Skip to content
מיט א טיפערן בליק

די יסודות פון פרייליכקייט!

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

בס"ד

מיט א טיפערן בליק

זמן שמחתינו תשפ"ז

די יסודות פון פרייליכקייט!

א גוטן טייערע חברים וידידים..!

מיר שטייען בסייעתא דשמיא סמוך ונראה צום הייליגן און לעכטיגן יום טוב סוכות הבא עלינו לטובה, טעג וואס זענען מלא וגדוש מיט פיבערהאפטיגע הכנות צו קענען אריינברענגן דעם גרויסן יום טוב מיט אירע פילע מצוות אזויווי עס דארף צו זיין.

אבער צווישן אלע מצוות וואס גייען אָן אינעם יום טוב סוכות שיינט ארויס א א ספעציעלע מצוה וואס די תורה שרייבט ארויס דוקא ביי דעם יום טוב, דאס איז די מצוה פון זיין בשמחה. הגם עס איז דא א מצוה זיך צו פרייען אין אלע ימים טובים, אבער ביי חג הסוכות שטייט עס בפירוש, ווי מיר געפינען אין פרשת ראה אין די פסוקים (דברים ט"ז) חַג הַסֶכֹּת תַּעֲשֶׂה לְךְ שִׁבְעַת יָמִים וגו' וְשָׂמַחְתָּ בְּחַגָּךְ אַתָּה וּבִנְךָ וּבִבְתֶּךָ וגו' וְהָיִיתָ אַךְ שָׂמֵחַ. אזוי אויך אין פרשת אמור ביי די מצוה פון ולקחתם לכם, זאגט די תורה (ויקרא כ"ג ל"ט) וּשְׂמַחְתֶּם לִפְנֵי ה' אֱלֹקֵיכֶם שִׁבְעַת יָמִים, עס איז א מצוה זיך צו פרייען אין די טעג פון סוכות.

צום ערשט דארף מען פארשטיין וואס איז טאקע די קשר פון שמחה צום יום טוב סוכות. בפרט אז ביים דאווענען דערמאנען מיר "זמן שמחתנו" אלס דער נאמען פונעם יום טוב, א זאך וואס מ'זאגט נישט ביי קיין שום אנדערע יום טוב. יעדע יום טוב ווערט אנגערופן מיט א נאמען וואס ברענגט ארויס די מהות און תוכן פון יענעם יום טוב. למשל, פסח ווערט אנגערופן 'זמן חירותנו' ווייל דעמאלטס זענען מיר באפרייט געווארן פון מצרים, שבועות ווערט אנגערופן 'זמן מתן תורתנו' על שם קבלת התורה וואס איז דעמאלטס געווען. און אויב סוכות רופן מיר אָן 'זמן שמחתנו' באדייט עס אז דאס איז דער 'שֵׁם העצם' פונעם יום טוב, דאס איז די מציאות און אפטייטש פון דער יום טוב סוכות און עס האט א ספעציעלע שייכות דערמיט.

נאך א ספעציעלע חידוש וואס מיר געפונען אינעם יום טוב סוכות, מיר ווייסן פון זוהר הקדוש און ספרים הקדושים אז די הייליגע אושפיזין, די שבעה רועים, קומען צו גיין יעדן טאג אין די סוכה, עפעס וואס מיר געפונען נישט ביי אנדערע ימים טובים.

און צום לעצט, לאמיר טאקע מדייק זיין אין די לשון הפסוקים אין פרשת אמור, וואו די תורה דערמאנט די מצוה פון די ארבעה מינים. דער פסוק זאגט אַךְ בַּחֲמִשָּׁה עָשָׂר יוֹם לַחֹדֶשׁ הַשְּׁבִיעִי בְּאֶסְפְּכֶם אֶת תְּבוּאַת הָאָרֶץ תָּחגּוּ אֶת חַג ה' שִׁבְעַת יָמִים וגו', ווען ס'וועט זיין די פופצנטע טאג פון חודש תשרי, ווען מ'נעמט צוזאם די תבואה פון די פעלדער און מ'ברענגט עס אריין אין שטוב, זאלט איר פייערן דעם יום טוב סוכות.

דערנאך איז די תורה ממשיך מיט די מצוה פון וּלְקַחְתֶּם לָכֶם בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן פְּרִי עֵץ הָדָר כַּפֹּת תְּמָרִים וַעֲנַף עֵץ עָבֹת וְעַרְבֵי נָחַל, אז מיר זאלן נעמען די פיר מינים, אתרוג לולב הדסים און ערבות. און די תורה פירט אויס "וּשְׂמַחְתֶּם לִפְנֵי ה' אֱלֹקֵיכֶם שִׁבְעַת יָמִים" איר זאלט זיך פרייען פארן באשעפער זיבן טעג.

לכאורה דארף מען פארשטיין, אויב איז 'וּשְׂמַחְתֶּם' א ציווי אז מיר דארפן זיך פרייען אינעם חג הסוכות, וואלט עס געדארפט שטיין אין א באזונדערע פסוק אלס א נייע מצוה פאר זיך. פון דעם אז די תורה שרייבט עס ארויס אלס א המשך צו נעמען די ארבעה מינים, איז משמע אז ס'איז עפעס א תוצאה פון נעמען די פיר מינים - עס איז פארבינדן מיט וּלְקַחְתֶּם לָכֶם, אז מען וועט נעמען די מינים וועט דאס אונז מאכן פרייליך. און אויב דאס איז די כוונה, וואס איז טאקע פשט דערפון? וויאזוי זענען די ד' מינים משמח דעם מענטש? און וואס באדייט דאס צו אונז.

