Skip to content
מגדים של זהב

גמרא מסכת סוכה - וקושית התוספות

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

שטייט אין גמרא מסכת סוכה (לט, א): אמר רב יהודה אמר שמואל: כל המצות כולן מברך עליהן עובר לעשייתן - אלע מצות וואס עס איז דא א חיוב צו מאכן א ברכה פאר מען טוט די מצוה, דארף מען מאכן די ברכה 'עובר לעשייתן', דהיינו פאר מען איז מקיים די מצוה.

קומט תוספות (ד"ה עובר לעשייתן) און פרעגט, ווען זאל מען מאכן די ברכה ביי די מצוה פון שאקלן לולב, ווייל לכאורה איז דא א גרויסע פראבלעם, אויב וועט מען זאגן אז מען זאל מאכן די ברכה פאר מען הייבט אויף די ד' מינים, דעס קען מען נישט זאגן, ווייל די גמרא זאגט אין מסכת מנחות (לה, ב) אז מען מאכט די ברכה אויף תפילין: משעת הנחה ועד שעת קשירה - פירוש: נאכן לייגן די תפילין אויף די האנט אבער פארן מאכן די קשירה פון די תפילין, און די טעם איז (עי' כסף משנה, פ"ד מהלכות תפילין, ה"ז) ווייל אין די דין פון עובר לעשייתן איז דא צוויי הלכות, איינס אז מען דארף מאכן די ברכה פארן טוהן די מצוה, און צווייטנס, אז די ברכה דארף מען מאכן 'תיכף' פאר די מצוה, לפי זה פרעגט תוספות, אז מען קען אויך נישט זאגן אז מען זאל מאכן די ברכה גלייך ווען מען נעמט עס אין די הענט, וויבאלד גלייך ווען מען נעמט אין די הענט, שטייט דאך אין גמרא האט מען שוין יוצא געוועהן די מצות פון נטילת לולב, און מען קען שוין נישט מאכן די ברכה, ווייל עס איז נישט עובר לעשייתן?

ווען מען טראגט ארויס די ד' מינים בשוגג איז מען פטור פון א קרבן חטאת, איז דוקא אויב מען האלט נאך פארן מקיים זיין די מצוה פון שאקלען לולב, אבל יצא בו חייב אבער אויב האט ער ארויסגעטראגן אין רשות הרבים די לולב שוין נאכן מקיים זיין די מצוה פון ד' מינים, דעמאלטס איז ער יא חייב א קרבן חטאת, וויבאלד ער האלט שוין נאך די מצוה ווערט ער שוין נישט גערעכנט ווי א טועה בדבר מצוה. פרעגט אבער די גמרא: הא מדאגבהיה נפק ביה - פירוש: ווי אזוי קען אביי איינזעצען די משנה אויף א אופן אז א מענטש האט ארויסגעטראגן די ד' מינים פאר ער מקיים די מצוה, די הלכה איז דאך אז ברגע וואס א מענטש הייבט אויף די ד' מינים האט ער שוין מקיים געוועהן די מצוה פון 'וּלְקַחְתֶּם לָכֶם', און אויב אזוי קומט אויס ווען ער גייט ארויס אין רשות הרבים וועט ער אייביג שוין האלטן נאכן מקיים זיין די מצוה פון לולב. עד כאן דברי הגמרא וואס איז נוגע פאר אינז.

דרך הראשון בתוספות

תוספות קומט און ער איז מציע אפאר מיני מהלכים ווי אזוי מען זאל קענען מאכן די ברכה ביי נטילת לולב, און מען זאל נישט האבן קיין פראבלעם, נישט פון עובר לעשייתן, און אויך נישט פון עובר דעובר. און די ערשטע מהלך שרייבט תוספות: ושמא משיתחיל ליטול לולב קודם שיטול האתרוג מברך והיינו עובר לעשייתן שמעכבים זה את זה - פירוש: די גמרא זאגט אין מסכת מנחות (כז, א) אז אויב מען האט גענומען די ד' מינים, איינס נאך די אנדערע האט מען נישט יוצא געוועהן די מצוה ווייל 'ד' מינים מעכבים זה את זה', און כדי צו מקיים זיין די מצוה דארף מען נעמען אלע ד' מינים אויף איינמאל. לפי זה זאגט תוספות, זאל מען נעמען נאר די לולב אין די הענט, וואס דעמאלטס גייט אוועק פאלן די פראבלעם פון 'עובר דעובר', וויבאלד מען האט שוין אנגעהויבן צו מקיים צו זיין די מצוה, און אזוי אויך האט מען נאך נישט מקיים געוועהן די מצוה פון ד' מינים, וויבאלד מען האט נאר די לולב אין די האנט, אין דעמאלטס זאל מען מאכן די ברכה, על נטילת לולב.

