Skip to content

די גרעסטע גליק וואס איז פארהאן – צו טון א מצוה פארן אויבערשטן!!

דער הייליגער ספר חמדת ימים (פון הרה"ק רבי בנימין הלוי זי"ע, א תלמיד פונעם רמ"ע מפאנו זי"ע) שרייבט: ווען א מענטש טוט א מצוה, איז פון די וויכטיגסטע זאכן, אז ער זאל דאס מקיים זיין מיט א שמחה. דער זוהר הקדוש זאגט (וישב קפ.), אז די שכינה קען נישט רוען אין א פלאץ וואו ס'איז דא עצבות, נאר אין א פלאץ פון שמחה.

דעריבער זאל זיך דער מענטש מעורר זיין מיט א געוואלדיגע שמחה און אן אויסטערלישע פרייד, און ער זאל זיך מתבונן זיין אין די געוואלדיגע חסדים און אין די ענדלאזע גוטס פונעם אויבערשטן, ער זאל אריינטראכטן, אז דער אויבערשטער האט באשאפן אלע וועלטן בלויז פארן מענטש! און ער זאל צולייגן קאפ, אז כאטש וואס די גרויסקייט פונעם אויבערשטן איז ענדלאז, פארט קוקט ער זיך אום אויף מיר מיט א ספעציעלע השגחה פרטיות, צו משפיע זיין פאר מיר אן א שיעור גוטס אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט.

ער זאל זיך פאָרשטעלן, אז אויב וואלט ער געוואוסט אז ער קען טון א געוויסע זאך וואס דאס וועט אים ברענגען א נחת רוח פארן קעניג, וואלט ער נישט גערוהט און זיך נישט אפגעשטעלט ביז ער וועט ערפילן דעם רצוןפונעם קעניג, כאטש וואס דער קעניג איז דער זעלבער בשר ודם ווי אים, און ער גייט צום סוף שטארבן, פארט וועט ער זיין גאר פרייליך, אז דער גרויסער קעניג האט הנאה פון זיינע ווערק. אויב אזוי איז זיכער, אז א מענטש דארף אריינלייגן אן א שיעור טירחות און כוחות צו טון דעם רצון פונעם גרויסן לעבעדיגן באשעפער, דער מלך מלכי המלכים, וואס ער לעבט אויף אייביג, און ער דארף לויבן און דאנקען דעם באשעפער, אז ער האט אים געגעבן די זכיה, צו קענען מקיים זיין די מצוה, און ער דארף דאס טון מיט אן אהבה און א ליבשאפט.

דער מענטש זאל זיך מתבונן זיין: "ווער בין איך? וואס בין איך דען ווערד אז ס'קומט זיך מיר די זכיה צו קענען ערפילן דעם רצון פון אונזער גרויסן טאטן אין הימל?! ס'לוינט זיך מיר, זיך איבערצוגעבן מיט מיין גאנצער כח, גוף און געלט, און ארבעטן אומערמידליך, כדי איך זאל זוכה זיין צו טון עפעס א נחת רוח פאר אזא גרויסער באשעפער!"

"איך האב דאך אזויפיל דערצערנט דעם אויבערשטן מיט מיינע פילע עבירות, און מיט דעם אלעם געבט ער מיר לעבן און גוטס, פרנסה און געזונט, אויב אזוי וויפיל הכרת הטוב בין איך מחוייב פאר אים?! דעריבער דארף איך מיך אינגאנצן אוועקגעבן, און אויסגעבן וויפיל געלט עס פעלט אויס, צו קענען מקיים זיין יעדע מצוה וואס קומט מיר נאר אונטער, מיט מיין גאנצע הארץ און נשמה"א.

א וזל"ק (חמדת ימים, חג הסוכות, פרק ב, לב): ומעיקרי המצוה להיות נעשית בשמחה ובזוהר אמרו שכינתא לא שריא באתר עציב אלא באתר חידו ויתעורר בגילה ושמחה רבה כשיחשוב בטובות הבורא יתברך שמו ויאמר בלבו הכל ברא בשביל האדם והשגחתו פרטית עלי להטיב לי בעולם הזה ובעולם הבא עם היות שלגדולתו אין תכלית וסוף ויקח משל מבשר ודם אם היה יודע שיעשה דבר שהוא רצון המלך לא ישקוט ולא ינוח עד שישלים רצון המלך שהוא רימה ותולעה כמוהו ויהיה שמח שמחה רבה על אשר באו מעשיו לפני המלך על אחת כמה וכמה שיש לו לטרוח ולבקש איך לעשות רצון מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא שהוא חי וקיים וישבח לאדון הכל שזיכהו במצוה ההיא ויעשה אותה באהבה וחיבה ויאמר מי אני ומה חיי שפל ואפל לעשות רצון אבינו שבשמים והלואי אעבוד בכל כחי וגופי וממוני ביום ובלילה ואשיג מה רצונו וחפצו שימצא נחת רוח בעבודתי ומעשה ידי אחר כל ההכעסות שאני מכעיסו בפועל כפי ובעלילותי בעבור רצונו בכל רגע ובכל שעה והוא מאריך אפיה ונותן לי חיים ושלום ואינו מקפח מזונותי וטובתי מפני זה ואיך אני לא אכיר בטובתו הגדולה ובגמולו השלם וכשיבא איזה מצוה קטנה או גדולה לידי אשתעבד עצמי וממוני לעשיית המצוה ההיא בכל לב ובכל נפש.

PDF Preview