Skip to content

די טיפע סיבה פארוואס עשו האט מצליח געווען אויסצונאדן יצחק אבינו

הרה"ק רבי הערשעלע ליסקער זי"ע שרייבט א הפלא'דיגע טעם פארוואס השי"ת האט צוגעפירט אז עשו הרשע זאל קענען אזוי שטארק אויסנארן יצחק אבינו, עד כדי כך אז ער זאל דוקא אים ווילן בענטשן, און עס זאל זיך אים דאכטן אז נאר עשו איז ראוי לברכה און נישט יעקב אבינו.

ווייל עס איז באקאנט אז 'עשו' איז מרמז אויפן 'יצר הרע', ווייל פונקט ווי עשו איז געווען 'ציד בפיו' און אויסגענארט יצחק אבינו, אזוי אויך איז דאס די תחבולה פונעם יצר הרע, אז ער נארט אויס מענטשן מיט כל מיני אופנים זיי צו מאכן זינדיגן און זיי אריינכאפן אין זיין נעץ רח"ל. אזויווי מיר געפינען אין זוה"ק אז די נשמה ווערט אנגערופן 'יונה', וואס דאס איז מלשון 'אונאה' (אויסנארן), ווייל די יצר הרע נארט אויס די נשמה איר צו מאכן זינדיגן.

עס איז באקאנט אז יצחק אבינו איז די מקור פון 'מדת הדין', אזויווי עס שטייט אין פסוק (בראשית לא מב) 'ופחד יצחק', און השי"ת האט געוואלט אז אפילו די מדת הדין זאל מסכים זיין אז א מענטש זאל קענען תשובה טון אויף זיינע עבירות, ווייל באמת איז ער דאך אומשולדיג, ווייל די יצר הרע האט אים פארנארט און געפאנגען. דעריבער האט השי"ת צוגעפירט אז יצחק אבינו אליינס זאל ווערן אויסגענארט דורך עשו הרשע, כדי אים צו ווייזן אז יעדע מענטש קען ווערן אויסגענארט און מאכן א טעות, און ממילא וועט ער מסכים זיין אז דאס זאל זיין א לימוד זכות אויף אלע אידן במשך אלע דורות, אז זייער תשובה זאל ווערן גרינג אנגענומען און השי"ת זאל זיין מוחל זיין זייערע עבירות וואס די יצה"ר האט זיי אריינגענארט דערין.

דאס איז אויך פשט וואס דער מדרש דרשנ'ט (ב"ר סה טו) אויפן פסוק וואס שטייט ביים שעיר לעזאזל (ויקרא טז כב) 'ונשא השעיר עליו את כל עונותם אל ארץ גזירה', זאגט דער מדרש אז 'שעיר' גייט ארויף אויף עשו הרשע וואס ווערט אנגערופן 'איש שעיר', און 'עוונותם' איז נוטריקון 'עונות תם', דאס מיינט אז עשו הרשע דארף נעמען אויף זיך אלע עבירות פון יעקב וואס ווערט אנגערופן 'איש תם'.

דאס איז מרמז אויף די אויבנדערמאנטע לימוד זכות אויף אידישע קינדער, אז וויבאלד זיי זענען תמימות'דיגע און וואוילע מענטשן, ממילא איז געלונגען פארן יצר הרע מיט זיינע פיפיגע תחבולות זיי אריינצונארן און מאכן זינדיגן, ממילא דארף השי"ת מען אננעמען זייער תשובה און זיי מוחל זיין, און אלע זייערע עבירות גייט טאקע ארויף אויף די קאפ פון עשו הרשע, וואס ער איז דער 'ציד בפיו'כח.

כח הישר והטוב לסוכות (שנת תרכ"ג לפ"ק): ביום ב' אמרתי הטעם שלמה עשה השי"ת ככה שירצה יצחק אבינו לברך את עשו וידמה בעיניו שהוא ראוי לברכה, ובזה אמרתי ג"כ על המד"ר עה"פ ונשא השעיר עליו את כל עונותם עוון ת"ם, עון יעקב הנקרא איש תם. דהנה עשו הי' ציד בפיו והוא היצה"ר שמרמה את האדם עד שבא לטעות אחריו, וכמבואר בזוה"ק שלכך נקראת הנשמה יונה שנתאנה ע"י היצר הרע. והנה יצחק אבינוהיה המקור של מדה"ד פחד יצחק, לכן עשה זאת השי"ת שירמה עשו את יצחק כדי להראות לו שיכול האדם לטעות, ופרט אדם שהוא תם בודאי בנקל יוכל לטעות אחריו שדומה לו כי כן הוא האמת כמו שהוא הולך באמת, ולכן כתבה התורה עוונות"ם עו"ן ת"ם, וא"כ בנקל יכול האדם לעשות תשובה כיון שיש לו תירוץ מספיק, ודו"ק.

PDF Preview