עיני פלאטפארמע
אלעס ארום דער מאסיווער שמירת עינים קבלה דרייוו
וְיֹשֶׁר יָלִיץ בַּעֲדֵנוּ הַמְּסַמָּא עֵינָיו בָּאֵשׁ
היסטארישער שליחות הקודש אויסגעפירט געווארן ווען ספעציעלער שליח פון "עיני" האט ארויפגעטראגן די צענדליגער טויזנטער לעכטיגע קוויטלעך און קבלות פון אידישע קינדער צום גרויסן מליץ יושר ביי דעם הייליגן ציון פון התנא הקדוש רבי מתיא בן חרש זיייע!
אין די געהויבענע טעג פונעם ירח האיתנים איז דער ספעציעלער שליח ארויסגעפארן אויפ'ן אחריות'דיגן שליחות צום מקום קדוש, וואו ער האט אויסגעזאגט ספר תהלים מיט בכיות און איינגעריסן מיט תפילה פאר אלע טויזנטער מקבלי הקבלות וואס האבן זיך אונטערגענומען צו האלטן זייערע אויגן ריין און הייליג | די צענדליגער טויזנטער לעכטיגע קבלות פון אידישע קינדער פון אלע שיכטן און קרייזן זענען אראפגעלייגט געווארן ביים ציון הקדוש פון דעם בעל מסירות נפש בשמירת עינים, פועלינדיג אז דער הייליגער תנא זאל משפיע זיין רחמים, ישועות ורפואות, און א גמר חתימה טובה פאר אלע מקבלי הקבלות
יִרְאוּ עֵינֵינוּ וְיִשְׂמַח לִבֵּנוּ
"ושמחת בחגיך" אויף א פרעצעדענטלאזן שטאַפל ביים גאנצן היימישן ציבור ווען טויזנטער אידן פייערן די שמחת החג מיט הייליגע און ריינע אויגן!
אמת'ע שמחה בצילא דמהימנותא ווען בעת כלל ישראל זיצט אין די הייליגע סוכה און טאנצט ביים שמחת בית השואבה, שפירן טויזנטער אברכים, בעלי בתים און בחורים דעם אמת'ן גליק און סיפוק הנפש וואס נאר הייליגע אויגן קענען שענקען | טויזנטער אידן שאקלען וועלטן נישט בלויז מיט א ריינער אתרוג "הדומה ללב" נאר מיט אמת'ע ריינע הערצער | דער שמחת החג ווערט געפייערט מיט אן עקסטאז וויסנדיג אז שמירת עינים איז דער ריכטיגער מפתח צו א גליקליך און צופרידן לעבן א גאנץ יאר!
וְעֵינֵיכֶם תִּרְאֶינָה וְאַתֶּם תֹּאמְרוּ יִגְדַּל ה'
מאסיווער סוקסעס ביים דריטן קעש-גורל פון "עיני" ווען איבער 5,000 נייע קבלות אריינגעפלאסן אין די זעלבע נאכט פונעם גורל!
מו"ה פנחס שלעזינגער הי"ו פון מאנסי ערקלערט אלס דער דריטער גליקליכער געווינער פון 2,000 דאלאר קעש | א שטראם פון איבער 5,000 נייע קבלות איז אריינגעקומען אין איין איינציגע נאכט צום הויפטקווארטיר!
דער דרייוו שפאנט ווייטער מיט פרישע כוחות: דער "עיני" קאמפיין שפאנט ווייטער מיט א הויכן טעמפא ביז נאך די ימים טובים הבעל"ט, ווען דורכאויס די טעג פון חול המועד און שמחת תורה שטארקן זיך די אידן צו בלייבן אפגעהיטן און ווייטער דאס ממשיך זיין אויף א גאנץ יאר, ארייננעמענדיג די הייליגע השפעות פון די סוכה גלייך אריין אין די טאג-טעגליכע וואכעדיגע יארן