בואו ונשמח אני ואתם - די 'סיפוק הנפש' דורך קביעות עתים לתורה
בואו ונשמח אני ואתם
די 'סיפוק הנפש' דורך קביעות עתים לתורה
דברים חוצבים להבות אש אצל מעמד נעילת החג שמחת תורה שנת תשע"ז לפ"ק בעיה"ק ירושלים תובב"א
די עצה צו זיין פרייליך איז בלויז 'אני ואתם'
עס שטייט אין מדרש (ילקוט שמעוני רמז תשפב) איבער דעם ענין פון 'שמיני עצרת', זאגט דער מדרש א משל: עס איז אמאל געווען א קעניג וואס האט געמאכט א גרויסע סעודה פאר זיבן טעג. אז עס איז געקומען צום געזעגענען, האט דער קעניג געזאגט פאר זיינע קינדער: "קשה עלי פרידתכם" - עס איז מיר שווער זיך צו שיידן פון ענק, "בואו ונשמח אני ואתם" - לאמיר זיך פרייען איין טאג נאר איך מיט ענק אליינס. דער נמשל איז: סוכות ברענגט מען זיבן טעג קרבנות, די 'פרי החג' זענען אנטקעגן די שבעים אומות (סוכה נה:), דעמאלט איז עס נאכנישט אינגאנצן בלויז 'אני ואתם'. אבער אז עס קומט דער לעצטער טאג - שמיני עצרת, זאגט דער אויבערשטער: יעצט לאמיר מאכן א שמחה וואס איז בלויז 'אני ואתם'.
מען קען אפשר אריינטייטשן א כוונה אינעם מדרש, אז דער אויבערשטער זאגט פאר אידישע קינדער: מען געזעגנט זיך נאך אזעלכע געהויבענע טעג - ראש השנה, יום כיפור, סוכות. יעדער איד איז געהויבן, אבער מען גייט דאך שוין צוריק צו די וואכעדיגע טעג. זאגט דער אויבערשטער: 'בואו ונשמח'! עטס ווילטס זיין פרייליך? עטס ווילטס האבן א שמחת החיים? עטס ווילטס האבן א סיפוק הנפש? עטס ווילטס זיין צופרידן? איז די איינציגע עצה 'אני ואתם'! דאס גייט ארויף אויף די תורה הקדושה וועלכע איז מחבר דעם איד צום אויבערשטן, ווי דער זוהר הקדוש זאגט (אחרי עג:): "אורייתא וקודשא בריך הוא חד הוא" - דער אויבערשטער איז 'איינס' מיט דער תורה הקדושה. אויב וועלן ענק יעדן טאג לערנען, און טאקע לערנען מיט אן אמת'ע ערנסטקייט, וועלן ענק זען אז מען וועט זיין פרייליך, און ענק וועלן האבן דעם אמת'ן סיפוק הנפש.
דער מציאות איז אזוי: מען זוכט צופרידנקייט, מען זוכט עס פון אונטער דער ערד; מען פארט אהין מען פארט אהער, מען מאכט אהין מען מאכט אהער, מען מיינט אז מען וועט עפעס טרעפן, אבער מען טרעפט נישט גארנישט. עס שטייט אין אלע ספרים הקדושים: א אידישע נשמה איז נישט צופרידן נאר אז זי באקומט דאס וואס זי זוכט. און וואס זוכט די נשמה? די נשמה זוכט קרבת השם! דאס זוכט א נשמה - קרבת השם! אז א נשמה לערנט תורה איז ער נאנט צום באשעפער! א אידיש נפש קען נישט זיין צופרידן נאר טאמער ער האט די תורה הקדושה, אזויווי א גוף קען נישט זיין צופרידן נאר טאמער ער עסט. דאס זעלבע איז דער מזון הנפש פון די נשמה, און טאמער איז נישט דא קיין תורה - איז נישט דא קיין צופרידנקייט, און עס איז נישט דא קיין סיפוק הנפש!