נו"נ בדרך הראשון של תוספות

א. דברי המגן אברהם, וקושית הדגול מרבבה

די מגן אברהם אין סימן תרנ"א (ס"ק ח) שרייבט: יטול תחלה האתרוג וכשמסלק יסלק הלולב תחלה, דומיא דתפילין - פירוש: די גמרא זאגט אין מסכת מנחות (לו, א): תנא, כשהוא מניח - ווען א מענטש לייגט תפילין, מניח של יד, ואחר כך מניח של ראש - זאל ער קודם לייגן די תפילין של יד, און נאכדעם די תפילין של ראש, דכתיב - אזוי ווי עס שטייט אין פסוק, וּקְשַׁרְתָּם לְאוֹת עַל יָדֶךָ וְהָיוּ לְטטָפֹת בֵּין עֵינֶיךָ (דברים, ו, ח), דהיינו קודם שטייט די מצוה פון של יד, און נאכדעם שטייט די מצוה פון של ראש, און אזוי אויך דרש'נט מען פון די סוף פסוק וְהָיוּ לְטטָפֹת בֵּין עֵינֶיךָ, כל זמן שבין עיניך יהו שתיהם - פירוש: ווילאנג די תפילין של ראש געפונט זיך אויף די קאפ דארף מען האבן ביידע תפילין, וועגן דעם דארף מען קודם אויסטוהן די תפילין של ראש אין נאר נאכדעם די תפילין של יד.

קומט די נודע ביהודה אין זיין חיבור דגול מרבבה און ער פרעגט אויף דער מגן אברהם, וזה לשונו: אבל מאד תמהני איך לא שת המגן אברהם עיניו שבתוספות דף לט ע"א מפורש שיטל הלולב תחילה פירוש: פון אונזער תוספות איז מבואר להדיא אז מען נעמט קודם די לולב און נאכדעם די אתרוג, אזוי ווי תוספות שרייבט בפירוש: 'משיתחיל ליטול לולב קודם שיטול האתרוג מברך', זעהט מען אז די סדר איז געוועהן קודם צו נעמען די לולב און נאר נאכדעם די אתרוג. אין די דגול מרבבה בלייבט מיט א קשיא.

פירוש: די נחלת אב"י ענטפערט, אז דעס וואס תוספות שרייבט אז מען נעמט די לולב און מען מאכט די ברכה, און נאר נאכדעם נעמט מען די אתרוג, איז נישט קיין סתירה מיט די מגן אברהם, ווייל תוספות שרייבט דעס, אין זיין ערשטע מהלך צו מסביר זיין ווי אזוי מען קען מאכן די ברכה אויף די לולב עובר לעשייתן, וואס אויב מען וויל טוהן דער עצה, דהיינו נעמען קודם איינער פון די ד' מינים, און נאר נאכדעם די אנדערע, איז די איינציגסטע וועג דעס צו טוהן, איז ווען מען נעמט די לולב קודם, וואס אין די לולב איז דא אלע ג' מינים, און די ברכה איז דאך אויך נתייסד געווארען אויף דער לולב, אזוי ווי מען זאגט 'על נטילת לולב'. אבער למסקנא אז תוספות האט נאך עצות ווי אזוי מען קען מאכן די ברכה און עס זאל נישט האבן די פראבלעם פון עובר לעשייתן, דהיינו מען קען נעמען די לולב אין איין האנט און איבער דרייען די אתרוג (עי' לקמן) דעמאלטס אודאי זאל מען נעמען די אתרוג קודם און נאר נאכדעם די לולב, כדי עס זאל זיין דומה צו תפילין, און אזוי ווי די מגן אברהם זאגט.

