער תורה הקדושה. אויב וועלן ענק יעדן טאג לערנען, און טאקע לערנען מיט אן אמת'ע ערנסטקייט, וועלן ענק זען אז מען וועט זיין פרייליך, און ענק וועלן האבן דעם אמת'ן סיפוק הנפש.

מען קען אפשר אריינטייטשן א כוונה אינעם מדרש, אז דער אויבערשטער זאגט פאר אידישע קינדער: מען געזעגנט זיך נאך אזעלכע געהויבענע טעג - ראש השנה, יום כיפור, סוכות. יעדער איד איז געהויבן, אבער מען גייט דאך שוין צוריק צו די וואכעדיגע

דער מציאות איז אזוי: מען זוכט צופרידנקייט, מען זוכט עס פון אונטער דער ערד; מען פארט אהין מען פארט אהער, מען מאכט אהין מען מאכט אהער, מען מיינט אז מען וועט עפעס טרעפן, אבער מען טרעפט נישט גארנישט. עס שטייט אין אלע ספרים הקדושים: א אידישע נשמה איז נישט צופרידן נאר אז זי באקומט דאס וואס זי זוכט. און וואס זוכט די נשמה? די נשמה זוכט קרבת השם! דאס זוכט א נשמה - קרבת השם! אז א נשמה לערנט תורה איז ער נאנט צום באשעפער! א אידיש נפש קען נישט זיין צופרידן נאר טאמער ער האט די תורה הקדושה, אזויווי א גוף קען נישט זיין צופרידן נאר טאמער ער עסט. דאס זעלבע איז דער מזון הנפש פון די נשמה, און טאמער איז נישט דא קיין תורה - איז נישט דא קיין צופרידנקייט, און עס איז נישט דא קיין סיפוק הנפש!

ממילא דארף מען דאס שטענדיג געדענקען: 'בואו ונשמח'! אז מען וויל זיין פרייליך, זוכטס נישט קיין מנוחות, קיין אפרוען, קיין גיין אהין און קיין גיין אהער. איין זאך זאלט עטס וויסן: 'אני ואתם"! אז ענק וועלן זיין צוזאמען מיט מיר, אז מען וועט כסדר זיין דבוק אין באשעפער און מען וועט לערנען יעדן טאג, וועלן ענק האבן שמחת החיים און א סיפוק הנפש. וועטס עטס זען - עס איז נישט קיין ייעצנו רע' - וועטס עטס נישט דארפן גארנישט אין די וועלט! א איד האט דאך א נשמה, אז די נשמה איז צופרידן איז דער איד צופרידן. דעמאלט וועט עטס זיין פרייליך, דעמאלט איז מען דבוק אין באשעפער, ווייל דעמאלט איז די אמת'ע שמחה און דא איז דער אמת'ער סיפוק הנפש.

יעדער איד האט שייכות מיט די תורה הקדושה

מען זעט אז ווען עס קומט שמחת תורה, מען פריידט זיך א גאנצן טאג מיט די תורה הקדושה; וואס איז דער פשט אז יעדער איינער פריידט זיך? יעדער טאנצט, יעדער זינגט, יעדער פריידט זיך מיט א געוואלדיגן רוח. דער פשט איז, אז מען דארף זיך חלילה נישט איינרעדן אז דוקא דער געהויבענער איד, דער כולל יונגערמאן וואס זיצט און לערנט פערצן שעה א מעת לעת, דוקא דער האט א קשר מיט די תורה הקדושה; עס איז אינגאנצן נישט ריכטיג! אפילו א איד וואס איז עוסק על המחיה ועל הכלכלה, ער קען זיך נעמען א שעה אדער צוויי שעה א טאג און ער זעצט זיך לערנען, ער איז מסיח דעת פון אלעם ארום און ארום, און ער וויל פארשטיין וואס זאגט אונז דא דער הייליגער באשעפער - וואס זאגט די גמרא, וואס זאגט רש"י, וואס זאגט תוספות - האט ער אויך אן אמת'ן סיפוק הנפש! עס איז פאלש און עס איז א שקר צו טראכטן אז די תורה באלאנגט נאר פאר די וואס האבן די זכיה צו זיצן און לערנען א גאנצן טאג.

