[פארזעצונג פון פריער]
דעם קולטוס מיניסטעד'ס מלחמה קעגן אָרטאָדאָקסישן אידנטום – און זיין פלוצימ'דיגער סוף
ווען דער קולטוס מיניסטער באַראָן עטוואַש האָט אָריגינעל געהאַט פאַררופן דעם אידישן קאָנגרעס אונטער'ן איינפלוס פון די נעאָלאָגן אין פּעסט האָט ער צוליב נאַאיװער אומוויסנהייט געגלויבט די נעאָלאָגן, אַז דער קאָנגרעס װעט נישט באַרירן רעליגיע און וועט נישט זיין אויסן צו רעפאָרמירן דעם אידישן דת.
די ערליכע אידן, וועלכע האָבן בלית ברירה זיך באטייליגט אין דעם קאָנגרעס, ווי דער מהר
ם שיק שרייבט דאָס "אנוס על פי הדיבור", האָבן געוואוסט װאָס עס זענען די ריכטיגע כוונות פון די נעאָלאָגן און פון דעם קאָנגרעס. האָבן זײי זיכער געמאַכט עפענטליך צו דערמאַנען דעם קולטוס מיניסטער די באַדינגונגען און גרונט ליניעס.
דער אָרגאַן פון שומרי הדת "מאָדיאָר זשידאָ" האָט פֿאַר דער דערעפענונג פון קאָנגרעס געדרוקט אַן אָפענעם בריוו אַדרעסירט צום קולטוס מיניסטער, אונטערגעשריבן דורך דעם כתב סופר, דערמאַנענדיג אים פון דער פאַרזיכערונג און פון דעם אָפּמאַך צו באַהאַנדלען ביים קאָנגרעס בלויז אַדמיניסטראַטיווע קהל'ישע אַנגעלעגנהייטן. דער קאָנגרעס וועט נישט בארירן רעליגיעזע ענינים. דער כתב סופר דערמאנט אים אַז די מערהייט פון אונגארישן אידנטום איז שומרי תורה ומצות און ערוואַרט אַז בלויז רבנים, דיינים און תורה אויטאריטעטן זאָלן אַנטשיידן רעליגיעזע פראַגן, נישט פּערזאָנען װאָס האָבן אַנדערע רעליגיעזע אַנשױיאונגען.
דער קולטוס מיניסטער האָט דאָס פייערליך פאַרזיכערט.
יעצט, נאכ'ן שלוס פון קאָנגרעס, האָט ער געבראָכן דעם אָפּמאַך און פאַרראָטן די באפעלקערונג פון הונדערטער טויזנטער אידן שומרי תורה ומצוות.
די אָרטאָדאָקסישע אידן און זייערע מנהיגים האָבן געשטעלט אַ העפטיגן ווידערשטאַנד און פאַראָרדנט חרדי'שע אידן נישט אויסצופאָלגן די רעזאָלוציעס פון קאָנגרעס.
די נעאָלאָגן האָבן געהעצט דעם קולטוס מיניסטער און די פירער פון זיין מיניסטעריום קעגן די ערליכע אידן וואָס ווילן נישט אויספאָלגן די "געזעצן", ס'הייסט די רעזאָלוציעס פון קאָנגרעס וואָס דער קולטוס מיניסטער האָט זיי באַשטיגט און גוטגעהייסן מיט זיין אונטערשריפט.