על כל פנים, אז השי"ת האט אונז געגעבן א יום טוב וואס איז אזוי שטארק פארבינדן מיט שמחה, איז פשוט אז מיר דארפן זיך פארטיפן, מתבונן זיין, און פראבירן אפלערנען די מערסטע וואס מעגליך וואס דאס מיינט זמן שמחתינו, וויאזוי מ'איז זוכה צו שמחה, און וואס איז אונזער עבודה אין די יעצטיגע טעג.

יסודות השמחה - הקדמה קצרה

אונזער שמועס וועט בעזהשי"ת דינען ווי א שטיקל 'שיעור כללי' בעניני שמחה, מרחיב צו זיין און אדורכטוהן די זאכן וואס ברענגן שמחה פאר א איד. בפשטות קען עס ווערן צוטיילט אין דריי אדער פיר הויפט יסודות וואס זיי זענען די עיקר גורם און וועג וויאזוי מ'קען אנקומען צו שמחה.

אָדָם עוֹשֶׂה סְכָּתוֹ קֶבַע וּבֵיתוֹ עֲרַאי

די שמחה אינעם דירת עראי

מ'קען ליגן אויף דער ערד און זיין פרייליך

איידער מיר וועלן צוגיין צו די ערשטע יסוד וואס איז וויכטיג פאר שמחה, לאמיר פריער מקדים זיין א מילתא דבדיחותא, א מעשה שהיה וואס וועט אונז דינען אלס א שטיקל אריינפיר דערצו.

אין ירושלים האט געוואוינט א באקאנטע דערהויבענע קארלינער חסיד הגאון הצדיק רבי אלעזר בריזל זצ"ל וועלכער איז געווען מפורסם מיט זיין צדקות און גדלות. רבי אלעזר האט מאריך ימים געווען און איז נפטר געווארן אין א הויכן עלטער, זייענדיג עוסק כל ימיו אין הרבצת התורה און מקרב זיין אידן לאביהם שבשמים. דערציילט זיינס אן אייניקל, אז איין טאג ווען ער איז אריינגעקומען צום זיידן אין שטוב אין זיינע עלטערע יארן, טרעפט ער זיין זיידע ליגן אויסגעצויגן אויף דער ערד מיט א גרויסע גמרא, און ער לערנט פלייסיג ליגנדיג אויף דער ערד. ער האט זיך דערשראקן פונעם מאָדנעם מחזה, און ער פרעגט גלייך דעם זיידן מיט א בהלה, זיידע, וואס האט פאסירט מיט דיר? פארוואס ליגסטו אויף דער ערד?

דער זיידע ענטפערט מיט א שמייכל: איך וועל דיר זאגן דעם אמת, איך האב געלערנט שטייעדיגערהייט ביי א שטענדער מיט די גמרא, און פלוצלינג איז די גמרא אראפגעפאלן אויף דער ערד. איך האב זיך אראפגעבויגן, איך האב עס געוואלט אויפהייבן, אבער זייענדיג אן עלטערע מענטש האב איך פארלוירן מיין באלאנס און איך בין אויך אראפגעפאלן. היות איך בין נישט בכוח זיך אליינס אויפצוהייבן פון דער ערד, איך מוז וואַרטן ביז איינער וועט מיר קומען העלפן אויפשטיין, האב איך באשלאסן אז דערווייל איז דאָך א שאָד די צייט, איך בין אויף דער ערד און די גמרא איז אויף דער ערד, קען איך לערנען אינצווישן ביז איינער קומט. און אזוי איז דער צדיק געלעגן אויף דער ערד מיט די פולסטע רואיגקייט און געווארן פארזונקען אינעם ים התלמוד, און מקבל פנים געווען זיין אייניקל מיט א שמייכל, פון דער ערד...

כלפי מה הדברים אמורים, וואס ווילן מיר ארויסברענגן מיט דעם? אז מ'קען זיין אראפגעפאלן און ליגן אויף דער ערד, אבער אלעס איז גוט און געשמאק, דער מענטש איז פרייליך, רואיג, און צופרידן. און צומאל קען מען זיצן אויף א גאלדענע שטול ארומגענומען מיט אלעם גוטן, און זיין צובראכן און אומעטיג. עס ווענדט זיך אינעם מענטש, אין זיין רצון און פארשטאנד, ווי מיר וועלן ערקלערן.

מענטשן זענען געוואוינט צו טראכטן אז ווען אלעס גייט גוט, ווען דאס לעבן איז מסודר און זאכן קלאפן על צד היותר טוב, דעמאלטס האט מען שמחה. דער מענטש רעדט זיך איין אז ווען אלעס וועט זיין על מכונו, אלעס וועט ווערן מסודר און 'פערפעקט' אויפן פלאץ, דעמאלטס וועט ער באמת קענען זיין פרייליך. ער דארף נאר קודם האבן די נחת, די פרנסה דארף זיך פֿאַרבעסערן לויט ווי ער וויל, ער האָפט נאך צו האבן א שיינע הויז, אינערהאלב די משפחה זאל זיך אלעס פירן די שענסטע און בעסטע, און אזוי ווייטער א גאנצע רשימה פון זאכן וואס ער רעדט זיך איין אז ווען די אלע זאכן וועלן שוין זיין ארלעדיגט, ווען אלעס וועט זיין בתכלית השלימות, דעמאלטס וועל איך האבן די שמחה.