עס איז כדי אנצומערקן וואס די חתם סופר (סוכה, לט, א) שרייבט: והעולם נהגו כמגן אברהם ליטול האתרוג תחילה, ומכל עושים כמו שכתב התוספות (עי' לקמן בדרך השני) להפוך האתרוג שלא יהיה כדרך גדילתו עד אחר הברכה, [תוספות לא כתב לשם 'להפוך את האתרוג', רק כתב להפוך 'אחד מהן' (ולפי זה לא קשה קושית החתם סופר), וכונת החתם סופר הוא לדברי המחבר סי' תרנא ס"ה, שכתב 'יהפוך האתרוג'.] "ולא הועילו כלום" כיון שהוא מהופך הוה כמאן דליתיה, והרי נטלו הלולב תחילה וכהתוספות - פירוש: די חתם סופר ווינדערט זיך, אז אין הכי נמי די וועלט פוהרט זיך אזוי ווי די מגן אברהם אז מען נעמט קודם די אתרוג און נאר נאכדעם נעמט מען די לולב, אבער שרייבט די חתם סופר אז מען טוט גארנישט אויף מיט דעם, וויבאלד, די וועלט פוהרט זיך אויך אז מען טוט די צווייטע עצה פון תוספות, דהיינו מען נעמט די אתרוג פארקערט ביז נאך די ברכה, און בשעת מען האלט די אתרוג פארקערט, ווערט עס בכלל נישט גערעכנט ווי מען האט טוט אתרוג בדרך מצוה, נאר מען רעכנט נאר די לולב, אויב אזוי קומט אויס אז מען האט גארנישט אויף געטוהן פון נעמען די אתרוג קודם.

ב. תירוצו של הנחלת אב"י - והערת החתם סופר

די גרויסע גאון רבי אליהו תאומים פרענקיל זצ"ל [מגדולי גאליציא לפני השואה, והיה אב"ד פשעווארסק. ונסע לכמה צדיקים בדורו, וביניהם הרה"ק רבי ברוך מגורליץ זי"ע והרה"ק המהרי"ד והמהר"א מבעלזא זי"ע. נהרג על קידוש השם יום הקדוש שנת תש"ג. הי"ד. עי' בשו"ת דובב מישרים חלק א' סימן יג תשובה אליו, ובראש המכתב כתוב הגאון מטשעבין: לכבוד ידידי הרב הגאון היחסן מהו"ר אליהו תאומים פרענקיל נ"י אבד"ק פשעווארסק והגליל.] אין זיין הפלא'דיגע ספר נחלת אב"י (סימן עב, אות ב), ענטפערט א טרעפליכע תירוץ אויף דער קשיא, און ער שרייבט: יש לתרץ לפי עניות דעתי, דהתוספות לא כתב כן רק למה דהוה סבירא ליה, דאי אפשר לעשות עצה שיהיה הברכה עובר לעשייתן רק באופן זה שיטול רק אחד מהמינים לבד ויברך ואחר כך יטול גם השני לצאת ידי חובת המצוה, ובכהאי גונא על כרחך היה מוכרח ליטול מקודם הלולב דוקא כיון דהברכה הוא על נטילת לולב כיון שיש בו ג' מינים, ועל כרחך כתב שיקח תחילה הלולב, מה שאין כן לדידן דקיי"ל להלכה שיהפוך האתרוג וכמנהגא דעלמא לעשות עצה זו כדי שיהיה עובר לעשייתן, בכהאי גונא עכ"פ נכון לכתחילה ליקח תחילה האתרוג ואחר כך הלולב.

דרך השני בתוספות

נאך שרייבט תוספות: אי נמי לאחר שנוטל שניהם אלא שהופך אחד מהן כדאמרינן בסוף פירקין (דף מב, א) כשהפכו דאין יוצא במצות אלא דרך גדילתן כדדרשינן פרק לולב וערבה (לקמן מה, ב) מדכתיב עצי שטים עומדים.