עטליכע וואָכן נאָכדעם וואָס די גדולי ישראל האָבן פאַרעפנטליכט זייער קול קורא וואָס האָט אויפגעפאָדערט דעם אָרטאָדאָקסישן אידנטום נישט אויסצופאָלגן די רעזאָלוציעס פון קאָנגרעס און נישט צו באַטייליגן זיך אין די וואַלן האָט דער קולטוס מיניסטער געשיקט אַן אָפיציעלן מעסעדזש צו רעגירונגס פירער איבער'ן גאַנצן לאַנד וואָס האָט געלויטעט ווי פאָלגענד:
"צום קולטוס מיניסטעריום זענען אָנגעקומען באַריכטן וועגן פּראָפּאַגאַנדע וואָס ווערט געפירט צווישן דער אידישער באַפעלקערונג קעגן אויספירן די רעגולאַציעס פון אידישן קאָנגרעס. ווערן די רעגירונגס אינסטאַנצן אויפגעפאָדערט צו לאַדענען די קהילה פירער און די רבנים און זיי אויפקלערן די האַרבקייט פון אָט די אַקטיוויטעטן. נאָכדעם וואָס דער קולטוס מיניסטער האָט גוטגעהייסן די רעזאָלוציעס פון קאָנגרעס זענען זיי מיט גאָרנישט אַנדערש ווי די אַנדערע געזעצן פון לאַנד. דער איינציגער אונטערשיד צווישן די געזעצן און די אַנדערע געזעצן פון לאַנד איז בלויז וואָס אין דער צייט וואָס די אַנדערע געזעצן פאַרפליכטן אַלע בירגער פון לאַנד זענען אָט די געזעצן מחייב בלויז די אידישע בירגער. דאָס פאַרלעצן די געזעצן מצד אידישע בירגער וועט זיין פאַרבונדן מיט די זעלבע שטראָף ווי דאָס ברעכן אַנדערע געזעצן פון לאַנד".
(Der Judische Kongress in Ungaren, Pest, ‘871, p. 293)
עטוואַש, וועלכער איז אַ מאָל געווען נייטראַל, איז געוואָרן אַן אָפענער און אויסגעשפּראָכענער שונא פון חרדי'שע אידן. זיין עקשנות האָט אים געפירט צו מאַכן פאַלשע באַהויפּטונגען און דעקלאַראַציעס. זיין אונטערשריפט אויף די רעזאָלוציעס האָט זיי נאָך נישט פאַרוואַנדלט אין עמטליכע געזעצן. כל זמן דער אונגאַרישער פּאַרלאַמענט האָט זיי נישט באַשטיגט ווערן זיי נאָכנישט דער אָפיציעלער געזעץ בלויז צוליב דער חתימה פונעם קולטוס מיניסטער. דער פּאַרלאַמענט שאַפט די געזעצן פון יעדן לאַנד, נישט אַ רעגירונגס מיניסטער.
ווי מיר וועלן אי"ה זען אין קומענדיגן אַרטיקל האָט דער פּאַרלאַמענט דעם פאָלגענדן שושן פורים דערקלערט אַז דעם קולטוס מיניניסטער'ס אויפגאַבע איז אונטערצושרייבן אויף אַ געזעץ "נאָכדעם" וואָס דער פּאַרלאַמענט שטימט מיט אַ מערהייט צו באַשטיגן אַ געזעץ. די רעזאָלוציעס פון די נעאָלאָגן זענען נישט דאָס געזעץ און זענען קיינמאָל נישט באַשטיגט געוואָרן דורכן פּאַרלאַמענט, נאָר פאַרקערט.
ווען דער פּאַרלאַמענט האָט עווענטועל — שושן פורים שנת תר"ל — געשטימט צו שענקען די אָרטאָדאָקסן די רעכטן זיך צו טיילן פון די נעאָלאָגן און צו שאַפן אייגענע אָרטאָדאָקסישע קהילות האָט דער פאַראָרביסענער קולטוס מיניסטער באַראָן עטוואַש דערקלערט, אַז ער וועט "קיינמאָל נישט אונטערשרייבן אויף דער גוטהייסונג פון די אָרטאָדאָקסישע קהילות".
ער האָט טאַקע קיינמאָל נישט אונטערגעשריבן אויף דער עטאַבלירונג פון די אָרטאָדאָקסישע קהילות.
אַ קורצע צייט איידער די אָרטאָדאָקסישע קהילות האָבן זיך אָרגאַניזירט, איז באַראָן עטוואַש פּלוצלינג געשטאָרבן.