אבער ווי באקאנט איז דאס א שרעקליכע טעות, ווייל דער מענטש איז פארנומען א גאנץ לעבן צו האפן און וואַרטן אויף בעסערע מצבים, ווען זאכן וועלן זיך אינגאנצן אויסקלאָרן און אויסגראָדן בתכלית ההידור והיופי, און ער רעדט זיך איין אז דאס וועט איהם ברענגען צופרידנקייט. ער איז תולה זיין שמחה אין פארשידענע זאכן וואס ער פאַרמאָגט נישט און מעגליך אז ער וועט דאס קיינמאל נישט פאַרמאָגן.

וואויל איז פארן מענטש וואס קען באשליסן ביי זיך און אפמאַכן מיט א שטארקייט "יעצט בין איך דא, דאס איז מיין יעצטיגע מצב, בַּאֲשֶׁר הוּא שָׁם, אזויווי ס'שטײיט און גייט, און וויאזוי ס'איז נאר בין איך פרייליך און צופרידן". אזויווי חכמינו ז"ל לערנען אונז שוין דעם יסוד, אֵיזֶהוּ עָשִׁיר הַשָּׂמֵחַ בְּחֶלְקוֹ. ווען מען איז צופרידן מיט וואס מען האט דאס איז די בעסטע עשירות און רייכטום וואס איז שייך. און דאס גייט ארויף אויף אלעס אינעם מענטש'ס לעבן, אלע זיינע מצבים און פאַסירונגען, אז א מענטש איז עס מקבל באהבה און זוכט נישט צו אנטלויפן דערפון, איז ער דער רייכסטער און גליקליכסטער מענטש וואס איז נאר פארהאן.

אגב, איינס פון די טעמים פארוואס מיר ליינען מגילת קהלת אין סוכות, שטייט אין ספר מטה משה: וויבאלד סוכות איז די זמן שמחתינו, און אין ספר קהלת איז שלמה המלך משבח דער וואס איז פרייליך מיט א אמת'ע שמחה, דער וואס איז א שָׂמֵחַ בְּחֶלְקוֹ און איז צופרידן מיט וואס ער האט, וואס דאס איז די גרעסטע ברכה.

און דאס איז איינס פון די פאַקטן אין א מענטש'ס לעבן. ווילאנג ער האט דמיונות און חלומות אז זיינע אומשטענדן דארפן ווערן בעסער און ער דארף האבן פארשידענע זאכן כדי איהם צו ברענגען צו שמחה, האט ער נישט קיין שמחה, אנשטאט דעם איז ער שטענדיג פארנומען אריינצוכאפן נאך עפעס און נאָכלויפן דאס וואס ער האט נישט. אבער אין די מינוט וואס דער מענטש איז משלים מיט זיין מציאות און ער זאגט, יעצט בין איך דא, דאס איז די יעצטיגע מצב, און איך נעם עס אָן אזויווי עס איז און איך בין בשמחה, דעמאלטס האט דער מענטש באמת שמחה און שלוה.

א קלוגער איד האט אמאל גוט מגדיר דער ענין: ווען א מענטש זאגט, "מאך עס בשלימות, טוה עס פערפעקט", נעמט עס אוועק שמחה, דאס עצם וועלן מער און בעסער איז א פשוט'ע סתירה צו שמחה. ווען א מענטש זאגט "ס'איז גוט אזוי" דאס ברענגט די מערסטע צו שמחה, ווייל דער מענטש איז צופרידן מיט וואס ער האט.

אויסרופן שטענדיג "אם אני כאן - איך בין דא"

בדרך רמז קענען מיר ערקלערן נאך א מאמר חז"ל לויט די יסוד וואס מיר שמועסן. עס איז באקאנט וואס די גמרא זאגט אין מסכת סוכה (דף נ"ג.) "תניא אמרו עליו על הלל הזקן כשהיה שמח בשמחת בית השואבה אמר כן, אם אני כאן הכל כאן, ואם איני כאן מי כאן". בשעת מען האט זיך געפריידט אין בית המקדש און עוסק געווען אין שמחת בית השואבה פלעגט הלל הזקן אויסרופן "אויב איך בין דא איז יעדער דא, און אויב איך בין נישט דא ווער וועט דא זיין?". רש"י איז מסביר אז די כוונה פון הלל איז געווען מעורר צו זיין כלל ישראל אז מען זאל נישט טוהן קיין עבירות, און ער האט גערעדט בשם דעם אייבערשטן, כאילו די שכינה הקדושה אליין זאגט און בעהט זיך צו אונז ווי פאלגענד, "אויב איך בין דא, דאס הייסט ווילאנג ס'איז דא השראת השכינה אין בית המקדש וועט יעדער דא זיין, ווייל אלע אידן וועלן קומען און ס'וועט זיין כבוד השכינה. אבער חלילה אויב מ'וועט זינדיגן און דער אייבישטער וועט אוועקנעמען די שכינה פון דא, דאן ווער וועט נאך קומען? ווער וועט זיין דא?"

לכאורה קען מען מדייק זיין פארוואס האט הלל הזקן נישט געזאגט בפירוש אז די שכינה זאגט אם אני כאן הכל כאן ואם איני כאן מי כאן, פארוואס האט ער דאס געזאגט מיט א לשון וואס הערט זיך ווי א מענטש רעדט פון זיך אליין?

