דרושים לסוכות
תוכן הדרוש
לשון הפסוק. / די דיוק אינעם פסוק. / די עבודה פון די יודן אין חג הסוכות.
[ב]
פשט אין די פסוק וּלְקַחְתֶּם לָכֶם'. / פשט אין די פסוק 'בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן'.
[א]
לשון הפסוק
וּלְקַחְתֶּם לָכֶם בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן וְגוֹ' (ויקרא כג, מ). און עטס זאלטס נעמען צו אייך אינעם ערשטן טאג א 'פרי עץ הדר' (אתרוג) וְגוֹ'.
די דיוק אינעם פסוק
וְאִיתָא בַּגְמָרָא (תנחומא אמור פכ"ב) וְכִי רִאשׁוֹן הוּא און די מדרש פרעגט אויף די פסוק וואס זאגט וּלְקַחְתֶּם לָכֶם בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן איז עס דען די ערשטע טאג, וַהֲלֹא חֲמִשָּׁה עָשָׂר הוא ס'איז דאך די פופצענטע טאג, אֶלָּא רִאשׁוֹן לְחֶשְׁבּוֹן עֲוֹנוֹת נאר ענטפערט די מדרש די פסוק מיינט צו זאגן די ערשטע טאג פון די חשבון פון די זינד.
א.
די לשון הפסוק איז: וּלְקַחְתֶּם לָכֶם בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן פְּרִי עֵץ הָדָר כַּפֹּת תְּמָרִים וַעֲנַף עֵץ עָבֹת וְעַרְבֵי נָחַל וּשְׂמַחְתֶּם לִפְנֵי ד' אֱלֹקֵיכֶם שִׁבְעַת יָמִים.
די עבודה פון די יודן אין חג הסוכות
וְנִרְאָה לוֹמַר עַל דֶּרֶךְ זֶה און ס'געפעלט מיר צו זאגן אויף די וועג, דְהִנֵּה כְּנֶסֶת יִשְׂרָאֵל קְבְּלוּ עֲלֵיהֶם עוֹל מַלְכוּת שָׁמַיִם שָׁמַיִם בִּשְׁלִימוּת בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה הֶעָבָר אונז ווייסן אז כנסת ישראל האט מקבל געווען אויף זיך 'עול מלכות שמים' אינגאנצן אין די פארגאנגענע ראש השנה, וְהָיוּ אוֹמְרִים הַמֶּלֶךְ הַקָּדוֹשׁ הַמֶּלֶךְ הַמִּשְׁפָּט און זיי האבן כסדר געזאגט ביי שמונה עשרה הַמֶּלֶךְ הַקָּדוֹשׁ און הַמֶּלֶךְ הַמִּשְׁפָּט.
אֲבָל אוּמוֹת הָעוֹלָם לֹא קִבְּלוּ עֲלֵיהֶם עוֹל מַלְכוּת שָׁמַיִם בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה אבער די גויאישע פעלקער האבן נישט מקבל געווען אויף זיך 'עול מלכות שמים' אין ראש השנה, וּצְרִיכִים כְּנֶסֶת יִשְׂרָאֵל לְהַכְנִיס בְּחִינַת כְּבוֹד מַלְכוּתוֹ בְּכָל הַנִּבְרָאִים אֲפִילוּ בְּאוּמוֹת הָעוֹלָם און די יודן דארפן אריינברענגען די בחינה פון דער אייבערשטנ'ס כבוד אפילו צווישן די גויים.
וְזֶה הוּא בְּחַג הַסּוּכּוֹת עַל יְדֵי הַקְרָבַת שִׁבְעִים פָּרִים מַשְׁפִּיעִים בְּחִינַת כְּבוֹד מַלְכוּתוֹ בְּכָל הַשִׁבְעִים אוּמוֹתי און דאס טוט מען אין די יום טוב סוכות דורך דאס וואס אונז זענען מקריב די 70 אקסן זענען אונז משפיע אוון ברענגען אריין ביי די 70 פעלקער די בחינה פון 'כבוד מלכותו' (אז זיי זאלן אנערקענען דעם אייבערשטנ'ס כבוד).
[ב]
פשט אין די פסוק 'וּלְקַחְתֶּם לָכֶם'
וְזֶהוּ וּלְקַחְתֶּם לָכֶם‘ און דאס איז וואס די פסוק זאגט וּלְקַחְתֶּם 'און עטס זאלטס נעמען' – לָכֶם פאר אייך, אוֹתִיּוֹת מֶלֶךְ וואס די אותיות לָכֶם איז די אותיות מֶלֶךְ, פִּירוּשׁ שֶׁתִּקְחוּ בְּחִינַת מֶלֶךְ דאס מיינט צו זאגן אז עטס זאלטס נעמען צו אייך די בחינה פון מלך, הַיְינוּ שֶׁתְּקַבְּלוּ עֲלֵיכֶם עוֹל מַלְכוּת שָׁמַיִם בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן שֶׁל סוכות דאס מיינט אז עטס זאלטס נעמען אויף אייך די בחינה פון עול מלכות שמים אינעם ערשטן טאג פון סוכות.
