פארווארט
אין די קומענדיגע תורה גייט דער בת עין ארומרעדן וועגן די 70 קרבנות וואס כלל ישראל האט געברענגט כדי צו משפיע זיין פאר די גויים די השפעות און כבוד שמים.
א ענליכע געדאנק ווערט אויך געברענגט אין מאור ושמש אז מיט די 7 הקפות וואס מען גייט ארום די בימה יעדן טאג סוכות זענען די צדיקים מיט יעדע הקפה מכניע 10 גויאישע פעלקער אן אזוי ווערן אלע 70 פעלקער אונטערטעניגט די יודן.
הרה"צ ר' אליעזר דוד פריעדמאן ברענגט אין זיין ספר א אינטרעסאנטע מעשה פון הרה"ק ר' ישכר דוב מבעלזא זי"ע וואס ער האט אליין געהערט פון עמיצן וואס איז געווען דערביי, אין בעלז האבן די רבי'ס אויפגענומען אויכעט גויים וואס זענען געקומען בעטן פאר ישועות און ברכות.
איז אמאל געווען א ערלית וואס איז זיך געקומען אנוואונטשען ביים בעלזער רב, און דער בעלזער רב האט שטילערהייט געזאגט 'אלע יודן זאלן זיין' און דאן הויעך געזאגט די ווארט געזונט, און אזוי אויך מיט פרנסה, האט דער רב שטילערהייט געזאגט 'אלע יודן זאלן האבן... און דאן הויעך געזאגט פרנסה, אז די ערלית זאל מיינען אז דער רב וואונטשט איר יעצט אן מיט געזונט און פרנסה, און למעשה האט דער בעלזער רב געוואונטשען די יודן.
די ערלית האט אבער פארשטאנען יודיש און זי האט קלאר געהערט אלעס וואס בעלזער רב זאגט שטילערהייט, און זי האט זיך אנגערופן, רבי, אלע יודן און איך אויך, און דער בעלזער רב האט איר דאן אנגעוואונטשען.
דאס איז די כח וואס דער רבונו של עולם האט געגעבן פאר צדיקים אין היינטיגע צייטן וואס האבן בכח די אלע השפעות און האבן די כח צו משפיע זיין אויך פאר די גויים ווען עס ברענגט כבוד שמים.