נאר בדרך רמז קען מען זאגן אז הלל הזקן וויל אונז לערנען די שליסל צו השראת השכינה און צו שמחה. ווי מיר ווייסן ביי שמחת בית השואבה איז געווען די הויכפונקט פון שמחה, די הויכפונקט פון קדושה, שֶׁמִשָׁם שׁוֹאֲבִים רוּחַ הַקוֹדֶשׁ, דאס אלעס ליגט אין די ווערטער "אם אני כאן", דער מענטש דארף מחליט זיין איך בין דא! איך בין דערביי! ווען דער מענטש איז צופרידן מיט זיין מצב און ער זוכט נישט צו אנטלויפן, ער זוכט נישט עפעס אנדערש, נאר דער מענטש רופט אויס שטענדיג 'אני כאן', דאס איז די תנאי קודם למעשה וואס מען דארף האבן, און דאס ברענגט די גרעסטע השראת השכינה און שמחה וואס קען נאר זיין.

בדרך צחות קען מען צולייגן, אז דאס איז געזאגט געווארן דוקא ביי שמחת בית השואבה, דארט וואו דער עולם איז געשטאנען צודריקט, מען איז נישט געשלאפן, מען האט געדרימלט שטייעדיג, טאקע אין די גאנצע 'צופאָרנקייט' וואס הערשט ביים טאנצן, ערשט דארט דארף דער מענטש אויסרופן "אני כאן, איך בין דא און איך בין צופרידן!".

וואס די קליינע דירת עראי לערנט אונז

לְשֶׁבֶת וְלַחֲסוֹת בְּסֵתֶר צֵל כְּנָפֶךָ

ווען מיר זיצן בצילא דמהימנותא

מיר ווערן געהאלטן דורך השי"ת

פון דא זענען מיר ממשיך ווייטער צו די צווייטע יסוד, א גאר וויכטיגע נקודה וואס איז גורם שמחה און מאכט דעם מענטש פרייליך, דאס איז ווען א איד געדענקט און ווייסט אז ער ווערט געהאַלטן אין די הענט פון אבינו שבשמים. פונקט ווי ווען א קינד געפונט זיך אין די הענט פון זיין טאטע אדער מאמע וואס נעמט איהם ארום מיט ליבשאפט און זארגט פאר אלע זיינע געברויכן, שפירט ער רואיג און צופרידן און איז מלא שמחה. די זעלבע איז ווען א איד געדענקט אז דער רבונו של עולם איז ווער ס'שטעלט איהם צו אלע זיינע באדערפענישן, ער טראגט איהם און האלט איהם, און ער היט איהם אפ פון אלעם בייזן, דאס מאכט די גרעסטע שמחה און רואיגקייט אין די הארץ פון א מענטש.

סוכות איז א זכר צו די ענני הכבוד וואס האבן אונז ארומגענומען אין מדבר און אונז אפגעהיטן און באשיצט פון אלעם בייזן. ווי באקאנט ווערט די סוכה אנגערופן "צילא דמהימנותא" דער אייבישטער דערנענטערט אונז צו איהם און נעמט אונז אריין אונטער זיין שאָטן. אזוי אויך שטייט אין זוהר הקדוש אז די פסוק אין שיר השירים "וִימִינוֹ תְּחַבְּקֵנִי" גייט ארויף אויפן יום טוב סוכות, עס איז כביכול ווי השי"ת כאפט אונז אָן און האַלזט אונז ארום מיט זיין רעכטע האנט און ער איז אונז מקרב צו זיך.

[פון הרה"ק רבי חיים ויטאל זי"ע ווערט געברענגט א רמז נפלא צום שיעור סוכה, ווי מיר ווייסן פון חז"ל דארף די סוכה האבן "שתים כהלכתן, ושלישית אפילו טפח" צוויי גאנצע ווענט און די דריטע איז גענוג אפילו א טפח. ערקלערט מהרח"ו אז ווען איינער האלזט ארום א צווייטן מיט זיין האנט, האט עס אט די צורה, עס איז דא אויבערשטע טייל פון די האנט וואס ציט זיך פונעם אַקסל ביז'ן עלנבויגן, און דערנאך די צווייטע טייל פונעם עלנבויגן ביז די האנט פלאַך, וואס דאס זענען אזויווי די צוויי גאנצע ווענט. און צום סוף בלייבט איבער די קליינע שטיקל פונעם כף היד וואס בייגט זיך איין צו די דריטע זייט, וואס איז די שלישית אפילו טפח. דאס איז מרומז אינעם וִימִינוֹ תְּחַבְּקֵנִי' וויבאלד כביכול דער אייבישטער כאפט אונז און נעמט אונז ארום ווען מיר גייען אריין אין די סוכה].