דער אויבערשטער האט אזוי באשאפן די וועלט אז רובא דרובא אידן דארפן עוסק זיין על המחיה ועל הכלכלה, אבער זיי דארפן אויך פארשטיין וואס דער אויבערשטער וויל פון זיי, און וויסן אז מען איז באשאפן געווארן צו טון דעם רצון השם. איז ממילא, טאקע דער וואס האלט אז ער איז א פשוט'ער איד, און ער טראכט צומאל ביי זיך 'וואס איז שוין מיין לערנען?', 'וואס פארשטיי איך שוין און וואס ווייס איך שוין?' - דארף ער וויסן: אז ער רייסט זיך אוועק, און עס קומט אים דאך נישט אן לייכט, ער רייסט זיך אוועק צו זיין שיעור קבוע, צו זיין 'קביעות עתים לתורה', און ווען עס קומט צום לערנען איז ער מסיח דעת פון אלעם, ער זעצט זיך אראפ יעצט לערנען, ער ווייסט נישט פון גארנישט נאר ער זיצט און לערנט תורת ה' - דארף ער האבן א שטארקע אמונה, אז פונקט אזויווי ער געבט זיך אוועק פארן באשעפער, געבט אים דער אויבערשטער צוריק אלע השפעות טובות!

"אני אבוא אל ביתך". אין עין יעקב (שם) ברענגט ער די גמרא און ער ערקלערט דאס אזוי: "ואף הקדוש ברוך הוא אומר, אם אתה תבוא אל ביתי אני אבוא אל ביתך". עס טוט זיך א גאנצע שמחת יום טוב, און דער אויבערשטער זאגט פאר אידישע קינדער איין ווארט: יעצט אין יום טוב איז אוודאי יעדער מענטש געהויבן, אבער אז דו וועסט זיך פארנעמען אויפן גאנצן יאר, אז דו וועסט קומען צו מיר, דו וועסט אוועקלייגן אלעס אין די וועלט און דו וועסט קומען צו מיר קובע עתים זיין לתורה - דעמאלט זאג איך דיר צו 'אני אבוא אל ביתך' - דו וועסט האבן א שטוב פול מיט השראת השכינה! ווי עס שטייט: "בכל המקום אשר אזכיר את שמי אבוא אליך וברכתיך" (שמות כ, כא); דו וועסט האבן א לעכטיגע שטוב, דו וועסט האבן לעכטיגע קינדער, יראי ה', קינדער לומדי תורה, און דו וועסט האבן אלע גוטע ברכות ביי דיר אין שטוב!

אין אזא געהויבענעם טאג ווי שמחת תורה ליגט דער חיוב אויפן גאנצן ציבור; סיי אזעלכע וואס זענען עוסק בתורה א גאנצן טאג, און סיי אזעלכע וואס זענען קובע עתים לתורה. אלע אינאיינעם זאלן זיך אריינברענגען אין די נשמה, אז די 'רוח' ביים ציבור זאל זיין אז אונזער איינציגער תכלית אויף דער וועלט איז "עצרת לה' אלקיך" (דברים טז, ח), מרבה צו זיין כבוד שמים און צו טון דעם רצון ה'. און טאמער מען איז זיך דאס מקבל מיט אן אמת, דעמאלט איז נישט קיין שום ספק אז דער אויבערשטער וועט העלפן אז עס וועלן מקוים ווערן און קומען די אלע ברכות וואס עס שטייט אין די תורה הקדושה.