ממילא דארף מען דאס שטענדיג געדענקען: 'בואו ונשמח'! אז מען וויל זיין פרייליך, זוכטס נישט קיין מנוחות, קיין אפרוען, קיין גיין אהין און קיין גיין אהער. איין זאך זאלט עטס וויסן: 'אני ואתם'! אז ענק וועלן זיין צוזאמען מיט מיר, אז מען וועט כסדר זיין דבוק אין באשעפער און מען וועט לערנען יעדן טאג, וועלן ענק האבן שמחת החיים און א סיפוק הנפש. וועטס עטס זען - עס איז נישט קיין 'יעצנו רע' - וועטס עטס נישט דארפן גארנישט אין די וועלט! א איד האט דאך א נשמה, אז די נשמה איז צופרידן איז דער איד צופרידן. דעמאלט וועט עטס זיין פרייליך, דעמאלט איז מען דבוק אין באשעפער, ווייל דעמאלט איז די אמת'ע שמחה און דא איז דער אמת'ער סיפוק הנפש.
יעדער איד האט שייכות מיט די תורה הקדושה
מען זעט אז ווען עס קומט שמחת תורה, מען פריידט זיך א גאנצן טאג מיט די תורה הקדושה; וואס איז דער פשט אז יעדער איינער פריידט זיך? יעדער טאנצט, יעדער זינגט, יעדער פריידט זיך מיט א געוואלדיגן רוח. דער פשט איז, אז מען דארף זיך חלילה נישט איינרעדן אז דוקא דער געהויבענער איד, דער כולל יונגערמאן וואס זיצט און לערנט פערצן שעה א מעת לעת, דוקא דער האט א קשר מיט די תורה הקדושה; עס איז אינגאנצן נישט ריכטיג! אפילו א איד וואס איז עוסק על המחיה ועל הכלכלה, ער קען זיך נעמען א שעה אדער צוויי שעה א טאג און ער זעצט זיך לערנען, ער איז מסיח דעת פון אלעם ארום און ארום, און ער וויל פארשטיין וואס זאגט אונז דא דער הייליגער באשעפער - וואס זאגט די גמרא, וואס זאגט רש"י, וואס זאגט תוספות - האט ער אויך אן אמת'ן סיפוק הנפש! עס איז פאלש און עס איז א שקר צו טראכטן אז די תורה באלאנגט נאר פאר די וואס האבן די זכיה צו זיצן און לערנען א גאנצן טאג.
דער אויבערשטער האט אזוי באשאפן די וועלט אז רובא דרובא אידן דארפן עוסק זיין על המחיה ועל הכלכלה, אבער זיי דארפן אויך פארשטיין וואס דער אויבערשטער וויל פון זיי, און וויסן אז מען איז באשאפן געווארן צו טון דעם רצון השם. איז ממילא, טאקע דער וואס האלט אז ער איז א פשוט'ער איד, און ער טראכט אמאל ביי זיך 'וואס איז שוין מיין לערנען?', 'וואס פארשטיי איך שוין און וואס ווייס איך שוין?' - דארף ער וויסן: אז ער רייסט זיך אוועק, און עס קומט אים דאך נישט אן לייכט, ער רייסט זיך אוועק צו זיין שיעור קבוע, צו זיין 'קביעות עיתים לתורה', און ווען עס קומט צום לערנען איז ער מסיח דעת פון אלעם, ער זעצט זיך אראפ יעצט לערנען, ער ווייסט נישט פון גארנישט נאר ער זיצט און לערנט תורת ה' - דארף ער האבן א שטארקע אמונה, אז פונקט אזויווי ער געבט זיך אוועק פארן באשעפער, געבט אים דער אויבערשטער צוריק אלע השפעות טובות!