די הרגשה פון קרבת אלקים אין די סוכה

דורכאויס די שאר ימות השנה ווען א איד געפונט זיך אינדערהיים אין זיין הויז, די הויז איז טאקע זייער שטארק און פעסט געבויעט, ס'האט גרויסע שטיינערנע ווענט מיט א שטארקע דאַך, ס'האט אין זיך טייערע שטיקער מעבל מיט פילע צוגעהערן, אבער דאס אלעס קומט נישט צו צו די הרגשה וואס מען האט ווען מען זיצט זיך אינעם קליינעם סוכה'לע און מען איז זוכה צו שפירן דעם 'וִימִינוֹ תְּחַבְּקֵנִי' פונעם טאטן אין הימל. יא די סוכה איז טאקע א דירת עראי, די ווענט וואַקלען זיך, ער האט נישט קיין שטארקע דאַך איבערן קאפ, ער איז נישט באשיצט און אנגעוואַרימט בגשמיות, אבער די גוטע הרגשה וואס דער איד האט, די קרבת אלקים, וויסנדיג אז דער אייבישטער היט איהם אפ און באשיצט איהם און נעמט איהם ארום פון אלע זייטן, דאס איז די שענסטע און די בעסטע זאך וואס קען נאר זיין פאר א איד, און ברענגט די מערסטע שמחה און שלוה.

כל מה דעביד רחמנא לטב עביד

עס איז באקאנט די מעשה וואס די גמרא ברענגט אין מסכת ברכות (דף ס:). צום ערשט הייבט די גמרא אָן מיט אן הקדמה: "תנא משמיה דרבי עקיבא לעולם יהא אדם רגיל לומר כל דעביד רחמנא לטב עביד - מיר האבן געלערנט בשם רבי עקיבא, א מענטש זאל אייביג זיין געוואוינט צו זאגן אז אלעס וואס דער אייבישטער טוט איז גוט". און די גמרא דערציילט אז רבי עקיבא איז אמאל געגאנגען אויפן וועג, און ער איז אנגעקומען אין א פרעמדער שטאט. ער האט געזוכט אן אכסניא וואו איינצושטיין, אבער קיינער האט איהם נישט געוואלט אריינלאזן צו זיך אין שטוב, האט ער געזאגט "כל דעביד רחמנא לטב", און נישט האבנדיג קיין אנדערע ברירה איז ער געבליבן אינדרויסן און גענעכטיגט אין א פעלד.

רבי עקיבא האט געהאט מיט זיך א האָן, אן אייזל, און א לעכט. אינמיטן די נאכט איז געקומען א ווינט און האט אויסגעלאשן דעם לעכט, דערנאך איז געקומען א קאץ און פארציקט דעם האן, צום לעצט איז געקומען א לייב און אויפגעגעסן די אייזל. ביי יעדע פון די געשעענישן האט רבי עקיבא געזאגט ווי זיין שטייגער אלעמאל "כל דעביד רחמנא לטב".

פלוצלינג זענען געקומען סאלדאטן צו יענע שטאט און זיי האבן געפאנגען די מענטשן פון זייערע הייזער, און זיי אוועקגעפירט אין געפענגעניש. האט שפעטער רבי עקיבא געזאגט פאר די תלמידים, "לאו אמרי לכו כל מה שעושה הקדוש ברוך הוא הכל לטובה - האב איך ענק דען נישט געזאגט אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז צום גוטן?"

אין ספר בן יהוידע פון הגאון בעל בן איש חי זי"ע איז ער מדייק: פארוואס האט אויסגעפעלט פאר רבי עקיבא צו זאגן צום סוף נאָכאַמאָל פאר זיינע תלמידים "האב איך ענק דען נישט געזאגט אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט"? ער האט דאָך שוין אזוי געזאגט בשעת מעשה, ער האט עס קלאר אויסגעשמועסט ביי יעדע פון די פאַסירונגען וואס האבן פאסירט מיט איהם, אז כל מה דעביד רחמנא לטב עביד, און זיי האבן דאס כסדר געהערט פון זייער רבי'ן ביז היינט אויך.

זאגט דער בן איש חי א יסוד נפלא וואס ווערט אויך געברענגט אין נאך ספרים הקדושים, אז ווען א איד חזר'ט כסדר און ער זאגט ארויס מיט'ן מויל "כל מה דעביד רחמנא לטב עביד" אז אלעס וואס דער אייבישטער טוט איז גוט, דאס איז ממש ווי א סגולה און איז בכוח אויפצוטוהן אז עס וועט טאקע מהפך זיין די גזירה לטובה. אפילו אויב ס'איז חלילה געווען באַשערט אז ס'זאל נישט זיין אזוי גוט פארן מענטש, וועט עס דורך זיין זאגן און גלייבן ווערן נתהפך לטובה. דערפאר האט רבי עקיבא צום סוף אויסגעפירט, "האב איך אייך דען נישט געזאגט אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט?" ווייל ער האט זיי געוואלט לערנען אז מיט דעם וואס מ'זאגט עס און מ'חזר'ט עס כסדר, דאס העלפט און איז גורם אז ס'זאל באמת ווערן גוט.

סוכות שטארקט אונז אין אמונה

און דאס איז פון די הויפט עבודות פון די חג הסוכות, זיך צו שטארקן אין אמונה און בטחון, צו חזר'ן און געדענקן דאס אז השי"ת האלט אונז און טראגט אונז שטענדיג, מיר האבן א טאטע אין הימל וואס זארגט פאר אונזערע באדערפענישן און פארלאזט אונז קיינמאל נישט. סוכות איז אונזער דערמאנונג זיך מחזק צו זיין אין דעם ענין אז השי"ת איז נאנט צו אונז און מיר זענען אונטער זיין שאָטן.

