Skip to content
גליון שיחתי - אידיש

חביבות מצוה ארבעה מינים

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

אנצופאנגען דעם שיעור בעניני דיומא, פאסט זיך א שטיקל הקדמה. לויט דעם סגנון וואס ווערט באנוצט אין די היינטיגע שפראך, ביי א גרויסע מסיבה, וכדומה, איז דער סדר ביים איינפירן דעם פראגראם פון די נאכט צו נוצן אזא שפראך: פאר מ'וועט אנפאנגען מיט'ן סדר פון די דרשות, דארף מען זיך קודם באדאנקען פאר אלע וואס האבן געהאט א גרויסן חלק און אזוי שטארק צוגעהאלפן צו די הצלחה פון די היינטיגע נאכט; מ'וויל ארויסברענגען הכרת הטוב פאר אלע עוסקים במלאכת הקודש, און ערשט נאכדעם וועט מען צוגיין צו די פרטיות'דיגע ענינים וואס מ'וויל שמועסן.

איידער מיר גייען רעדן פון די "מצוה חביבה" פון די הייליגע "ארבע מינים" פונעם הייליגן יום טוב סוכות, דארף מען זיך קודם באדאנקען פאר דעם וואס עס קומט זיך א יישר כח. עס איז שווער זיך פארצושטעלן וויאזוי אונזער יום טוב וואלט אויסגעקוקט אן זיי, און בפרט היי יאר. לאמיר ארויסברענגען אונזערע דאנק-ווערטער מעומק הלב פאר דעם וואס עס קומט זיך אים אזא גרויסן הכרת

דארף מען זיך קודם באדאנקען פאר דעם וואס עס קומט זיך א יישר כח.

הטוב פאר דעם לעכטיגן יום טוב מיט די באליבטע מצוות וואס קומען אונז אנטקעגן.

דער גרעסטער יישר כח קומט זיך פאר דעם הייליגן תנא רבי יוחנן בן זכאי. וואס האט געטון פאר אונז א געוואלדיגע טובה. אפשר קען מען זאגן אז דער יישר כח קומט זיך שוין פאר ירמיהו הנביא, רבי יוחנן בן זכאי האט געלערנט א פסוק פון ירמיהו הנביא, און פון דעם האט ער פארשטאנען די וויכטיגקייט פון מאכן א תקנה פאר אונז לדורות עולם.

ירמיהו הנביא רעדט זיך אפ אויף דעם ביטערן מצב פון ירושלים נאכדעם וואס דער בית המקדש איז חרוב געווארן. ער זאגט א לשון הפסוק (וואס אויף דעם איז מיוסד א לשון אינ'ם שבת'דיגן זמר "ברוך א-ל עליון והוא ידרוש לציון עיר הנדחה": "נדחה קראו לך ציון היא דורש אין לה" ציון איז נעבעך פארשטויסן, און קיינער איז נישט אינטערעסירט זיך צו זארגן פאר איר. ווען רבי יוחנן בן זכאי האט געלערנט די ווערטער, ווי ירמיהו הנביא באדויערט אז ציון איז אין א מצב וואס קיינער אינטערעסירט זיך נישט אין איר, האט ער געזאגט: מען זעט דאך פון דעם "מכלל דבעי דרישה", אז מ'דארף זיך יא זארגן און אינטערעסירן פאר ציון. איז ער געגאנגען און ער האט געמאכט א תקנה. וואס פאר א תקנה האט ער געמאכט? אין בית המקדש איז דא א מצוה פון שאקלען לולב זיבן טעג, "ושמחתם לפני ה' אלקיכם שבעת ימים", אבער אין אנדערע פלעצער, נישט אין בית המקדש (בגבולין), איז נאר דא א מצוה פון ארבע מינים ביום הראשון.

ווען דער בית המקדש איז חרוב געווארן, ווער וואלט נאך געדענקט די געוואלדיגע דערהויבנקייט, די עבודת הקודש און די לעכטיגע שמחה וואס איז פארגעגאנגען אין די צייטן פון בית המקדש גאנץ סוכות, ווען מ'האט זיך אזוי שטארק דערקוויקט מיט די ארבע מינים? האט רבי יוחנן בן זכאי געזאגט: איך גיי זיין דער וואס זארגט זיך פאר ציון, "דורש אין לה מכלל דבעי דרישה", און ער האט געמאכט א תקנה אז מ'זאל נעמען דעם לולב איבעראל, זכר למקדש, כדי די גאנצע וועלט, אלע אידישע קינדער, זאלן שאקלען לולב זיבן טעג.

