Skip to content

דורך די מצוה פון סוכה ווערט מען געראטעוועט פון גלות!

דער מדרש זאגט (ילקוט, אמור, תרנג), אז דער טעם פון די מצוה פון סוכה איז, אז אויב איז חלילה אנגעשריבן געווארן יום כיפור, אז מיר זאלן דארפן גיין אין גלות, זאלן מיר אפקומען מיט דעם וואס מיר גייען ארויס אין סוכה. און אזוי זאגן מיר אויך אין דעם יהי רצון, ווען מען גייט אריין אין די סוכה.

מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע פרעגט, אז לכאורה אין פסוק שטייט דאך אן אנדערן טעם אויף די מצוה פון סוכה (ויקרא כג, מג), כדי מיר זאלן געדענקען, אז ווען מיר זענען ארויסגעגאנגען פון מצרים, האט אונז דער אויבערשטער אריינגעזעצט אין סוכות?

נאר מ'קען ערקלערן, אז באמת זענען ביידע טעמים איינס, ווייל ס'איז באקאנט, אז גלות מצרים איז דער שורש פון אלע גלויות, און דער גאולה פון מצרים איז דער שורש פון אלע גאולות, און וויבאלד מען איז ארויס פון מצרים געיאגטערהייט, ווייל מען האט מער נישט געקענט בלייבן דארט נאך א רגע, דעריבער האבן מיר דאן נאך נישט זוכה געווען צו א שלימות'דיגע און נצחיות'דיגע גאולה, קומט אויס, אז בשעת ווען אידן זענען ארויס פון מצרים האבן זיי נאך געדארפט זיין אין גלות.

לויט דעם קען מען זאגן, אז מיט דעם וואס דער אויבערשטער האט זיי אריינגעזעצט אין סוכות, ווען זיי זענען ארויס פון מצרים, דערמיט זענען זיי אביסל אפגעקומען דעם גלות וואס זיי זענען געווען מחוייב.

אויב אזוי קומט אויס, אז דער טעם וואס דער פסוק זאגט, אז סוכות איז א זכר צו די סוכות אין וואס מיר זענען געזיצן ווען מיר זענען ארויס פון מצרים, און דער טעם פונעם מדרש, אז דאס איז מבטל גלות – זענען ביידע איינס, ווייל אויך די דעמאלטסדיגע סוכות האבן געדינט צו באשיצן פון דעם גלות, און דאס זעלבע היינט צוטאגס האט די סוכה א כח צו באשיצן און פטר'ן פון גלותי.

ד גוזל"ק (דברי יואל, סוכות, עמ' רכז): איתא במדרש ילקוט פ' אמור (רמז תרנ"ג) א"ר אליעזר בר מרום למה אנו עושים סוכה אחר יוהכ"פ, אתה מוצא בר"ה יושב הקב"ה בדין על באי העולם וביוהכ"פ הוא חותם את הדין, שמא יצא דינן של ישראל לגלות, ועל כן עושין סוכה וגולין מבתיהן לסוכה והקב"ה מעלה עליהן כאלו גלו וכו', וכן אומרים ביה"ר (בשעת כניסה לסוכה בליל א') ובזכות צאתי מביתי החוצה וכו' יחשב לי כאילו הרחקתי נדוד. ולכאורה צ"ב דהרי בפסוק מבואר טעם אחר על מצות סוכה שנא' למען ידעו דורותיכם כי בסוכות הושבתי את בנ"י בהוציאי אותם מאמ"צ. ואפ"ל דתרווייהו טעמא חדא נינהו, דידוע דגלות מצרים הי' שורש לכל הגליות וגאולת מצרים שורש לכל הגאולות, ולפי שלא נשלם עדיין זמן הגלות מפני שלא יכלו להתמהמה עוד לכן לא היתה גאולה נצחית אלא גאולה לשעה, וכשיצאו ממצרים עדיין היתה עליהם חובת גלות, ואפשר דבמה שהושיבם השי"ת בסוכות בצאתם ממצרים נתמרק מעליהם קצת מחובת הגלות, וא"כ טעם המבואר בפסוק דהוא זכר לסוכות שישבו בשעת יצי"מ והטעם שאמרו בילקוט שבא להמתיק חובת הגלות תרווייהו כחדא נינהו, דגם אז בצאתם ממצרים היו הסוכות הגנה מן הגלות וכאז כן עתה יש בה כדי לבטל גזירת הגלות.

PDF Preview