דאס קען זיין מרומז אין דעם וואס חז"ל זאגן אז מען דארף קענען אדורכקוקן די סכך און זעהן די שטערנס אויפן הימל. ווייל די תכלית און מטרה ווען מען זיצט אין סוכה איז אז דער איד זאל קענען אויפהייבן די אויגן צום הימל, זעהן די צבא השמים, וויסן אז דער אייבישטער קוקט אראפ אויף איהם, ער היט איהם און באגלייט איהם שטענדיג.

ווי אויך קען דאס זיין דער רמז פון די אושפיזין וואס קומען צו גיין אין אונזער סוכה דורכאויס דעם יום טוב סוכות. דאס קומט צו ווייזן פאר א איד אז ער איז נישט אליינס, ער האט א שמירה, ער האט א זכות וואס נעמט איהם ארום. דאס אלעס ברענגט שמחה און רואיגקייט פארן מענטש ווען ער ווייסט אז ער איז נישט אליינס און ער האט דעם אויבערשטן און זכות אבות וואס היט אויף איהם.

פְּרִי עֵץ הָדָר כַּפֹּת תְּמָרִים וַעֲנַף עֵץ עָבֹת וְעַרְבֵי נָחַל

וואס די ד' מינים לערנען אונז

די סדר און השתלשלות פון די מינים

אחרון חביב, אצינד קומען מיר צום לעצטן יסוד, איז א איד דארף לעבן מיט א טיפערע בליק, קוקן אויף יעדע זאך מיט א טיפקייט, מיט התבוננות, נישט נעמען זאכן אויבערפלעכליך אזויווי ער זעהט עס מיט די טרוקענע אויגן, נאר זיך אביסל מתעמק זיין אין יעדע זאך צו באגרייפן און דערהערן וואס עס ליגט אונטער דעם, צו באמערקן וואס נאך איך האב אלס דא, ווי מיר וועלן ברייטער ערקלערן בסייעתא דשמיא.

אין די מצוה פון וּלְקַחְתֶּם לָכֶם בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן פְּרִי עֵץ הָדָר כַּפֹּת תְּמָרִים וַעֲנַף עֵץ עָבֹת וְעַרְבֵי נָחַל, וועלן מיר באמערקן אן אינטערעסאנטע זאך. די תורה שרייבט נישט ארויס די נעמען פון די ד' מינים וואס מיר דארפן נעמען, נאר די תורה הייבט אן מיט א "פרי עץ הדר" מ'זאל נעמען א פרי, דערנאך "כפות תמרים" די בלעטלעך פון א טייטלבוים, די דריטע איז "ענף עץ עבות" צווייגן פון הדסים, און צום סוף איז "וערבי נחל" די ערבות וואס וואקסן ביים וואסער.

אז מיר וועלן אריינקלערן וועלן מיר זעהן אז די תורה רעכנט אויס די זאכן לויט די סדר און געשעעניש וויאזוי עס פאסירט טאקע אין די בריאה. דאס איז די מציאות פון יעדע זאך וואס וואקסט. ווען א מענטש זעהט א שיינע פֿאַרטיגע פרי, ער זעהט טאקע נאר די פרי פאר די אויגן, אבער באמת ליגט דא א גאנצע השתלשלות, ס'איז דא א סדר און א וועג וויאזוי די פרי איז צושטאנד געקומען. איידער דער פרי האט זיך באוויזן איז געווען בלעטלעך, נאך פריער איז געווען בלויז דער צווייג, און דער שורש פון וואו דאס אלעס קומט איז פון די וואסער, פון די כוח וואס האט אריינגעגעבן די פייכטקייט און נאַסקײט וועלכע איז אריין אין די בוים און אין די צווייגן און אין די בלעטער און אין די פרי, וואס פון דעם איז עס געוואקסן.

קוקן מיט א ברייטע בליק וואס נאך מיר האבן

בדרך רמז לערנט אונז די תורה דא אויס אז מ'דארף קוקן אויף יעדע זאך גרינטליכערהייט ביז צום שורש פון וואו עס קומט, באמערקן אלעס וואס ליגט אונטער דעם, אלעס וואס ליגט ארום.

לאמיר דאס אביסל צולייגן און מסביר זיין אויף א פראַקטישע אופן. צומאל ווען דער מענטש קומט אהיים נאך א לאנגע טאג ארבעט, ער לעכצט פאר אביסל רואיגקייט, און איינער פון זיינע קינדער טוט פונקט עפעס וואס רעגט איהם אויף, א זאך וואס נעמט אוועק זיין שלוה און שמחה. יעצט, איינער וואס קוקט מיט א קורצזיכטיגע בליק, ווערט באלד אויפגערעגט, ער פארגעסט פון אלעס ארום און ער געדענקט בכלל נישט די חלק הטוב. ער כאפט נישט אז דאס קינד איז עפעס מער און טיפער ווי סתם א 'ווילדע יונגל' וואס איז נאר דא איהם אויפצורעגן...

א איד וואס לעבט מיט התבוננות ווייסט אז זיין קינד איז א מתנה פון הימל. ער האט דאָך אזויפיל נחת פון דעם קינד, אזויפיל גוטע זאכן וואס דאס קינד פֿאַרמאָגט יא, אזויפיל אנדערע זמנים וואס דער קינד מאכט איהם פרייליך. ער ווערט נישט פארלוירן בלויז צוליב די יעצטיגע מאמענט, צוליב די יעצטיגע אינצידענט וואס האט פאסירט מיט'ן קינד.