אז מ'טראכט אריין, רבי יוחנן בן זכאי האט געטון א טובה פאר דעם "בית המקדש", אז עס זאל זיין א זכר למקדש. אבער וואס פאר א טובה האט ער געטון פאר אונז, בפרט היי יאר, ווען די מצוה דאורייתא געפאלט אום שבת; לויט די תקנה אז לולב איז נישט דוחה שבת, וואלט אויסגעקומען אז דאס יאר וואלט מען בכלל נישט געהאט די מצוה פון ארבע מינים. נאר א דאנק די תקנה פון רבי יוחנן בן זכאי האבן מיר בכלל די ארבע מינים דאס יאר. קומט דאך א סך א גרעסערער יישר כח פאר רבי יוחנן בן זכאי פאר'ן אונז אזוי נאנט ברענגען און אריינפלאנצן אין אונזער יום טוב אזא שמחה און אזא חיות. די טבע פון די ארבע מינים איז דאך "משמחי לב רואיהם", און דעריבער זענען מיר פול מיט הכרת הטוב פאר דעם הייליגן תנא און זיין הייליגע תקנה.

באמת, דער ענין פון די ארבעה מינים, אויסער די הייליגקייט פון די מצוה און די קדושה וואס קומט דערמיט, זעט מען אויך אז די ארבעה מינים - ווי דער ספר החינוך דערמאנט - האט א טבע אויפצוהייבן דעם געמיט און אריינברענגען שמחה און חיזוק. מ'האט דאס שוין נאכגעזאגט עטליכע יאר צוריק, וואס דער סערדאהעלע'ר רב שליט"א ברענגט אין זיין הקדמה צו "נחלי בינה", זייער א ווארימע דערהער אויף די גמרא אין מסכת סוכה. די גמרא פארציילט אז די אנשי ירושלים זענען דעם גאנצן טאג געווען צוגעבינדן צו די ד' מינים און האבן זיי ממש עס נישט ארויסגעלאזט פון די האנט. די גמרא לייגט דארט אראפ זייער סדר היום, אז וואו אימער זיי האבן געדארפט גיין דורכ'ן טאג, האבן זיי מיטגענומען די ארבעה מינים. למשל, אויב זיי האבן געדארפט גיין מבקר חולה זיין, האבן זיי מיטגענומען די ארבעה מינים. אויב מ'האט געדארפט גיין מנחם אבל זיין - (עס מיינט נישט ממש אין די ימי השבעה, ווייל יום טוב גייט דאך נישט אהן הלכות אבילות) אבער ווען מ'האט געדארפט טרייסטן און מחזק זיין טרויעריגע מענטשן, האבן זיי מיטגענומען די ארבעה מינים. אזוי פארציילט די גמרא ווי ווייט זיי האבן זיך א גאנצן טאג נישט געקענט אפשיידן פון די ארבעה מינים.

זאגט דער "נחלי בינה", אז פשוט פארשטייט זיך אז מיר זענען "נישט אין הימל" און מיר פארנעמען זיך נישט מיט "נסתרות" צו וויסן וויאזוי די מצוות מאכן דארט א רושם און וועלכע השפעות עס געשעט. צי ווען מיר שאקלען לולב אין די גבולין דורך די תקנה פון רבי יוחנן בן זכאי, קומט עס אן אויפ'ן זעלבן אופן ווי בזמן שבית המקדש היה קיים? אבער עס זענען דא צדיקים וואס זענען יא "הימל", הייליגע צדיקים וואס זענען מגלה וואס עס טוט זיך אפ אויבן. מיר וועלן

וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען?