די כוונת חז"ל זאגענדיג רִאשׁוֹן לְחֶשְׁבּוֹן עֲוֹנוֹת
וּפָרִיךְ הַגְּמָרָא וְכִי יוֹם רִאשׁוֹן הוּא לְקַבָּלַת עוֹל מַלְכוּת שָׁמַיִם און אויף דעם פרעגט די גמרא איז עס דען די ערשטע טאג פון קבלת עול מלכות שמים, וַהֲלֹא חֲמִשָּׁה עָשָׁר הוּא לְקַבָּלַת עוֹל מַלְכוּת שָׁמַיִם ס'איז דאך די פופצענע טאג פון קבלת עול מלכות שמים, שֶׁכְּבָר בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה קִבְּלוּ כְּנֶסֶת יִשְׂרָאֵל עֲלֵיהֶם עוֹל מַלְכוּת שָׁמַיִם ווייל אין ראש השנה האבן שוין כנסת ישראל מקבל געווען אויף זיך די עול מלכות שמים.
וְתֵירֵץ הַגְּמָרָא און די גמרא ענטפערט, שֶׁבֶּאֱמֶת אֵצֶל כְּנֶסֶת יִשְׂרָאֵל הוּא חֲמִשָּׁה עֶשָׂר אז אין אמת'ן אריין איז עס די פופצענטן טאג ביי די יודן, רַק שֶׁאֵצֶל אוּמוֹת הָעוֹלָם הוּא יוֹם רִאשׁוֹן נאר ביי די גוים איז עס די ערשטע טאג, שֶׁהֵם לֹא קִבְּלוּ עוֹל מַלְכוּת שָׁמַיִם בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה ווייל זיי האבן נישט מקבל געווען אויף זיך עול מלכות שמים אין ראש השנה.
וְזֶהוּ רִאשׁוֹן לְחֶשְׁבּוֹן עֲוֹנוֹת, לְאוֹתָן שֶׁמְחַשְׁבִים עֲוֹנוֹתֵיהֶן, וְזֶהוּ רִאשׁוֹן לְחֶשְׁבּוֹן עֲוֹנוֹת און דאס איז וואס די מדרש רופט אן די טאג אלס די ערשטע טאג פון רעכנען די עבירות, לְאוֹתָן שֶׁמְחַשְׁבִים עֲוֹנוֹתֵיהֶן דאס מיינט די ערשטע טאג צו די גוים וואס דער באשעפער רעכנט זייערע זינד. שֶׁאֵצֶל כְּנֶסֶת יִשְׂרָאֵל מֵרוֹב אַהֲבָתָם יִתְבָּרַךְ לָהֶם אֵינוֹ מְחַשֵׁב לָהֶם עֲוֹנוֹת ווייל פאר כנסת ישראל טוט השי"ת צוליב זיין גרויסע ליבשאפט צו זיי נישט רעכענען זייערע עבירות.
פשט אין די פסוק 'בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן'
וְזֶהוּ וּלְקַחְתֶּם לָכֶם' און דאס איז וואס די פסוק זאגט און עטס זאלטס נעמען לָכֶם (צו אייך), בְּחִינַת מֶלֶךְ וואס די אותיות לָכֶם איז די אותיות מלך, הַיְינוּ שֶׁתִּקְחוּ בְּחִינַת מַלְכוּת דאס מיינט עטס זאלטס נעמען די בחינה פון 'מלכות', בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן' די פסוק זאגט 'אין די ערשטע טאג' וואס דאס מיינט צו די וואס האלטן נאך ביי די ערשטע טאג און האבן נאכנישט מקבל געווען אויף זיך עול מלכות שמים, וְתַשְׁפִּיעוּ לְשִׁבְעִים אומות און עטס זאלטס עס משפיע זיין פאר די גויאישע פעלקער, וְהָיָה ה' לְמֶלֶךְ עַל כָּל הָאָרֶץ בִּמְהֵרָה בְּיָמֵינוּ און דעמאלסט וועט דער אייבישטער זיין א קעניג טויף די גאנצע וועלט וואס זאל מקויים ווערן שנעל אין אונזערע טעג. כֵּן יְהִי רָצוֹן אָמֵן.