פירוש: די גמרא זאגט אין פרק לולב וערבה, אז מען איז יוצא די מצוה פון ד' מינים נאר אויב מען נעמט עס 'דרך גדילתן', אויב אזוי זאגט תוספות דא א גוטע עצה אז מען זאל נעמען די ד' מינים, און איינער פון די מינים זאל מען האלטן אין די הענט פארקערט, און אזוי מאכן די ברכה, און אזוי פאלט אוועק די פראבלעם פון 'עובר דעובר', און אזוי אויך איז עס נאך עובר לעשייתן, און נאכדעם דרייט מען ארום די פארקעטע מין, און מען איז יוצא די מצוה.

דרך השלישי בתוספות

א דריטע מהלך שרייבט תוספות: ואפילו נקיט להו כדרך גדילתן אפשר שיתכוין שלא לצאת בו עד אחר ברכה דאף על גב דאמרינן בסוף ראוהו בית דין (ר"ה כח, ב) דמצות אינן צריכין כוונה מכל מקום בעל כרחו לא נפיק.

פירוש: תוספות שרייבט אז עס איז דא נאך א עצה ווי אזוי מען קען מאכן די ברכה אויף נטילת לולב עובר לעשייתן, ער זאל אויף הייבן די ד' מינים, און ער זאל אינזינען האבן אז ער האט נישט אינזינען צו יוצא זיין מיט דעם די מצוה, און דעמאלטס קען ער מאכן די ברכה, און גלייך נאך די ברכה וועט ער יוצא זיין די מצוה פון ד' מינים.

און תוספות לייגט צו א חידוש, אפילו למאן דאמר אז 'מצות אינן צריכין כוונה', און לכאורה אפילו ווען מען האט נישט אינזינען יוצא צו זיין איז מען אויך יוצא, איז וואס טוט ער אויף אז ער האט אינזינען נישט יוצא צו זיין?

זאגט אבער תוספות, אז די מאן דאמר וואס האלט אז מצות אינן צריכות כוונה, דעס איז דוקא ווען ער טוט א מצוה סתם אן קיין כוונה, דעמאלטס זאגט מען אז ער האט יוצא געוועהן די מצוה, אבער אויב א טוט א פעולת המצוה אין ער האט אינזינען נישט צו צו יוצא זיין, דעמאלטס אפילו למאן דאמר מצות אינן צריכות כוונה, וועט ער אויך נישט יוצא זיין די מצוה.

נו"נ בדרך השלישי בתוספות

א. שני ביאורים בשיטת התוספות, חדושי רבי שלמה, חדושי רבי ראובן

די צוויי גרויסע מגידי שיעורים, און ראשי מתיבתא רבי שלמה היימן זצ"ל און רבי ראובן גראזאווסקי זצ"ל האבן זיך ארום געקריגט במלחמתו של תורה, וואס איז די הסבר פון תוספות אז אפילו למאן דאמר מצות אינן צריכות כוונה, אויב האט מען היפך הכוונה איז מען נישט יוצא. [ומאריכין שם כל אחד לפי דרכו ליישב בזה כמה סתירת הסוגיות בש"ס. ואכמ"ל בזה.]

הגאון האדיר רבי ראובן גראזאווסקי זצ"ל (חידושי רבי ראובן, סוכה, סימן ט' אות א' וב') איז מסביר: די מאן דאמר וואס האלט מצות אינן צריכות כוונה, איז נישט ווייל ער האלט אז מען דארף נישט קיין כוונה ביי קיום המצות, נאר די טעם איז, ווייל עס ווערט גערעכנט אז 'מסתמא יש כוונה', אזוי ווי מען זעהט דער יסוד ביי קדשים - אז סתם קדשים לשמן עומדים, דהיינו, אז אפילו בפועל האט ער נישט געהאט יעצט א כוונה צו מקיים צו זיין די מצוה, אבער מען זאגט אז א מענטש וואס טוט א מעשה המצוה בסתמא, איז מן הסתם האט ער די כוונת המצוה. און וועגן דעם ווען א מענטש שרייט בפירוש אז ער וויל נישט יוצא זיין די מצוה, און פשוט אז ער איז נישט יוצא די מצוה אפילו למאן דאמר אינן צריכות כוונה. [עי' כעין זה בשפת אמת, ראש השנה, דף כט ב].