ס'איז דא א שטיקל חקירה וואס דער הייליגער חתם סופר ברענגט אין א קורצן שטיקל אין זיינע חידושים על הש"ס: וואס וועט זיין בקרוב בימינו ווען משיח וועט קומען? מיר דאווענען דאך אזוי פיל מאל אויף די גאולה שלימה ביי די אלע תפילות פון די הושענות, און ווען מיר וועלן האבן די זכיה זיך נאכאמאל צו פרייען אין בית המקדש "לפני ה' אלקיכם" מיט די גאנצע שלימות - וואס וועט דעמאלטס זיין דער אויסשטעל פון מצות ארבעה מינים? וועט דעמאלטס אויך בלייבן דער מהלך אז וויבאלד ס'איז שוין איינמאל געווארן א מצוה זאל מען שאקלען לולב איבעראל אלע זיבן טעג, אדער וועט עס צוריקגיין צום אריגינעלן מקור, און די תקנה פון רבי יוחנן בן זכאי וועט בטל ווערן? דאס הייסט, אז די מצוה וועט ווייטער זיין לויט די חיוב דאורייתא נאר אין בית המקדש "שבעת ימים", און אין די גבולין וועט עס נאר זיין איין טאג.

לכאורה איז דא א סברא צו קלערן, אז א זאך ווערט איינגעפירט, ווערט עס שוין נישט בטל. מיר טרעפן אסאך אופנים אז אפילו א תקנה איז געמאכט געווארן צוליב א געוויסע סיבה, בלייבט שוין אזוי אויף אייביג, אויך ווען די טעם איז מער נישט גילטיג. [ס'איז דא א טייטש (וואס שטייט נישט אין די ספרי בני יששכר) וואס דער מונקאטשער רב זיע"א ברענגט עס נאך פון א זקן אחד בשם דעם הייליגן בני יששכר: א רמז אויף דעם, אז א זאך וואס מ'האט איינגעפירט און די סיבה איז שוין מער נישט דא, דאך וועט עס שוין בלייבן אויך שפעטער. א דוגמא צו דעם איז דער ענין פון הפטורה; די הפטורה האט מען דאך נאר מתקן געווען אין א צייט פון סכנה ווען מ'האט נישט געקענט ליינען די תורה, האט מען געליינט אין די נביאים מעין הפרשה, און דאך איז עס שוין געבליבן ביז היינט. האט ער דאס געטייטשט אין זיין פסוק אין פרשת בחוקותי: "לֹא יַחֲלִיפֶנּוּ" מ'טאר נישט טוישן גארנישט פון די תורה, אבער "וְאִם הָמֵר יְמִירֶנּוּ" אויב האט זיך געמאכט אז מ'האט אמאל יא עפעס געמוזט טוישן צוליב א גזירה, "וְהָיָה הוּא וּתְמוּרָתוֹ יִהְיֶה קֹדֶשׁ" – דעמאלטס בלייבן שוין ביידע הייליג.]

ממילא וואלט געווען א פשוט'ע סברא צו טראכטן אז ס'זאל שוין בלייבן אלעמאל, אז די מצוה פון ארבעה מינים זאל אנהאלטן אלע זיבן טעג אין אלע פלעצער איבער די וועלט. טענה'ט אבער דער הייליגער חתם סופר: אויב וואלט עס טאקע אזוי געבליבן לדורות עולם, וואלט לכאורה געדארפט זיין היינטיגע צייטן די הלכה אנדערש. מיר זעען אין הלכות ארבעה מינים אז ס'איז דא אסאך חילוקים צווישן דעם ערשטן טאג און די איבעריגע טעג. דער עיקר חידוש איז דער ענין פון "שאול" - א געבארגטער לולב, וואס איז נאר כשר אין די שפעטערדיגע טעג, און נאך פארשידענע פרטים וואס מיר זענען מער מקיל ווייל ס'איז נישט קיין דאורייתא.

לעתיד לבוא, דארף מען דאך אוודאי אכטונג געבן אז מענטשן זאלן נישט ווייטער זיין די מצוה פון ד' מינים איבעראל אלע זיבן טעג, קען זיין אז מענטשן וועלן נישט וויסן דעם חילוק צווישן די אופנים, און מ'וואלט געדארפט מאכן אלע חומרות אין די גבולין אויך היינטיגע צייטן. אלא מאי, זאגט דער חתם סופר, אז ווען משיח וועט קומען וועט שוין נישט זיין די מצוה אין די גבולין אלע זיבן טעג, נאר ס'וועט זיין בלויז אין בית המקדש. און דארט אין בית המקדש וואו ס'איז טאקע א דאורייתא, זענען דאך כהנים "זריזים הם", דארף מען נישט חושש זיין אז מ'וועט מאכן טעותים; דארט וועט מען יא וויסן דעם ריכטיגן וועג. ממילא היינטיגע צייטן, אין די אלע פלעצער וואו ס'איז נאר א דרבנן, דארף מען נישט חושש זיין אויף וואס ס'וועט זיין לעתיד לבוא.

