די פארבינדונג פונעם לולב
געשריבן דורך י. בנימין
עס זענען דא זאכן וואס איך ווייס אז מיין טאטע וועט טון אליין. למשל, אויסקלויבן אן אתרוג. איך האב אמאל פרובירט אים צו העלפן, איך בין געשטאנען נעבן אים אין סטאר און געהאלטן אן אתרוג וואס האט מיר אויסגעזען הערליך שיין. "טאטע," האב איך געזאגט, "נעם דעם אתרוג." דער טאטע האט א קוק געטון אויפ'ן אתרוג, עס איבערגעדרייט, עס בודק געווען פון אויבן, פון אונטן, געהאלטן קעגן די לייט, און עס דערנאך געלייגט אין א זייט.
"וואס איז נישט גוט מיט דעם?" האב איך געפרעגט. "איך האב נישט געזאגט אז עס איז שלעכט," האט דער טאטע געזאגט, "איך וויל זען נאך." נאך צוואנציג מינוט האב איך פארשטאנען אז ווען עס קומט צו אתרוגים, קען איך נאך נישט העלפן. אבער עס איז דא נאך א זאך וואס דער טאטע טוט יעדעס יאר אליין: בינדן דעם לולב.
טאטי און מאמי און די מצוה פון כיבוד אב ואם
ערב סוכות האט אונזער הויז אויסגעזען ווי איינער וואלט געעפנט דארט א ברענטש פון דעם ד' מינים מארקעט. לולבים אויפ'ן טיש, הדסים אין א שיסל, ערבות איינגעוויקלט אין א נאסע שמאטע, קוישיקלאך, און אינמיטן דעם גאנצן טומל - דער טאטע. ער לייגט דעם לולב אויפ'ן טיש, לייגט אויס די הדסים, איז בודק די ערבות, ריקט אביסל, און לייגט עס צוריק.
היי יאר בין איך געשטאנען נעבן אים. "טאטי, דו ווילסט איך זאל העלפן?" "יא, ביטע ברענג מיר די הדסים." איך האב זיי געברענגט. דאן האב איך געווארט פאר די נעקסטע ארבעט. "טאטע, יעצט וואס?" "יעצט קוק נאך צו ווי אזוי איך ארבעט," האט מיין טאטע געזאגט. איך בין געווען אביסל פראסטרירט, אבער איך האב צוגעקוקט. דער טאטע האט אריינגעלייגט די הדסים אין פלאץ, אויסגעשטעלט די ערבות, געהאלטן אלעס אין איין האנט און אנגעהויבן בינדן. "דו זעסט?" האט דער טאטע געפרעגט. "יא."
נאך א קורצע וויילע האט מיין טאטע מיך געפרעגט: "ווייסטו פארוואס איך וויל דו זאלסט דא שטיין נעבן מיר?" "אפשר ווייל דו דארפסט די שערל?" האב איך געפרעגט. דער טאטע האט זיך צעשמייכלט. "דאס אויך," האט ער געזאגט. 'איך האב געוואוסט!' האב איך געטראכט צו זיך.
"אבער אויך ווייל איך וויל דו זאלסט זיך אויסלערנען," האט דער טאטע צוגעלייגט. "צו בינדן דעם לולב?" "דאס אויך."
דער טאטע האט אנגעצויגן א קנופ. "ס'איז דא זאכן וואס א קינד לערנט זיך אויס אין חדר, און ס'איז דא זאכן וואס מען לערנט זיך פשוט דורך דעם וואס מען שטייט נעבן דעם טאטן. "דער זאץ איז מיר זייער געפאלן, און איך האב זיך צוגערוקט נענטער.
מיין טאטע האט מיר געוויזן וויאזוי ער לייגט אויס די הדסים, וואו די ערבות קומען, און וויאזוי ער מאכט זיכער אז אלעס שטייט פונקטליך ווי עס דארף צו זיין. דערנאך האט ער געזאגט: "פון וואו האב איך זיך דאס אויסגעלערנט? פון זיידי."
"דו ביסט אויך געשטאנען נעבן אים?" האב איך גלייך געפרעגט. "אוודאי," האט
דער טאטע געענטפערט.
איך האב פרובירט זיך פארצושטעלן מיין טאטע אלס א ניין-יעריג אינגל; ס'איז שווער. פאר א קינד זעט אויס ווי דער טאטע איז געבוירן געווארן אלס א טאטע. "וויאזוי האסטו אויסגעזען?" "פונקט ווי דו."
"האסטו אויך גערעדט אן אויפהער?" מיין טאטע האט מיר אנגעקוקט. "לאמיר ווייטער גיין מיטן לולב." איך האב פארשטאנען אז נישט אויף יעדע שאלה מוז מען באקומען א תשובה. דער טאטע האט ווייטער געבונדן, אבער פלוצלינג האב איך עס אנגעהויבן קוקן מיט גאר אנדערע אויגן. פלוצלינג האב איך אויך געזען מיין זיידע. ס'איז מיר ארויף אין געדאנק ווי מיט פילע יארן צוריק, איז געשטאנען א אינגל נעבן זיין טאטן און צוגעקוקט ווי מען בינדט א לולב, און דאס אינגל איז אויסגעוואקסן און היינט איז ער מיין טאטע, און איך שטיי דא נעבן אים.
"אלזא, ווען איך וועל זיין א טאטע, וועל איך דאס אויך טון, און מיינע קינדער וועלן שטיין נעבן מיר?" האב איך געפרעגט.
"אויב זיי וועלן האבן גענוג געדולד," האט דער טאטע געשמייכלט. "און איך וועל זיי דערציילן אז דער זיידע האט מיך געלערנט?" "דו קענסט זיי דערציילן אז דיין טאטע האט דיך געבעטן צוצוקוקן, און דו האסט יעדע צוואנציג סעקונדעס געפרעגט ווען דו קענסט שוין ענדליך אליין עפעס טון," האט מיין טאטע זיך צולאכט.
"אקעי, סאו איצט קען איך שוין עפעס טון?" מיין טאטע האט מיר דערלאנגט דעם לולב: "האלט עס." איך האב עס געהאלטן מיט גרויס פארזיכטיגקייט. דער טאטע האט נאך עפעס פארראכטן ביים בינדן, און איך מוז מודה זיין - פלוצלינג האב איך געפילט אז מיין תפקיד איז גאר וויכטיג, כאטש וואס למעשה האב איך כמעט גארנישט געטון.
ביינאכט, ווען מיר זענען געזעסן אין די סוכה, האב איך געקוקט אויפן סכך, אויף די נוי סוכה, אויף לייבי'ס קייטל - וואס האט געהאט דריי קאלירן וואס קיין שום נארמאלער מענטש וואלט נישט צוזאמגעשטעלט - און אויפן טאטן וואס איז געזעסן ביים אויבן אן.
איך האב געטראכט פון דעם וואס דער טאטע האט געזאגט. ס'איז דא זאכן וואס מען לערנט זיך פשוט דורך דעם וואס מען שטייט נעבן דעם טאטן. ביז היינט, ווען איך האב געטראכט פון כיבוד אב ואם, האב איך בעיקר געטראכט וואס איך דארף טון פאר זיי: ברענגען, העלפן, פאלגן, נישט מצער זיין. אבער פלוצלינג האב איך פארשטאנען אז ס'איז דא נאך א סארט כבוד: צו כאפן אז איך האב פון וועמען זיך צו לערנען. צו קוקן אויפן טאטן און טראכטן - וואס ער טוט איז מיר וויכטיג; דאס וואס ער האט מקבל געווען פון זיין פאטער, דאס וויל איך מקבל זיין פון אים.