דער איד דאַרף װיסן וועגן וועלט און די גוים שבה בכדי וויסן ווי צו אויפטאן מיט זיי און זיי צוגרייטן צו דער גאולה
...וויבאלד אַז אַ איך איז בעה"ב אויף וועלט בכח הרצון פון דעם אויבערשטן – ווערט ער ניט נתפעל פון די אוה"ע, און ער האָט וואָס צו ענטפערן די אוה"ע וואָס קומען מיט טענות צו אידן "לסטים אתם" – אַז "כל הארץ של הקב"ה היא, הוא בראה ונתנה לאשר ישר בעיניו, ברצונו נתנה להם וברצונו נטלה מהם ונתנה לנו".
ואדרבה: דעמולט זיינען די אומות גאָר שולדיק דעם אידן אַן ענטפער – ווייל בשבילו זיינען זיי באַשאַפֿן געוואָרן!
ס'איז ניט דער פשט אַז אַ איך דאַרף אַרויסגיין און האָבן צו טאָן מיט וועלט, אָדער לייענען "פייפערס" בכדי צו וויסן וואָס עס טוט זיך אין וועלט. דער לייענען וועט אים גאָרניט העלפן, דורך דעם קען ער סיי-ווי גאָרניט אויפֿטאָן.
נאָר מ'זאָגט אָן אַ אידן: לכל לראש דארפסטו ניט האָבן צו טאָן מיט וועלט, אַזוי ווי מ'זאגט דעם קינד, אַז ער דאַרף ניט אַרויסגיין אין גאַס זיך שפילן מיט די צאַצקעס פון גוי'שע קינדער. דיין ענין איז "עבד מלך מלך", און ניט וויסן תכסיסי מלחמה און גיין מלחמה האָבן בפועל אין וועלט, נאָר דו דארפסט לערנען תורה ומקיים זיין מצוות;
לאידך גיסא דאַרף ער אָבער וויסן אַז ס'איז דאָ אַ וועלט מיט גוים, און אַז דורך קיום התומ"צ שלו ווערט ער בעה"ב אויף וועלט און פירט מיט איר אָן.
פרעגט ער ווייטער: אמת טאַקע ער דאַרף וויסן וואָס עס טוט זיך אין וועלט און דורך זיין תומ"צ דאָרטן אויפטאן – אָבער
וואָס איז אים נוגע די וועלט - ער וועט בלויז מקיים זיין תומ"צ?
זאגט מען אים (כנ"ל): ער געפינט זיך בלית ברירה אין אַ וועלט מיט גוים, און זיי קענען אים שטערן צו קיום התומ"צ שלו, במילא דאַרף ער דאָס במיוחד באַוואָרענען ע"י תומ"צ שלו.
במילא דאַרף ער וויסן וואָס ער דאַרף אויפֿטאָן אין וועלט ע"י עבודתו.
נאָכמער: אַ איך דאַרף צוגרייטן די וועלט דערצו וואָס בקרוב ממש בגאולה העתידה וועלן גוים ברענגען אידן אין ארץ הקודש אַזוי ווי מ'ברענגט אַ "מנחה בכלי טהור" (ישעי'ס, כ), במילא דאַרף דער איד וויסן וועגן וועלט און די גוים שבה בכדי וויסן ווי צו אויפטאן מיט זיי און זיי צוגרייטן צו די גאולה.
אָבער ניט אַז ער דאַרף אַרויסגיין און האָבן מלחמות וכיו"ב, נאָר ער דאַרף בלייבן במקומו און דאָרטן מקיים זיין תומ"צ, און דורך דעם ווערט אויפגעטאָן בכל העולם כולו.
צוליב וואָס דאַרף ער וויסן די פרטים דערפון וואָס עס טוט זיך אין וועלט, אַז מדינה זו מתגרה במדינה זו (ווי נאַפּאָליאָן און אַלעקסאַנדער בזמן אדה"ז) וכיו"ב?
זאָגט מען אים: עבודת ה' דאַרף זיין ניט נאָר בכללות, נאָר אויך אַראָפּקומען בפרטים ובפרטי פרטים, ווי דער מיטעלער רבי איז מבאר אין שער היחוד (פ"ד ואילך. ועוד), ומבואר בקונטרס העבודה (פ"ו) ובכ"מ.
אַזוי אויך אין דער עבודה וואָס ער טוט אויף בכל העולם כולו ע"י תומ"צ שלו, דאַרף ער ניט נאָר וויסן און דורכנעמען ע"י עבודתו כללות העולם, נאָר אויך פרטים ופרטי פרטים.
ע"ד ווי דאָס איז בנוגע עבודת התפלה: בקשת צרכים בתפלה – וואָס דאס איז אַ מצות עשה – דאַרף זיין ניט בכללות, נאָר מ'דארף מפרט זיין די צרכים וועלכע מ'דארף האָבן.
דלכאורה האָט ער געקענט טראַכטן: ער וועט נאָר מתפלל זיין אַ בקשה כללית אַז דער אויבערשטער זאָל אים געבן אַלץ וואָס ער דאַרף האָבן, און דער אויבערשטער וועט שוין פאַנאַנדערקלייבן פרטי הצרכים וועלכע ער דאַרף האָבן.
אעפ"כ דאַרף בקשת צרכיו בתפלה זיין בפרטיות. ע"ד די תפלה (בתפלת שמו"ע) "אתה חונן לאדם דעת ומלמד לאנוש בינה חננו מאתך חכמה בינה ודעת" – אַן ענין פרטי. ועד"ז שאר התפלות. ווי ס'זעט אויך אַ פינף יאָריקער קינד: נאָך דעם ווי ער זאָגט גלייך ווי ער כאַפּט זיך אויף פון שלאָף "מודה אני", זאָגט ער דערנאָך ברכת התורה, "נותן התורה", און דערנאָך קומט עס אַראָפּ אין פרטים – "יברכך ה' וישמרך וגו" (נשא ו, כד ואילך), און אַזוי אויך אין אַלע תפלות וואָס ער זאָגט ווייטער.
וואָס דערפון איז מובן די הוראה פון דעם סיפור מיטן אַלטן רבי'ן פאר יעדן אידן - ע"פ פירוש רש"י בתחלת פירושו על התורה, דוקא פֿאַר אַ פינף יאָריקן קינד:
פון דעם וואָס דער אַלטער רבי האט אויפגעטאָן אין די מלכיות המתגרות ע"י עבודתו – האָט מען דעם לימוד בנוגע לכאו"א, אַז יעדערער דאַרף און קען אויפֿטאָן (מעין זה) ע"י עבודתו. וואָרום היות אַז מ'געפינט זיך אין אַ וועלט מיט גוים בזמן הגלות, וואָס זיי קענען שטערן לקיום התומ"צ פון אַ אידן - דאַרף דער איד דאָס באַװאָרענען.
זאגט מען אַ אידן – "כח מעשיו הגיד לעמו לתת להם נחלת גוים": אַ איד איז אַ בעה"ב אויף וועלט, וואָס זי איז באַשאפן געוואָרן בשבילו ובשביל התורה, און במילא קען ער אויפטאָן אין דער גאַנצער וועלט. (משיחת ליל שמח"ת לפני הקפות, תשד"מ)