מיר זעען פון די ווערטער פונעם חתם סופר, אז דער ענין וואס מ'האט געמאכט א תקנה "זכר למקדש", איז טאקע נאר א "זכר". איינמאל דער בית המקדש וועט אויפגעבויט ווערן, וועט מען עס צוריקמאכן אזוי ווי דעמאלטס, און די גאנצע שבעת ימים וועט נאר זיין אין בית המקדש אליין.

"בן זכאי" – זוכט צו רעדן פון "זכותים"

מ'קען צושטעלן א שטארקן רמז אויף דעם וואס מיר שמועסן, אז אונזער גאנצער לעכטיגער יום טוב סוכות מיט די ארבעה מינים קומט זיך דעם דאנק פארן הייליגן תנא רבי יוחנן בן זכאי. ס'איז דא א קורץ שטיקל וואס דער הייליגער בני יששכר שרייבט אין זיינע חידושים על הש"ס (נאר א קליינער חלק פון זיינע חידושים זענען איבערגעבליבן, וואס זענען געדרוקט געווארן דורך הגה"ק בעל למטה יששכר מקיוויאשד זצ"ל וואס האט געהאט די כתבי ידות בירושה). אין מסכת סנהדרין דף מ' ווערט דערציילט אין די משנה וועגן אן עדות ביי בית דין איבער א רוצח, לא עלינו. מ'האט געזוכט וועגן "והצילו העדה", אז די בית דין זאל קענען ראטעווען און נישט דארפן חס ושלום הרגענען א איד. איז געקומען דער הייליגער תנא רבי יוחנן בן זכאי דעמאלטס איז ער נאך געווען א תלמיד פאר זיינע רבי'ס, ער איז נאכנישט געווען פון די דיינים אין סנהדרין נאר איז געזעסן פאר זיי - און ער איז אויפגעקומען מיט א וועג אויסצופרעגן די עדים איבער די צווייגעלעך פון דעם בוים אונטער וואס די מעשה איז געשען. דאס האט גורם געווען אז די עדים זאלן זיך סותר זיין, ווייל ער האט געפרעגט אזא זייטיגן פרט: צי דער בוים האט געהאט 'דיקע' אדער דינע עוקצים (שטעקענעס)? אזוי האט ער געראטעוועט דעם מענטש פון מיתה, ווייל איינמאל די עדים האבן זיך מכחיש געווען, איז די עדות בטל געווארן.

די משנה פארציילט די מעשה און שרייבט: "מעשה ובדק בן זכאי בעוקצי תאנים". פרעגט דער הייליגער בני יששכר: פארוואס דערמאנט די משנה "בן זכאי" און נישט "רבי יוחנן בן זכאי"? הגם אז דעמאלטס בשעת די מעשה איז ער נאך געווען א תלמיד און א יונגע תלמיד חכם איז געווען איינגעפירט צו רופן אויפ'ן טאטנ'ס נאמען, אבער ווען די משנה איז געשריבן געווארן איז ער שוין געווען דער באקאנטער רבי יוחנן בן זכאי. נאר די משנה האט געוואלט מדגיש זיין דעם נאמען "בן זכאי" - כשמו כן הוא. א צדיק וואס זיין נאמען איז געווען בן זכאי, א לשון פון "זכותים", האט שטענדיג געארבעט און געזוכט ארויסצוברענגען וויאזוי א איד קען ארויסגיין "זכאי" און מ'זאל אים נישט דארפן הרגענען. אזוי זאגט דער בני יששכר, אז "בן זכאי" מיינט נישט נאר א זון פון איינעם וואס האט געהייסן זכאי, נאר ער אליין איז געווען א "בן זכאי" - איינער וואס האט געזוכט זכותים אויף אידישע קינדער.

לענינינו קען מען אפשר זאגן אזוי: די תכלית פון די ארבעה מינים איינע פון די גאר שטארקע טעמים וואס שטייט אין מדרש - איז "תודיענו אורח חיים", מודיע צו זיין אז מ'איז ארויסגעגאנגען זכאי בדין; מ'גייט ארויס מיט א סימן מבית המלך אז דידן נצח. דער תנא וואס געבט אונז די געלעגנהייט ארויסצוברענגען דעם "זכאי בדין" אזוי פיל מאל, איז טאקע שמא קגרים בן זכאי. דורכדעם וואס מ'דארף שאקלען לולב אלע טעג, קען מען דעם "זכאי" פיל מער דעמאנסטרירן און עס ארויסברענגען פיל שטערקער.