די פאַרפאָלגונגען און רדיפות אויף די אָרטאָדאָקסן
דערווייל, די ערשטע מאָנאַטן נאָכ'ן קאָנגרעס, האָבן די נעאָלאָגן גענוצט דעם קולטוס מיניסטער באַראָן עטוואַש אַלס אַ בייטש צו "באַשטראָפן" די ערליכע אידן וואָס ווילן זיך נישט אונטערוואַרפן זייערע רעזאָלוציעס. זיי האָבן אָנגעווענדעט ברוטאַלע מיטלען פּרואוונדיג צו צווינגען די ערליכע אידן אויסצופאָלגן זייערע נייע רעגולאַציעס.
וועגן אַ גרויסן טייל פון די "שטראָפן" ווייסן מיר פון אַ קונטרס וואָס רבי שמעון קרויס האָט פאַרעפנטליכט נאָכ'ן טיילונג. רבי שמעון קרויס איז געווען דער הויפּט שרייבער פון "שומרי הדת" און רעדאַקטאָר פון אירע פּובליקאַציעס. ער איז אויך געווען פון דער אָרטאָדאָקסישער דעלעגאַציע צום קאָנגרעס. רבי שמעון איז געווען פון די 38 דעלעגאַטן וואָס זענען פאַרבליבן אין קאָנגרעס ביז צום שלוס.
האָט ער נאָכ'ן טיילונג פאַרעפנטליכט אַ קונטרס אונטער'ן נאָמען "וויסן און גלויבן" (Glauben und Wissen) אין וועלכן ער פּאָלעמיזירט מיט די נעאָלאָגן וואָס האָבן באַשולדיגט די אָרטאָדאָקסן אין "מאַכן אַ שפּאַלט אין אידישן פאָלק".
דער קונטרס באַשטייט פון איבער הונדערט זייטן און איז אָנגעפּיקעוועט מיט אַ שלל פון אינטערעסאַנטע אינפאָרמאַציע און פאַרמאָגט אויך אַ רייכן חומר מיט פּאָלעמישע אַרגומענטן באַזירט אויף מאמרי חז"ל און פסוקים פון תנ"ך.
רבי שמעון קרויס דערציילט דאָרט פון די שיקאַנעס מצד די נעאָלאָגן גלייך ביי די וואַלן פאַר'ן קאָנגרעס, זייערע אומ'יושר'דיגע מאַכינאַציעס דורכאויס דעם קאָנגרעס, און די ברוטאַליטעט מיט וואָס זיי זענען זיך באַגאַנגען די עטליכע מאָנאַטן נאָכ'ן קאָנגרעס, מיט דער הילף פון דער רעגירונג, אויף צו באַשטראָפן די אָרטאָדאָקסישע אידן וואָס האָבן נישט געוואָלט אויספאָלגן זייערע אומלעגאַלע דיקטאַטן.
"אַלס דעפּוטאַט אין קאָנגרעס", שרייבט רבי שמעון קרויס, "האָב איך געהאַלטן רעדעס, כ'האָב פאַרעפנטליכט און געפּרואווט גרייכן קאָמפּראָמיסן. די נעאָלאָגן זענען אָבער געווען פאַר'עקשנ'ט אַ דאַנק זייער מערהייט אין קאָנגרעס".
"נאָכ'ן קאָנגרעס", שרייבט ר' שמעון קרויס, "האבן די נעאָלאָגן מיט דער הילף פון קולטוס מיניסטער אַראָפּגעלאָזט אַ מבול מיט עונשים און נקמות אויף די פרומע אידן".