אם אתה תבוא אל ביתי - אני אבוא אל ביתך

עס שטייט אין די גמרא (סוכה נג:) ביי שמחת בית השואבה: "אם תבוא אל ביתי זאל נישט פעלן קיין איינציגע מינוט פון דעם, און בשעת דעם שיעור וועט ער מסיח דעת זיין פון אלעם אויף דער וועלט און ער וועט זיך אינגאנצן אריינלייגן אינעם לערנען - דאס מיינט 'אם אתה תבוא אל ביתי'. זאגט דער הייליגער באשעפער: זאג איך דיר צו 'אני אבוא אל ביתך'! איך וועל קומען צו דיר אין שטוב, דו וועסט האבן א לעכטיגע שטוב, א שטוב פול מיט השראת השכינה, א הייליגע שטוב וואס וועט ניצול ווערן פון אלע שווערע נסיונות ופגעי הזמן.

דאס איז דער פשט 'אם אתה תבוא אל ביתי', אז דו וועסט זיין מיטן גאנצן הארץ און נשמה ביים לערנען, דו וועסט זיך אריינלייגן אין לערנען, מיר האבן געזאגט די 'יהי רצון' וואס עס שטייט דארטן נאך די הקפות אז מען זאל זיך מייגע זיין אין לערנען און זוכן דעם אמת אין דעם לערנען, מיט די אלע זאכן וואס עס שטייט דארטן, אז דו וועסט זיך דאס מקבל זיין, דעמאלטס איז 'אני אבא אל ביתך'.

אבער אין דעם 'אם אתה תבוא אל ביתי' ליגט נאך א טיפערער ענין, ווי דער ב"ח (שם) זאגט אויפן פלאץ און אזוי שטייט אויך אינעם תוספתא (סוכה פ"ד ה"ג): אם 'אתה' תבוא - וואס הייסט דאס אויב 'דו אליינס' וועסט קומען אל ביתי? דער חובת הלבבות (שער חשבון הנפש, פרק ג - חשבון ה') זאגט אזוי: עס איז אמאל דא א מענטש וואס מאכט אן אכסניא פארן מלך; איז דא איין מענטש וואס ער נעמט אליינס קעיר פונעם מלך, און פארשטייט זיך אליינס, אז ווען דער מלך קומט צו אים, האט ער שטענדיג אינזין דעם מלך עס זאל אים גארנישט פעלן. אבער עס איז דא אן אנדערער מענטש וואס האט וויכטיגע געשעפטן; ווען דער מלך קומט צו אים אין שטוב, גייט ער דעמאלט אוועק און איז עוסק אין זיינע אייגענע געשעפטן, און ער זאגט פאר זיין ווייב מיט די קינדער זיי זאלן אינזינען האבן דעם מלך. וואס דארף מען צו זאגן, וואספארא גרויסער בזיון דאס איז פארן מלך.

זאגט דער חובת הלבבות דעם נמשל: אז די 'מחשבה' פון דעם מענטש - דאס איז דער עצם מענטש אליינס, און דאס מויל מיט די אנדערע אברים - דאס איז אזויווי די בני בית. איינער וואס בשעת ווען ער לערנט אדער דאוונט, לויפט זיין מחשבה ערגעץ אנדערש אין די געשעפטן, און בלויז מיט דעם מויל דאוונט ער אדער רעדט ער, דאס איז דומה צו דעם וואס ער אליינס גייט אוועק פונעם מלך, און פאר די בני בית זאגט ער אז זיי זאלן אינזינען האבן דעם מלך.

דאס איז פשט: 'אם אתה תבוא אל ביתי' - אז דו וועסט זיין דארט מיטן גאנצן מחשבה, מיטן גאנצן הארץ און נשמה ביים לערנען, דו וועסט זיך פולקאם אריינלייגן אינעם לערנען. מיר האבן געזאגט דעם 'יהי רצון' נאך די הקפות, אז א איד זאל זיך מייגע זיין אין די תורה און זוכן דעם אמת אינעם לערנען, מיט די אלע זאכן וואס עס שטייט דארטן, אז דו וועסט זיך דאס מקבל זיין - דעמאלט זאגט דער אויבערשטער צו: 'אני אבוא אל ביתך'!