און במיוחד א ספעציעלע רווח וואס מ'האט פון די תקנות פון רבי יוחנן בן זכאי, איז אויפ'ן טאג פון הושענא רבה. הושענא רבה איז דאך נאכאמאל א געלעגנהייט פון א גמר חתימה לטובה, און אז מ'קען הושענא רבה קומען מיט'ן לולב און ווייטער ארויסברענגען אונזער "דידן נצח", איז דאס אוודאי א שטארקע זכות פאר'ן כח פון הושענא רבה. ווען נישט רבי יוחנן בן זכאי, וואלט הושענא רבה נישט געווען קיין לולב אין די גבולין. ער איז א "בן זכאי", ער גיבט כוחות ארויסצוברענגען אונזער זכות אין דעם גרויסן זמן.

"די זעלבע מצוה" אדער "ס'זעהט נאר אויס"?

מען קען אבער אריינקלערן א טיפע חקירה: אין בית המקדש איז די מצוה פון לולב זיבן טעג געווען א מצוה דאורייתא, אבער היינטיגע צייטן איז דאס א דרבנן, א תקנה פון רבי יוחנן בן זכאי. צי טוט די מצוה וואס מיר האבן היינט אויף "די זעלבע פעולה" וואס מ'האט אויפגעטון אין בית המקדש יענע זיבן טעג? אדער איז עס פשוט אן אויסערליכע זאך - אוודאי א קיין דאורייתא.

וואו א איד געפינט זיך, אין זיין פארשטופטן ווינקל האט רבי יוחנן בן זכאי אריינגעגעבן א כח אז דו קענסט יעצט מעורר זיין די שמחה למעלה פונקט ווי בזמן שבית המקדש

ער איז מסביר אזוי: אלע גלייבן אז יעדע זאך וואס מען טוהט אויף דער וועלט, איז מעורר א רושם אויף יענער וועלט. אויבן אין הימל איז דא א "כח השמחה" פון זיבן טעג. ווען דער פסוק זאגט "ושמחתם לפני ה' אלקיכם שבעת ימים", מיינט "לפני ה'" כפשוטו דעם בית המקדש של מטה דא אין ירושלים, אבער עס מיינט אויך צו זאגן אז אין בית המקדש של מעלה איז דא א געוויסער גרויסער כח השמחה, א "ייחוד עליון" אין די זיבן טעג. אידן דארפן טון פעולות דא למטה כדי מעורר צו זיין די כוחות עליונים און ממשיך זיין די גרויסע שמחה למעלה.

וואו אויף דער וועלט האט מען דעם כח מעורר צו זיין די שמחה למעלה? נאר אין דעם פלאץ וואס איז "מכוון". בית המקדש של מטה איז דאך מכוון כנגד בית המקדש של מעלה. דער פלאץ וואו מ'קען מעורר זיין די שמחה למעלה איז אין בית המקדש של מטה. אבער אלע אנדערע פלעצער אין דער וועלט, די "גבולים", האבן נישט די מעגליכקייט צו זיין אזוי צוגעבונדן צום בית המקדש של מעלה, און האבן נישט דעם כח מעורר צו זיין די כוחות עליונים; ממילא האט עס נישט געהאט קיין תכלית. אזוי ברענגט ארויס דער טור ברקת. לויט דעם פארשטייט מען שוין די ערשטע האלב: ווען דער בית המקדש איז געשטאנען, וויבאלד דער ציווי פון שאקלען לולב זיבן טעג איז געווען מעורר צו זיין די שמחה למעלה, איז דאס באמת נישט געווען נוגע אין אנדערע פלעצער "אין חוץ דעם בית המקדש, ווייל מ'האט נישט געהאט די כוחות דאס מעורר צו זיין. דארט איז געווען אן אנדערע סארט מצוה, און די פעולה פון יום הראשון איז געווען גענוג. דאס איז געווען דעמאלטס.