ר' שמעון קרויס דערציילט צווישן אַנדערן װאָס ס'האָט פּאַסירט אין דער שטאָט באניהאד, וואו די נעאָלאָגן האָבן פֿאַרמאָגט אַ גרויסן טעמפּל. "אין באניהאד זענען אָבער פֿאַראַן", שרייבט ר' שמשון קרויס, "אַרום 60-50 אָרטאָדאָקסישע פאַמיליעס װאָס ווילן נישט אַריינטרעטן אין נעאָלאָגישן 'קאָהר-טעמפּל' און האָבן געמאַכט אַן אייגענעם בית המדרש אויפ'ן אַלטן שטייגער. האָט מען זײ גערופן אין געריכט. דער ריכטער האָט געאורטיילט אַז די פרומע שול מוז באַצאָלן די פאַנטאַסטישע סומע פון 900 פלאָרין אַלס 'שאָדן-ערזאַץ' פאַר'ן דאַווענען באַזונדער און נישט צאָלן נדרים ונדבות און נישט קויפן זיצן אין דער קאָהר-שול".
בעת די דעבאַטעס אין אונגאַרישן פּאַרלאַמענט דעם פֿאָלגענדן אדר תר"ל האָט דער אונגארישער דעפּוטאַט, נאַציאָנאַליסטישער רעוואלוציאנער, און פּראָמינענטער שרייבער יאָקאַי (Jokai) דערציילט פון אַ גאַנצע ריי ברוטאליטעטן מצד די רעגירונגס אינסטאנצן קעגן פרומע אידן אין לויף פונעם לעצטן יאָר אין אַזעלכע שטעט ווי באניהאד, ווייטצען, סענפּעטער, און נאָך, פֿאַר נישט אויספֿאָלגן די "געזעצן" פון נעאָלאָגישן קאָנגרעס.
די גאונים וצדיקים, די מנהיגים פון אָרטאָדאָקסישן אידנטום, האָבן זיך אָבער נישט געשראָקן פון די אַלע רדיפות. ווי זיי שרייבן דאָס אין דעם קול קורא אויף וועלכן עס זענען געווען אונטערגעשריבן 26 פירענדע רבנים: "עם ה', הביטו אל צור מחצבתכם ואל תיראו ואל תערצו מקול מחוקקי חוקי הקאנגרעס כי ה' בעזרתינו".
אייד שנת תרכ"ט: דער אוידיענץ פון די פינף רבנים ביים קעניג פדאַנץ יאָזעף
אין זיין באַקאַנטער תשובה נאכ'ן שלוס פון קאָנגרעס שרייבט דער מהר"ם שיק (או"ח סי' ש"ט): "ולזאת נחלץ חושים לבוא לפני המלך והשרים, ולהתאחד בתחינה ובקשה, בלב אחד ושפה אחת, לחנן ולבקש כי אין חפצינו להיות לנו חלק בחוקי הקאָנגרעס בשום דבר. וה' יהי' עמנו ויגמור לטובה בעדנו".
דאָס לעצטע מאָל װאָס אַ דעלעגאַציע פון ערליכע רבנים האָט געהאַט אַן אוידיענץ ביים קייזער פראַנץ יאָזעף איז געווען מיט פינף יאָר פריער ווען די "שבעה רואי פני המלך" האָבן אין שנת תרכ"ד געהאַט אַן אוידיענץ ביים קייזער פראַנץ יאָזעף אין וויען. דער קייזער האָט דאַן נאָכגעגעבן זייער בקשה נישט צו ערלויבן אַ נעאָלאָגישן ראַבינער סעמינאַר אין אונגארן.
אין לויף פון די פינף יאָר זינט דאַן האָבן אַסאַך וואַסערן געפלאָסן אין דונאו, און די פּאָליטישע רעאַליטעט האָט זיך דראַסטיש געענדערט.
דאַן, מיט פינף יאָר פריער, איז דער קייזער פֿראַנץ יאָזעף געווען אַ כמעט אַבסאָלוטער הערשער איבער אונגארן. אין שנת תרכ"ו האָט זיך דאָס דראַסטיש געענדערט. עסטרייך האָט געליטן אַ מיליטערישע מפלה אין דער זיבן װאָכעדיגער מלחמה קעגן דעם פּרייסישן פירער, דער גרינדער פון דער פאַראייניגטער דייטשלאַנד, אָטאָ וואַן ביסמארק. עסטרייך איז געווען געצוואונגען אויפצוגעבן שטחים צו דייטשלאַנד און צו איטאליע, דעמאָנסטרירנדיג עסטרייך'ס מיליטערישע און פּאָליטישע שװאַכקייט.