די זעלבע זאך איז מיט די משפחה, די סביבה, די הויז, און אלעס אין אונזער לעבן. זייער אסאך מאל קוקט א מענטש מיט א 'שמאלע בליק' און ער ווערט אויפגערעגט צוליב די אומשטענדן פונעם יעצטיגן מינוט, ער כאפט אבער נישט וויפיל ברכה, וויפיל גוטע זאכן ער האט יא, וויפיל גוטע זאכן זיין בני בית האט איהם צוגעשטעלט און אנגעגרייט און געגעבן ביז אהער, און וויפיל גוטע זאכן ער קען נאך ערווארטן אינעם צוקונפט.

ווען א מענטש האט אפענע אויגן און ער קוקט אויף יעדע זאך 'מיט די גאנצע שורש' פון ארום און ארום, פון וואו עס קומט און וואס עס ליגט אלץ אונטער דעם, דאן לעבט ער מיט א זעלטענע צופרידנקייט און שמחה.

ווען מען איז זיך מתבונן אין די חסדי ה'

ביז אהער האבן מיר גערעדט לגבי די גשמיות'דיגע שורש און ברייטקייט וואס ליגט אונטער יעדע זאך. ווער רעדט נאך ווען מען גייט צוריק ביז צום אמת'ן שורש, ווען דער איד פארשטייט און איז זיך מתבונן אז אלעס קומט פון די חסדי השי"ת, דער רבוש"ע גיבט איהם אזויפיל טובות און חסדים עַד אין שיעור וערך. אונטער אלע זיינע גוטע זאכן שטייט כביכול דער טאטע אין הימל אליינס. די מחשבה אליינס וועט אריינבלאזן אין איהם א גייסט פון פרישקייט און שמחה, זיך דערמאנענדיג וואס דער אייבישטער טוט אלס פאר איהם און שטעלט איהם צו כסדר.

פונקט ווי אין פסוק ווערט דערמאנט 'ערבי נחל' וואס איז מרמז אויף די וואסער וואס גיבט די כוח צו וואקסן ווי פריער דערמאנט. וואסער איז מרמז אויף חסדים און שפע. וואסער איז אויך מרמז אויף רוחניות, אזויווי מ'טרעפט ביי שמחת בית השואבה, שמשם היו שואבים רוח הקדש. בדרך רמז קומט דאס אויסלערנען פארן איד צו טראכטן און געדענקן אז אונטער אלעס געפונט זיך דער באשעפער אין הימל וואס וויל אונז שטענדיג געבן און געבט אונז אזויפיל גוטס.

ווען א איד לעבט מיט די התבוננות און די זכרון אז אלעס קומט פונעם אייבערשטן, און דער אייבישטער געבט איהם אזויפיל גוטע זאכן, איז פשוט אז ער וועט זוכה זיין צו א ריכטיגע 'זמן שמחתינו' פיל מיט שמחה און צופרידנקייט.

די ד' מינים קומען אונז דערמאנען די חסדי השי"ת

די גמרא זאגט אין מסכת תענית (דף ב:) "הואיל וארבעת מינין הללו אינן באין אלא לרצות על המים, וכשם שארבע מינין הללו אי אפשר בהם בלא מים כך אי אפשר לעולם בלא מים" אז די ארבעה מינים קומען מעורר זיין רחמים אז די וועלט זאל ווערן געבענטשט מיט וואסער און רעגן, וויבאלד די פיר מינים דארפן צוקומען צו אסאך וואסער ווען זיי וואקסן.

ווי מיר האבן פריער גערעדט איז וואסער מרמז אויף רוחניות און געטליכקייט. קומט אויס אז די ארבעה מינים וואס מיר נעמען אינעם יום טוב סוכות האבן א הויכע און הייליגע שורש בקדושה, זיי זענען אנגעוואנדן און וואסער און קומען מעורר זיין רחמים אויף וואסער.

אצינד לאמיר זיך צוריקקערן צו די פסוקים וואס שטייט אין די תורה אין פרשת אמור לגבי די מצוה פון ולקחתם לכם. ווי דערמאנט היבט אָן די תורה "אַךְ בַּחֲמִשָּׁה עָשָׂר יוֹם לַחֹדֶשׁ הַשְּׁבִיעִי בְּאָסְפְּכֶם אֶת תְּבוּאַת הָאָרֶץ תָּחגּוּ אֶת חַג ה' שִׁבְעַת יָמִים" די תקופה פונעם יום טוב סוכות איז די צייט ווען מען נעמט צוזאם די תבואה און מ'ברענגט עס אריין אין שטוב. ווען מען האלט אין אזא זמן ווען דער מענטש קלויבט צוזאם זיין גאנצע הארעוואניע פונעם פריערדיגן יאר, אויב לעבט מען נישט מיט די נויטיגע התבוננות און מחשבה, קען מען חלילה פארגעסן פון וואו די אלע גוטע זאכן קומען צו אונז. ווען דער איד שטייט און שעפט נחת פון זיין ארבעט, קען זיך איהם ח"ו דאַכטן אז ס'איז כוחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה. דערפאר זאגט די תורה דארט ווייטער "וּלְקַחְתֶּם לָכֶם בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן פְּרִי עֵץ הָדָר כַּפֹּת תְּמָרִים וַעֲנַף עֵץ עָבֹת וְעַרְבֵי נָחַל" יעצט איז די צייט ווען מען דארף נעמען די פרי מיט די בלעטער, מיט די צווייגן וואס קומען פון וואסער. דאס הייסט, דער איד דארף זיך עפענען די אויגן און לעבן מיט התבוננות צו וויסן און געדענקן וואס ליגט אונטער די אלע ברכות. און די תוצאה פון דעם וועט זיין "וּשְׂמַחְתֶּם לִפְנֵי ה' אֱלֹקֵיכֶם", ווייל ווען מען דערמאנט זיך אז דער אייבישטער איז דער וואס גיבט אונז און איז משפיע פאר אונז, דאס וועט ברענגען די גרעסטע שמחה, די גרעסטע גליק און דאנקבארקייט אין די הארץ פון א איד. [דאס איז אויך פארבינדן מיט די צווייטע יסוד וואס מיר האבן פריער גערעדט, ווייל דאס דערמאנט איהם אז השי"ת איז דער וואס טראגט איהם, פירט איהם, און נעמט איהם ארום אלעמאל].