דאן איז געקומען רבי יוחנן בן זכאי מיט א העכערן כח, און ער האט געזאגט אז ער וועט אויפטון און אריינבלאזן א מעגליכקייט אין אלע פלעצער אין די וועלט, אז מ'זאל יא באמת קענען מעורר זיין די כוחות העליונים אפילו אין אנדערע פלעצער. לאמיר עס פרובירן מסביר צו זיין מיט א גשמיות'דיגן משל: עס איז דא איין פלאץ פון וואו די עלעקטריק קומט, און רבי יוחנן בן זכאי איז געקומען און געצויגן "ווייערס" צו אלע פלעצער אין דער וועלט, אז וואו אימער א איד וועט שאקלען לולב זיבן טעג, וועט ער קענען אויפטון דאס וואס פעלט זיך אויס צו מחבר זיין "אחד אל אחד" צום בית המקדש של מעלה, ממש אויפ'ן זעלבן אופן ווי עס איז געווען אין בית המקדש של מטה.

ער זאגט אזעלכע אפענע ווערטער, אז די תקנות פון רבי יוחנן בן זכאי זענען נישט סתם תקנות וויאזוי צו טון; א "תקנה" מיינט אז ער האט דא עפעס "אויפגעבויט" ער האט אויפגעבויט נייע מעגליכקייטן אנצוקומען פון אלע פלעצער אין דער וועלט צו טון די פעולה ממש וואס מ'האט געטון אינעם מקדש של מטה. נאך אזעלכע ווערטער פונעם טור ברקת, קען מען אפשר בעסער פארשטיין וואס דער הייליגער חתם סופר זאגט, אז דאס איז נאר היינטיגע צייטן. ווייל עס קען זיין אז איינמאל דער בית המקדש וועט צוריק אויפגעבויט ווערן, וועט אלעס צוריקגיין צום שורש. [אזוי ווי עס שטייט אז היינטיגע צייטן געפינט זיך דער "מקום המקדש" ביי צדיקים און ביי אנדערע פלעצער וואו מ'קען אנקומען צו די השפעות פון מקום המקדש] איז דא א סברא אז דעמאלטס וועט שוין נישט זיין די מעגליכקייט אויפצוטון אין אלע אנדערע פלעצער אזוי ווי אין בית המקדש, וועט די מצוה שוין נישט זיין איבעראל.

געווארן דער קשר וואס די מים התחתונים האבן מיט'ן אייבערשטן, האבן זיי צוריק אנגעהויבן זייער געוויין פון בריאת העולם. און אז מען זעט ווי דאס וואסער וויינט מיט "אזא השתוקקות" צו זיין נאנט צום אייבערשטן, האבן די אידן מיטגעוויינט מיט'ן וואסער. דאס טייטשט "על נהרות בבל" - ווייל מען האט געזען ווי דער טייך וויינט - "שם ישבנו וגם בכינו", מיר האבן "אויך" געוויינט. די אידן האבן מיטגעוויינט מיט די וואסער מיט אזא השתוקקות צו זיין נאנט צום אייבערשטן.

לויט די הייליגע דיבורים, קען מען אפשר טייטשן דעם המשך פונ'ם קאפיטל אזוי: מען איז דאך דעמאלטס געווען אין א מצב וואס די וואסערן האבן באוויינט די "שמחה" פונעם "הייליגן יום טוב סוכות". ["זאלץ" איז געווען א גאנץ יאר, אבער די "שמחת בית השואבה" וואסער, "ניסוך המים", איז דאך געווען דאס שטערקסטע וואס האט זיך מחזק געווען: "על ערבים בתוכה" אויף דעם ביסל "זאת נחמתי בעניי", די ערבות. מען קוקט אויף די "ערבות ביימער", מען דערמאנט זיך אין די ד' מינים, "שם תלינו כנורותינו", דארט האבן מיר "אויפגעהאנגען" די פידלעך. דאס איז אונזער איינציגסטע אינזל אין דעם ביטערן געוויין וואו מען קען זיך אנכאפן; ווען דער אייבערשטער העלפט אז משיח קומט, און עס קומט דער "בית המקדש של מעלה" וואס איז געבויט אויבן אין הימל, דאס איז די ריכטיגע שלימות. דער חתם סופר ברענגט עס ארויס אזוי: אויב די ישועה קומט דורך א בית המקדש וואס ווערט אויפגעבויט מיט'ן רשות פון די גוים, מיינט דאס אז די רפואה קומט דורך די צרה - די גלות אליין גיבט אונז די רפואה. אבער אויב מען איז זוכה אז עס קומט אראפ א בית המקדש של מעלה און משיח קומט, מיינט דאס אז די רפואה איז שוין געווען פאר די מכה. ווייל משיח איז שוין געבוירן געווארן פאר'ן חורבן בית המקדש, און דער אייבערשטער האט שוין אנגעהויבן בויען דעם בית שלישי פאר'ן חורבן. דאס מיינט אז מען ווייזט אונז: קוק, שוין פון יארן פריער איז די ישועה שוין לאנג דא.