נאכ'ן ליידן די נידערלאַגעס אין שנת תרכ"ו האָבן די מאַדיאָרן ווידער געהויבן די קעפּ און געדראָעט מיט אַן אויפשטאַנד אױב זיי וועלן נישט קריגן זעלבסטשטענדיגקייט. פראַנץ יאָזעף האָט געוואוסט וויאַזױי צו מעסטן די טרוקענע רעאַליטעט. האָט ער אױסגעאַרבעט אַ פשרה מיט די מאַדיאָרן. דער קאָמפּראָמיס האָט זיך גערופן "דער אויסגלייך". עסטרייך האָט מער נישט די שליטה איבער אונגארן. די צוויי לענדער זענען שותפים. זיי זענען אַ "דואַלע" אימפּעריע װאָס הייסט מער נישט עסטרייך נאָר עסטרייך-אונגארן.
װאָס שייך אינערליכע עניינים איז אונגארן געוואָרן לגמרי זעלבסטשטענדיג. אונגארן ווערט אינערליך געפירט דורך דעם אונגארישן פּאַרלאַמענט און דורך אונגארישע מיניסטאָרן. אונגארן פאַרמאָגט אויך אַן אייגענעם געריכט סיסטעם און אַן אייגענער רעגירונגס ביוראָקראַטיע. װאָס עסטרייך און אונגארן פאַרמאָגן יא בשותפות איז אַ געמיינזאַמע מיליטער, אַן אויסערן מיניסטעריום װאָס ווערט געפירט אין וויען, און אַ בשותפות'דיגן קעניג וואָס װעט טראָגן צװײי טיטלען: דער עסטרייכישער "קייזער", און דער אונגארישער "קעניג".
אַלס אונגארישער קעניג וועט ער מוזן באַשטעטיגן יעדן געזעץ װאָס ווערט אָנגענומען דורכן אונגאַרישן פּאַרלאַמענט. דאָס מיינט אַז אַ געזעץ גייט נישט אריין אין קראפט איידער דער קעניג פֿראַנץ יאָזעף חתמ'עט און באַשטעטיגט דאָס. פון אָנהויב איז נישט געווען גענוג קלאָר צי דעם קעניג'ס חתימה איז בלויז אַ פאָרמעלע צערעמאָניע (ווי היינט אין ענגלאַנד) אָדער דער קעניג איז בכח נישט אונטערצושרייבן און אָפּצואווארפן אַ געזעץ.
בכל אופן זענען די רעזאָלוציעס פון די נעאָלאָגן נישט געװאָרן דאָס געזעץ, טראָץ דעם וואָס דער קולטוס מיניסטער עטוואַש האָט געװאָלט שאפן דעם איינדרוק כאילו נאָכדעם װאָס ער שרייבט דאָס אונטער און עס ווערט גוטגעהייסן דורכ'ן קעניג פֿראַנץ יאָזעף וועט עס אויטאָמאַטיש ווערן דאָס געזעץ.
די מנהיגים פון יהדות החרדית האָבן געוואוסט אַז דער קעניג איז סימפּאַטיש צו זיי און אַן אוידיענץ ביי פראַנץ יאָזעף קען זיכער נישט שאַטן. אפילו אויב דער קעניג וועט צוליב פּאָליטישע דרוק מצד דעם קולטוס מיניסטער אונטערשרייבן אויף די רעזאָלוציעס האָבן זיי געוואוסט אַז דאָס איז נאָך נישט דער סוף פסוק. זיי גייען אַפּעלירן צום אונגארישן פּאַרלאַמענט און אויב זיי וועלן אַרויסקומען זיגרייך אין פּאַרלאַמענט, ווי דאָס איז טאַקע געווען, וועט זיכער העלפן דאָס האָבן דעם קייזער פראַנץ יאָזעף אויף זייער צד, ווי דאָס איז טאקע אויך געשען.