יעדער דארף אויספידן זיין תפקיד בשלימות

וויסן דארף מען: יעדער איינער לפי תכונת נפשו האט זיך זיין אייגענעם תפקיד בעולם. דער כולל יונגערמאן - דער דארף זען ער זאל ממלא זיין די שעות היום מיטן לערנען אזויווי עס דארף צו זיין בשלימות. דער וואס איז עוסק על המחיה ועל הכלכלה - דער דארף זען אז זיין 'קביעות עתים לתורה' זאל זיין בשלימות. יעדער האט זיך זיין ספעציעלן תפקיד, ווי חז"ל דרש'ענען: "בראשית ברא אלקים - בשביל ישראל ובשביל התורה; בשביל ישראל שיעסקו בתורה" (רש"י בראשית א, א). דער איד וואס דארף עוסק זיין בתורה א גאנצן טאג, זאל דאס זיין בשלימות, און דער איד וואס דארף קובע עתים זיין לתורה, דארף דאס זיין מיטן גאנצן שלימות, און עס דארף זיין מיט א גאנצן קביעות. אבער יעדער איינער לפי ערכו ולפי בחינתו, אז ער איז מקבל יעצט, ווען מען געזעגנט זיך פון דעם הייליגן יום טוב, איז ער מקבל צו זיין באמת דבוק אין די תורה הקדושה.

צי איז דאס בערב, איז 'כל חפצים שבעולם' - גארנישט וועט אים נישט אוועקרייסן פון דעם, ווייל דאס איז זיין חיות! טאמער איז ער זיך דאס מקבל מיט אן אמת, דעמאלט וועט ער האבן א שמחת הנפש, ער וועט האבן א סיפוק הנפש, ער וועט האבן אן אמת'ע צופרידנקייט, ער וועט האבן די ריכטיגע חיות, און אויף דעם אופן וועט ער קענען זיין דבוק אינעם באשעפער זיין גאנצן לעבן.

און דאס דארפן זיך אלע מקבל זיין יעצט: סיי דער וואס דער אויבערשטער האט אים געגעבן די זכיה ער זיצט און לערנט א גאנצן טאג, זאל טאקע זיין א בחינה פון 'אתה תבוא אל ביתי' - ער מיט זיין גאנצן רמ"ח איברים ושס"ה גידים זאל ער זיצן און זיין אינגאנצן שקוע אינעם לערנען; און סיי דער וואס ער איז קובע עתים לתורה, זאל וויסן אז די שעה וואס ער איז קובע לתורה, צי איז דאס בבוקר זאל דער אויבערשטער העלפן, בכח זה וואס יעצט ביי נעילת החג זענען אלע אינאיינעם זיך מקבל צו זיין דבוק אין די תורה הקדושה דאס גאנצע יאר, כל אחד לפי ערכו ולפי ווי ער איז אוועקגעשטעלט, וועט ער זיין דבוק אין די תורה הקדושה, ובכח זה וועט ער זוכה זיין מקבל צו זיין שפע פונעם צינור המשפיע, ווי דער פסוק זאגט: "ואתם הדבקים בה' אלקיכם חיים כלכם היום" - צו קענען זיין שטענדיג דבוק אינעם באשעפער, און ממשיך זיין אלע השפעות טובות מתוך נחת ושמחה כל הימים, ובקרוב זאל מען זוכה זיין מקבל צו זיין פני משיח צדקנו במהרה בימינו, אמן.

תוצאות חיים

די איינציגסטע עצה פאר א איד צו האבן אמת'ע שמחת החיים און א סיפוק הנפש אין גלות איז בלויז דורך 'קרבת ה" און 'לימוד התורה'. די תורה באלאנגט נישט נאר פאר יחידי סגולה, נאר יעדער איד וואס רייסט זיך אוועק פון די פרנסה צו קובע זיין עתים לתורה - האט א געוואלדיגן קשר מיטן באשעפער. ווען א איד לערנט מיט די גאנצע קאפ און מחשבה אן קיין היסח הדעת, זאגט אים דער אויבערשטער: "אני אבוא אל ביתך" - ער וועט זוכה זיין צו א לעכטיגע שטוב מיט השראת השכינה.

PDF Preview