רבי יוחנן בן זכאי האט געזען אז ביים ערשטן בית המקדש, ווען מ'איז געגאנגען אין גלות, האט מען זיך נישט געזארגט דער פסוק רעדט נאך פאר די תקנה פון רבי יוחנן בן זכאי, ביים ערשטן בית המקדש, איז דאך דער פשט פארקערט: אז דאס אויפהענגען די פידלעך "על ערבים בתוכה" איז אויך געווען א חלק פונעם געוויין. מען האט "באוויינט" די מצות ארבעה מינים וואס מען האט יעצט פארלוירן, אז אזא "הנף כולו אסור". אלע פרעגן דאך, וואס איז דער קשר צווישן די צוויי תקנות? תוספות שטעלט זיך שוין אויף דעם.

זאגט דער הייליגער חתם סופר, אז די משנה וויל אונז ארויסברענגען אז ביים ערשטן בית המקדש האט מען אויף איין וועג באהאנדלט דעם חורבן, און טאקע וועגן דעם איז עס נישט געווען אזוי מורא'דיג, און דאס צו פארבעסערן האט רבי יוחנן בן זכאי געזאגט: איך וועל מאכן א בעסערן וועג וויאזוי צו זארגן פאר'ן בית המקדש, און דעמאלטס וועט עס זיין פיל מער שלימות'דיג.

"איין זמן אין יאר" וואס מען קען יא זאגן אז יעצט קען מען זינגען די שיר ציון, ווייל יעצט האבן מיר די כוחות פונקט ווי אין בית המקדש אליין

זאגט דער הייליגער חתם סופר אזוי: מיר אלע ווייסן אז עס גייט קומען א נייער בית המקדש. דער נייער בית המקדש קען קומען אין צוויי פארמאטן: עס קען קומען בדרך הטבע, אז די גוים אין דער וועלט זאלן באפרייען די אידן פון זייער עול הגלות, אזוי ווי עס איז געווען ביי כורש וואס האט געגעבן רשות צו בויען דעם בית המקדש. עס איז אבער נישט קיין באטעמטער מצב ווען דער בנין בית המקדש קומט דורך רשות פון די גוים אין גלות. פיל שענער איז ווען דער אייבערשטער העלפט אז משיח קומט, און עס קומט דער "בית המקדש של מעלה" וואס איז געבויט אויבן אין הימל, דאס איז די ריכטיגע שלימות. דער חתם סופר ברענגט עס ארויס אזוי: אויב די ישועה קומט דורך א בית המקדש וואס ווערט אויפגעבויט מיט'ן רשות פון די גוים, מיינט דאס אז די רפואה קומט דורך די צרה - די גלות אליין גיבט אונז די רפואה. אבער אויב מען איז זוכה אז עס קומט אראפ א בית המקדש של מעלה און משיח קומט, מיינט דאס אז די רפואה איז שוין געווען פאר די מכה. ווייל משיח איז שוין געבוירן געווארן פאר'ן חורבן בית המקדש, און דער אייבערשטער האט שוין אנגעהויבן בויען דעם בית שלישי פאר'ן חורבן. דאס מיינט אז מען ווייזט אונז: קוק, שוין פון יארן פריער איז די ישועה שוין לאנג דא.

לאמיר זיין א בעסערע דורש לציון

זאגט דער הייליגער חתם סופר א פשט נפלא, און דער חתם סופר טייטש מיט דעם אויך אפ דעם באקאנטן המשך אין די משנה אין מסכת סוכה. נאכדעם וואס די משנה דערמאנט די תקנה פון רבי יוחנן בן זכאי וועגן זכר למקדש, אז מען זאל נעמען דעם לולב זיבן טעג, לייגט די משנה צו די אנדערע תקנה: "משחרב בית המקדש התקין רבן יוחנן בן זכאי שיהא יום גענוג שטארק פארן "דורש אין לה", פארן ענין פון "דער דרשה". מ'האט נישט מתקן געווען קיין תקנה צו שאקלען לולב זיבן טעג זכר למקדש. האט רבי יוחנן בן זכאי תולה געווען, אז אין דעם איז תלוי פארוואס דער צווייטער בית המקדש איז געווען אויף אזא שוואכן אופן, אז די גויים האבן געגעבן רשות עס צו בויען. אז דו האסט זיך נישט גענוג געזארגט פארן "אלטן", איז דער "נייער" אנגעקומען אויף אזא נידריגער דרגה.