דער קעניג פראַנץ יאָזעף שדייבט אונטער אויף די נעאָלאָגישע דעזאָלוציעס
טראָץ די שיינע אויפֿנאַמע ביים קייזער האָט קעניג פראַנץ יאָזעף מיט צוויי מאָנאַטן שפּעטער אונטערגעשריבן אויף דעם דאָקומענט וואָס דער קולטוס מיניסטער באַראָן עטװאַש האָט אים דערלאַנגט, באַשטעטיגנדיג די רעזאָלוציעס פון די נעאָלאָגן.
שטעלט זיך די פראַגע: פֿאַרװאָס האָט דער קעניג טאַקע געטאָן אַנדערש ווי ער האָט פאַרשפּראָכן און יא אונטערגעשריבן אויף באַראָן עטוואַש'ס דאקומענט?
די איינציגע סברא וואָס מיר קענען זאָגן – און מיר האָבן דאָס אין ערגעץ נישט געזען אָדער געהערט - איז אַז פֿראַנץ יאָזעף האָט דאָס געטאָן מכח באַזונדערע פארזיכטיגקייט.
ער איז אויפגענומען געוואָרן אַלס קעניג אין יונגן עלטער פון בלויז 18 יאָר, נאכדעם וואָס זיין פֿאָרגייער, זיין פעטער קעניג פערדינאַנד, האָט זיך נישט געקענט ספּראַווען מיט די אונגארישע נאַציאָנאַליסטישע רעװאָלװציאָנערן אין שנת תר"ח. פראַנץ יאָזעף האָט ביד חזקה בלוטיג אונטערדרוקט, מיט דער הילף פונעם צאַר פון רוסלאנד, די אונגארישע נאַציאָנאַליסטישע רעוואלוציע. די וועלט האָט זיך זינט דאַן געטוישט. ווינטן פון פרייהייט האָבן געבושעװעט איבער דער גאַנצער וועלט. פראַנץ יאָזעף איז געוואָרן עלטער און רייפער און נאָכ'ן מאַכן דעם "אויסגלייך" מיט די מאַדיאָרן האָט ער געװאָלט זיין גאָר פארזיכטיג אין נישט פּראָװאָצירן די אונגארישע נאַציאָנאַליסטן. ער האָט גאַנץ גוט געוואוסט אַז עטוואַש'ס דאָקומענט איז ווערד נישט מער ווי לצור על פי צלוחית. עס האָט נישט קיין שום לעגאַלן קראפט. איז ער געווען גרייט מיטצושפילן מיט עטוואַש און די אונגארישע נאַציאָנאַליסטן בנוגע רעזאָלוציעס װאָס האָבן נישט קיין שום באַדייט כל זמן זיי ווערן נישט פאָרגעבראַכט, דעבאַטירט און באַשטעטיגט, אין אונגארישן פּאַרלאַמענט.
פארזעצונג קומט אי"ה
באויר. די צייטונגען פון שומרי הדת האָבן בשעתו נישט באריכטעט קיין שום פרטים חוץ דעם פֿאַקט אַז דער קעניג האָט אויסגעדרוקט שטיצע. אָבער קיין שום איינצלהייטן. צוליב מאַנגל אין קראַנטע אינפֿאָרמאַציע האָט זיך במשך פון די יאָרן געשאַפן פאַלשע אינפאָרמאַציע, פאָלקס דמיונות און גלאַט טעותים.
דער מוציא לאור פון "דרשות מהר"ם שיק" באשרייבט אין זיין הקדמה דעם באזוך אין שנת תרכ"ט. אַלס מקור ציטירט ער פון אַ דרשה אין ספר "מלאה קטורת". דאָס איז אַ גראָטעסקער טעות. די דרשה אין "מלאה קטורת" איז געהאַלטן געוואָרן אין שנת תרכ"ז ווען פראַנץ יאָזעף איז געקרוינט געװאָרן אַלס "קעניג" פון אונגארן און עס װערט דאָרט דערציילט וועגן דעם כבוד װאָס דער קעניג האָט צוגעטיילט פאַר די רבנים בעת זייער אוידיענץ – װאָס איז פארגעקומען אין שנת תרכ"ד.
