דער קשר צווישן "אמן יהא שמיה רבא" און דעם גרויסן און הייליגן טאג "הושענא רבא"

אמן ואמן | September 30, 2026

אום הושענא רבא געפאלט אויס דער יארצייט פון הרה"ק רבי דוד משה מטשאטקאב זי"ע, ער פלעגט ערקלערן פארוואס עס איז איינגעווארצלט געווארן ביי כלל ישראל אנצורופן דעם דערהויבענעם טאג "הושענא רבא", האט ער ערקלערט, אז וויבאלד אין דעם דאזיגן טאג ווערט געענדיגט דער דין פון די ימים הנוראים, און אידישע קינדער דארפן דאן אנקומען צו אסאך רחמי שמים, דערפאר ברענגען די מלאכים אנגעפילטע וועגענער פון "אמן יהא שמיה רבא'ס" וואס דאס זאל מליץ טוב זיין אויף אידישע קינדער, ווייל רבי יהושע בן לוי האט דאך געזאגט (שבת קיט:) "כל העונה אמן יהא שמיה רבא מברך בכל כחו - קורעין לו גזר דינו" [און אין 'נתיבות עולם' פונעם מהר"ל (נתיב העבודה פרק יא) שטייט, אז דאס גייט אויך ארויף אויפן 'נאכ'ן פארזיגלען דעם דין, ווייל שטענדיג קען מען צערייסן די גזירה דורכ'ן ענטפערן "אמן יהא שמיה רבא"], און רבי יוחנן זאגט "אפילו שמץ של עבודה זרה מוחלין לו", און דאס איז פשט אין "הושענא רבא" - מען איז זוכה צו א גאולה און א ישועה דורך "רבא", וואס דאס איז "אמן שמיה רבא".

אין ספר "אור לשמים" (פרשת בלק) שטייט א רמז אויפן פסוק (במדבר כד, יח) "והיה אדום ירשה", עס איז באוואוסט אז 'אדום' צייגט אויף מידת הדין, דער תורה איז מרמז אז כדי ממתיק צו זיין דינים זאל ער מקיים זיין דאס וואס איז מרומז אינעם ווארט "ירשה", וועלכער איז ר"ת י'הא ש'מיה ר׳ב'ה, וואס דורך דעם כח קען מען מבטל זיין אלע דינים!

א שיינער רמז זאגט מרן הבעש"ט הק' זי"ע אויפן פסוק (תהלים סה, ה) "אשר תבחר ותקרב ישכון חצריך, נשבעה בטוב ביתך קדוש היכלך", זאגט ער אז אויבן אין הימל זענען פארהאן פארשידענע בחינות איינס העכער'ן צווייטן, קודם איז דא א דרויסנדיגער הויף, אינעווייניג א הויז, און אינעם הויז א היכל, אזוי אויך איז פארהאן א דרגה פון "ישכון" וואו דער שכינה רוהט, און עס איז דא א דרגה פון "נשבעה" וועלכער איז נאך העכער, און דאס טוט דוד המלך מרמז זיין אין זיינע געזאנגען: "אשרי תבחר" אויב א מענטש וועלט אויס אינעם "אשרי" וואס איז מרמז אויף א'מן י'הא ש'מיה ר'בא, דאן "ותקרב" - קען ער דערנענטערט ווערן צו אט די אלע דערהויבענע מדריגות "ישכון חצריך, נשבעה בטוב ביתך קדוש היכלך", וואויל איז דער וואס איז זוכה דערצו!

אינמיטן די שרעקליכער צווייטער וועלט קריג, האבן אסאך ירושלימ'ער אידן נתעורר געווארן צו ענטפערן "אמן יהא שמיה רבא" בקול ובכוונה פארן זכות פון די אידן אין אייראפע און כדי זעלבסט געראטעוועט צו ווערן פונעם דייטש, און ווען דער גענעראל דער רשע "ראמעל" ימ"ש איז שוין געווען אונטערוועגנס פון מצרים כדי איינצונעמען ארץ ישראל, האבן די איינוואוינער אין ארץ ישראל זיך זייער דערשראקן פונעם גרויסן סכנה, און בדרך נס האבן זיי פליצלונג צוריקגעצויגן און נישט אטאקירט ארץ ישראל. האט דאן געזאגט הרה"ק רבי שלומ'קע זוועהילער זי"ע פאר זיין משמש החסיד רבי אליהו ראטה ז"ל ”איך האב געשפירט אז די רשעים וועלן נישט אטאקירן ארץ ישראל, ווייל זיי האבן זיך דאך מחזק געווען אין ענטפערן 'אמן יהא שמיה רבא'....", אין יעדן מצב איז דער איינציגסטער כח פון די אידן אין זייער מויל, דעריבער איז א גוטע און וואונדערליכער עצה זיך מחזק צו זיין אין דעם ענין כדי צו צערייסן אונזער גזר דין. ("באר החיים" - ירח האיתנים דף שכ"ג, מפי המשפיע המפורסם הגה"צ רבי אלימלך בידרמן שליט"א)

PDF Preview