Skip to content

פארטדייב נישט די הייליגע אושפיזין פון די סוכה!!!

- כ -

בַּסָּכֹּת תֵּשְׁבוּ שִׁבְעַת יָמִים כָּל הָאֶזְרָח בְּיִשְׂרָאֵל יֵשְׁבוּ בַּסִּכֹּת (ויקרא כג, מב) איר זאלט זיצן אין סוכה זיבן טעג, יעדער איד זאל זאל זיצן אין סוכה

דער הייליגער מבשר צדק זי"ע (רבי ישכר דוב פון זלאטשוב זי"ע, א תלמיד פון רבי מיכלע פון זלאטשוב זי"ע) שטעלט זיך, פארוואס דער פסוק הייבט אן מיטן דעם אויסדרוק "תשבו" [איר זאלט זיצן], און ער פירט אויס מיטן אויסדרוק "ישבו" [זיי זאלן זיצן].

נאר ס'איז באקאנט, אז די הייליגע אושפיזין קומען אין די סוכה, דעריבער דארף מען זיצן אין סוכה מיט א געוואלדיגע יראה און אהבה, און נישט רעדן קיין שום דברים בטלים אין די הייליגע סוכה, כדי די אושפיזין זאלן וועלן בלייבן אין די סוכה און נישט ארויסגיין חלילה פון דארטן.

דאס איז די כוונה פון דעם פסוק: "בסוכות תשבו שבעת ימים" – איר זאלט זיצן אין סוכה זיבן טעג, און איר זאלט אכטונג געבן אז "כל האזרח בישראל ישבו בסוכות" - די הייליגע אושפיזין (וואס ווערן אנגערופון 'אזרח') זאלן בלייבן זיצן אין די סוכה, און זאלן נישט מוזן ארויסגיין פון דארט, נאר זיי זאלן זיך אויפהאלטן מיט דיר אינאיינעםי.

יט וזל"ק (מבשר צדק פ' אמור ד

PDF Preview