אַלע באַשרייבונגען פון די לעצטע הונדערט יאָר עד היום הזה ווייסן צו דערציילן, אַז ווען די רבנים דעלעגאַציע האָט געזאָגט פֿאַר'ן קעניג אַז די נעאָלאָגן ווילן מעביר זיין אידן על הדת האָט דער קעניג פֿראַנץ יאָזעף זיי געזאָגט: "איך וועל נישט צולאָזן קיין אינקוויזיציע אין מיין לאַנד". קיינער ברענגט נישט קיין מקור דערצו.
דער ערשטער דאָס צו שרייבן איז געווען הרב יקותיאל יודא גרינוואלד אין זיין "קורות התורה והאמונה בהונגריה". און װאָס איז הרב גרינװאַלד'ס מקור? ער שרייבט אַז אַזוי האט מען געשמועסט.
דער קעניג פראַנץ יאָזעף שדייבט אונטער אויף די נעאָלאָגישע דעזאָלוציעס
טראָץ די שיינע אויפֿנאַמע ביים קייזער האָט קעניג פראַנץ יאָזעף מיט צוויי מאָנאַטן שפּעטער אונטערגעשריבן אויף דעם דאָקומענט וואָס דער קולטוס מיניסטער באַראָן עטװאַש האָט אים דערלאַנגט, באַשטעטיגנדיג די רעזאָלוציעס פון די נעאָלאָגן.
שטעלט זיך די פראַגע: פֿאַרװאָס האָט דער קעניג טאַקע געטאָן אַנדערש ווי ער האָט פאַרשפּראָכן און יא אונטערגעשריבן אויף באַראָן עטוואַש'ס דאקומענט?
די איינציגע סברא וואָס מיר קענען זאָגן – און מיר האָבן דאָס אין ערגעץ נישט געזען אָדער געהערט - איז אַז פֿראַנץ יאָזעף האָט דאָס געטאָן מכח באַזונדערע פארזיכטיגקייט.
ער איז אויפגענומען געוואָרן אַלס קעניג אין יונגן עלטער פון בלויז 18 יאָר, נאכדעם וואָס זיין פֿאָרגייער, זיין פעטער קעניג פערדינאַנד, האָט זיך נישט געקענט ספּראַווען מיט די אונגארישע נאַציאָנאַליסטישע רעװאָלװציאָנערן אין שנת תר"ח. פראַנץ יאָזעף האָט ביד חזקה בלוטיג אונטערדרוקט, מיט דער הילף פונעם צאַר פון רוסלאנד, די אונגארישע נאַציאָנאַליסטישע רעוואלוציע. די וועלט האָט זיך זינט דאַן געטוישט. ווינטן פון פרייהייט האָבן געבושעװעט איבער דער גאַנצער וועלט. פראַנץ יאָזעף איז געוואָרן עלטער און רייפער און נאָכ'ן מאַכן דעם "אויסגלייך" מיט די מאַדיאָרן האָט ער געװאָלט זיין גאָר פארזיכטיג אין נישט פּראָװאָצירן די אונגארישע נאַציאָנאַליסטן. ער האָט גאַנץ גוט געוואוסט אַז עטוואַש'ס דאָקומענט איז ווערד נישט מער ווי לצור על פי צלוחית. עס האָט נישט קיין שום לעגאַלן קראפט. איז ער געווען גרייט מיטצושפילן מיט עטוואַש און די אונגארישע נאַציאָנאַליסטן בנוגע רעזאָלוציעס װאָס האָבן נישט קיין שום באַדייט כל זמן זיי ווערן נישט פאָרגעבראַכט, דעבאַטירט און באַשטעטיגט, אין אונגארישן פּאַרלאַמענט.
פארזעצונג קומט אי"ה