האט רבי יוחנן בן זכאי געזאגט: מיר גייען דאס נישט צולאזן. יעצט ווען דער צווייטער בית המקדש איז חרוב געווארן, וועלן מיר זיך אזוי שטארק זארגן פארן בית המקדש, און מיר וועלן מאכן א פעסטע תקנה אז מ'זאל טראכטן פונעם בית המקדש, געדענקען און רעדן דערפון. און בזכות דעם וועט קומען די גאולה און עס וועט זיין אזא לעכטיגער בית המקדש, נישט עפעס וואס איז געבויט געווארן מיט רשות פון די פעלקער, נאר א בית המקדש וואס וועט ארויסברענגען אז דער אייבערשטער האט שוין צוגעגרייט משיח און דעם בית המקדש ספעציעל פאר דעם. ער ברענגט ארויס ווי ווייט מ'וועט אויפטון אויב מ'וועט יא ריכטיג דורש זיין פארן בית המקדש.

דאס ארויסצוברענגען, דערמאנט די משנה צוזאמען די צווייטע תקנה. "יום הנף כולו אסור". איז די גמרא מסביר די חשש "מהרה יבנה בית המקדש" פרעגט רש"י אז מ'קען דאך נישט בויען דעם בית המקדש יום טוב. ענטפערט רש"י, אז א "מענטשליכע" בנין בית המקדש טאר מען טאקע נישט בויען יום טוב, אבער דער בית המקדש שלעתיד איז "בנוי ומשוכלל" אין הימל און עס קען אראפקומען אויך יום טוב. קומט אויס אז דער דין פון "יום הנף כולו אסור" איז נאר שייך אויב מ'האט א פארטיגן געבויטן בית המקדש וואס געפינט זיך אין הימל. און דאס אז מ'זאל זוכה זיין צו אזא געבויטן בית המקדש, קומט נאר אויב מ'וועט זיך באמת זארגן אויפן בית המקדש און זיין אן אמת'ער דורש, ווי מיר זאגן: "הושענא למענך דורשינו".

ממילא, זאגט דער הייליגער חתם סופר, איז די משנה מורא'דיג זיס. ווען דער ערשטער בית המקדש איז חרוב געווארן, האט מען נישט געמאכט קיין "דורש", האט מען נישט זוכה געווען צו א ריכטיגן בית המקדש, דעריבער איז אויך נישט געווען קיין חשש פון "יום הנף כולו אסור", ווייל א בית המקדש וואס ווערט געבויט דורך מענטשן אויף דער וועלט גייט נישט אויפגעבויט ווערן יום טוב. אבער ווען דער צווייטער בית המקדש איז חרוב געווארן, האט רבי יוחנן בן זכאי מתקן געווען א תקנה אז מ'זאל זיין א ריכטיגער "דורש לציון". יעצט וועט מען שוין זוכה זיין צום דריטן בית המקדש, וואס מוז זיין "בנוי ומשוכלל" - א שלימות'דיגע רפואה וואס איז שוין גרייט פאר די מכה. דאס קען דאך יא אראפקומען יום טוב ביינאכט, און אויב אזוי מוז מען שוין מאכן א תקנה אז "יום הנף כולו אסור", ווייל "מהרה יבנה בית המקדש" קען פאסירן אפילו אינמיטן יום טוב ביינאכט.

מען זעט טאקע פון דא, אז כאטש דער פסוק שטייט אין ירמיהו, האט מען ערשט אנגעהויבן אפצולערנען דעם פסוק ריכטיג ביים חורבן פון צווייטן בית המקדש דורך דעם הייליגן תנא רבי יוחנן בן זכאי, און דורך דעם האט ער ממשיך געווען אז די גאולה העתידה וועט טאקע זיין בקרוב מיט א ריכטיגער שלימות.