בדרך רמז קען מען זאגן אז דעריבער נעמט מען די ד' מינים און מען שאָקלט זײ מיט די נענועים צו אלע פיר זייטן, צו ווייזן אז דער אייבישטער נעמט אונז ארום פון אלע זייטן. איבעראל און אונטער יעדע זאך ליגט א הימלישע כוח, דער כוח פונעם באשעפער וואס איז משפיע אויף אונז פון זיינע ענדלאזע חסדים און טובות.

אוּשְׁפִּיזִין עִילָאִין אוּשְׁפִּיזִין קַדִישִׁין

די גרויסקייט פון כלל ישראל

אונזער הייליגע אפשטאם און שורש בקדושה

דעם אויבנדערמאנטן יסוד פון זיך מתבונן זיין אין יעדע זאך פון וואו עס קומט און וואס עס ליגט אונטער דעם, קען מען מרחיב זיין און אויסברייטערן צו נאך א נקודה, און עפענען דערמיט נאך א קאפיטל וואס קען ברענגן שמחה און דערהויבנקייט צו א איד, אויב וועט ער לעבן מיט די ידיעה און הכרה וואס א איד דארף האבן, ווי פאלגענד:

ווען א איד טראכט פון זיך זייענדיג א חלק פונעם עם הנבחר, א חלק פון כלל ישראל, אויב קלערט מען אריין דערין מיט די ריכטיגע התבוננות און מחשבה, ווייסט מען א מיר האבן אויך א שורש און א הייליגע אפשטאַם. פונקט ווי די פרי אויפן בוים איז נישט עפעס וואס האט זיך אנגעהויבן בלויז ביי די פרי, נאר עס האט א השתלשלות און א סדר פון פריער, די זעלבע איז מיט אונז כלל ישראל, מיר זענען נישט געבוירן געווארן היינט. מיר האבן א היסטאריע, א הייליגע השתלשלות און א מקור פון וואו מיר שטאַמען. מיר האבן שבעה רועים, זכות אבות פון די אבות הקדושים, די שבטים, די הייליגע אושפיזין.

ווען א איד לעבט מיט די ריכטיגע התבוננות, אזויווי ס'שטייט אין די תורה ביי די ד' מינים, צו פארשטיין יעדע זאך און אפלערנען פון וואו עס קומט און פון וואו עס שטאמט, ברענגט עס איהם א מורא'דיגע שמחה. עס ברענגט ארויס די חשיבות און די גרויסקייט פון א איד, עס דערמאנט איהם פון וואו ער קומט, ווי הייליג און טייער און באליבט ער איז. [קען זיין אז דאס נעמט נישט אוועק אלע פראבלעמען פון א מענטש, עס היילט נישט אויס זיינע ווייטאגן, אבער דאס העלפט א איד זיך מחזק זיין און וויסן זיין גרויסקייט און זיין קדושה, זיינע כוחות און מעגליכקייטן וואס ער פאַרמאָגט אין זיך].

דאס איז דער ענין פון די אושפיזין וואס קומען אונז באזוכן אינעם יום טוב סוכות. טאקע אין דעם יום טוב וואס דערמאנט אונז און לערנט אונז זיך מתבונן צו זיין אין אונזער שורש און אפשטאם, קומען צו גיין די אבות הקדושים אונז ברענגן די שמחה און התחזקות וואס מיר קענען שעפן פון זיי.

די כוונה פון די נענועים

מיר געפונען אין חזייל אז ס'איז א מצוה צו מאכן ינענועים' מיט די ד' מינים, יימוֹלִיךְ וּמֵבִיאיי מיפירט די לולב אוועק פון זיך און מיברענגט עס צוריק. עס זענען דא אין דעם פילע טיפע און הייליגע כוונות און ענינים, אבער עס איז אויך מרומז אין דעם, אז אפילו א איד האט זיך חלילה דערווייטערט פון השייית, קען ער תיכף מאכן די יהַבָאָה' און זיך צוריקברענגן צו השייית. (לעת מסס, קלזנין)

און דאס איז אמת'ע שמחה, דאס איז די גרעסטע און ריינסטע שמחה וואס איז נאר שייך אין די וועלט.

א זיסע און פרייליכע יום טוב!

-לעיין הרייר משה שמעון הלוי זייל

בן יבלחט"יא אבי מורי הרה"ח ר' שרגא פייביל שליטייא

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"

[email protected] דורך אי-מעיל בעז"ה

More in this printout

View the whole printout