אין אזא געהויבענעם טאג ווי שמחת תורה ליגט דער חיוב אויפן גאנצן ציבור; סיי אזעלכע וואס זענען עוסק בתורה א גאנצן טאג, און סיי אזעלכע וואס זענען קובע עיתים לתורה. אלע אינאיינעם זאלן זיך אריינברענגען אין די נשמה, אז די 'רוח' ביים ציבור זאל זיין אז אונזער איינציגער תכלית אויף דער וועלט איז "עצרת לה' אלקיך" (דברים טז, ח), מרבה צו זיין כבוד שמים און צו טון דעם רצון ה'. און טאמער מען איז זיך דאס מקבל מיט אן אמת, דעמאלט איז נישט קיין שום ספק אז דער אויבערשטער וועט העלפן אז עס וועלן מקוים ווערן און קומען די אלע ברכות וואס עס שטייט אין די תורה הקדושה.
אם אתה תבוא אל ביתי – אני אבוא אל ביתך
עס שטייט אין די גמרא (סוכה נג:) ביי שמחת בית השואבה: "אם תבוא אל ביתי אני אבוא אל ביתך". אין עין יעקב (שם) ברענגט ער די גמרא און ער ערקלערט דאס אזוי: "ואף הקדוש ברוך הוא אומר, אם אתה תבוא אל ביתי אני אבוא אל ביתך". עס טוט זיך א גאנצע שמחת יום טוב, און דער אויבערשטער זאגט פאר אידישע קינדער איין ווארט: יעצט אין יום טוב איז אוודאי יעדער מענטש געהויבן, אבער אז דו וועסט זיך פארנעמען אויפן גאנצן יאר, אז דו וועסט קומען צו מיר, דו וועסט אוועקלייגן אלעס אין די וועלט און דו וועסט קומען צו מיר קובע עיתים זיין לתורה - דעמאלט זאג איך דיר צו 'אני אבוא אל ביתך' - דו וועסט האבן א שטוב פול מיט השראת השכינה! ווי עס שטייט: "בכל המקום אשר אזכיר את שמי אבוא אליך וברכתיך" (שמות כ, כא); דו וועסט האבן א לעכטיגע שטוב, דו וועסט האבן לעכטיגע קינדער, יראי ה', קינדער לומדי תורה, און דו וועסט האבן אלע גוטע ברכות ביי דיר אין שטוב!
טאמער וועסטו זיך פארנעמען אז דו וועסט קומען צו מיר אין בית המדרש זיצן און לערנען - סיי דער וואס איז עוסק על המחיה ועל הכלכלה, וועסט זיך אוועקרייסן מיט אלע כוחות און זען אז דער שיעור, צי איז דאס אינדערפרי צי איז דאס ביינאכט, זאל נישט פעלן קיין איינציגע מינוט פון דעם, און בשעת דעם שיעור וועט ער מסיח דעת זיין פון אלעם אויף דער וועלט און ער וועט זיך אינגאנצן אריינלייגן אינעם לערנען - דאס מיינט 'אם אתה תבוא אל ביתי'. זאגט דער הייליגער באשעפער: זאג איך דיר צו 'אני אבוא אל ביתך'! איך וועל קומען צו דיר אין שטוב, דו וועסט האבן א לעכטיגע שטוב, א שטוב פול מיט השראת השכינה, א הייליגע שטוב וואס וועט ניצול ווערן פון אלע שווערע נסיונות ופגעי הזמן.
דאס איז דער פשט 'אם אתה תבוא אל ביתי', אז דו וועסט זיין מיטן גאנצן הארץ און נשמה ביים לערנען, דו וועסט זיך אריינלייגן אין לערנען, מיר האבן געזאגט די 'יהי רצון' וואס עס שטייט דארטן נאך די הקפות אז מען זאל זיך מייגע זיין אין לערנען און זוכן דעם אמת אין דעם לערנען, מיט די אלע זאכן וואס עס שטייט דארטן, אז דו וועסט זיך דאס מקבל זיין, דעמאלטס איז 'אני אבא אל ביתך'.
אבער אין דעם 'אם אתה תבוא אל ביתי' ליגט נאך א טיפערער ענין, ווי דער ב"ח (שם) זאגט אויפן פלאץ און אזוי שטייט אויך אינעם תוספתא (סוכה פ