די גרויסע גאון רבי שלמה היימן זצ"ל (חידושי רבי שלמה, ראש השנה) קריגט זיך, און ער איז מסביר: אז אין אמת'ן די מאן דאמר וואס האלט אז מצות אינן צריכות כוונה, האלט אז א מצוה דארף בעצם נישט קיין כוונה בכלל כדי מען זאל מקיים זיין די מצוה, און די טעם פארוואס ווען איינער זאגט בפירוש אז ער וויל נישט יוצא זיין די מצוה איז ער נישט יוצא, איז וויבאלד, ווען ער זאגט קלאר אז ער וויל נישט יוצא זיין די מצוה, פעלט אין די עצם 'קיום המצוה', אין וועגן דעם איז ער נישט יוצא. [פירוש: נישט עס פעלט אין די 'כונת המצוה', ווייל די מאן דאמר וואס האלט מצות אינן צריכות כונה האלט אז מען איז יוצא אפילו אן קיין כונה, נאר ווען איינער האט היפך כונה, פעלט די עצם 'קיום המצוה' און דא ווערט שוין די מאן דאמר וואס האלט מצות אינן צריכות כונה מודה זיין אז ווען עס פעלט אין די עצם קיום המצוה איז מען נישט יוצא די מצוה.]

ב. קושית הכפות תמרים על הטור - ותירוצו של הערוך לנר

תוספות זאגט: אף על גב דאמרינן דמצות אינן צריכין כוונה מכל מקום בעל כרחו לא נפיק - פירוש: אז לפי די מאן דאמר אז מצות אינן צריכות כוונה, איז כדי נישט יוצא צו זיין די מצוה מיז זיין א 'היפך כוונה'. איז משמע פון דעם, און אזוי איז פשוט, אז למאן דאמר מצות צריכות כוונה, דארף מען נישט קיין 'היפך כוונה' נישט יוצא צו זיין די מצוה, נאר עס איז גענוג פשוט נישט צו האבן כוונה, אין אזוי האט מען נישט יוצא געוועהן די מצוה.

לפי זה פרעגט די כפות תמרים (כאן על התוספות), אז שיטת הטור איז (או"ח, סי' ס', וסי' תקפט) אז להלכה נעמט מען אן אז מצות צריכות כוונה, און דא ביי הלכות לולב שרייבט די טור (סי' תרנא) אז איינער פון די עצות וואס מען קען טוהן צו מאכן די ברכה אויף די לולב עובר לעשייתן "אי נמי יכוין שלא לצאת עד שיברך", שרייבט די כפות תמרים: ובכן יש לתמוה, לפי דעתו כמאן דאמר מצות צריכות כוונה, אין צריך לכוין שלא לצאת, אלא כשלא כיון לצאת סגי פירוש: לויט די טור וואס פסק'נט אז מצות צריכות כוונה איז גענוג פשוט נישט צו האבן קיין כוונה ווען מען איז מקיים די מצוה, איז פארוואס שרייבט די טור אז כדי מען זאל קענען מאכן די ברכה עובר לעשייתן זאל מען האבן א 'היפך הכוונה'? און די כפות תמרים איז מסיים דער קשיא מיט א צריך עיון!

די ערוך לנר ברענגט אראפ די קשיא פון די כפות תמרים, און ער ענטפערט זייער א טרעפליכע און גלייכע תירוץ, וזה לשונו: ולענ"ד י"ל, דבשלמא מי שאינו שואל רק עושה מעצמו דבר מצוה, בזה שייך לומר דאם לא כוון לא יצא, אבל הכא ששואל ומורין לו איך לעשות, אם כן איך שייך לומר שיטול בלא כוונה, הא כל כוונתו כשנוטל לולב הוא לצאת, ואם כן כוונתו היא כאן בעל כרחך, לכן שפיר כתב הטור שמורין לו שיתכוון שלא לצאת דאם לא מתכוון לכך ודאי נוטלו לצאת בו.

פירוש: מציאות'דיג איז נישט שייך צו זאגן פאר א מענטש למאן דאמר מצות צריכות כוונה, אז ער זאל נעמען א לולב און אתרוג, און בשעת די נעמסט די לולב כדי צו מקיים זיין די מצוה האב נישט אינזינען צו מקיים זיין די מצוה, ווייל דער מענטש נעמט דאך די ד' מינים יא צו מקיים זיין די מצוה, איז אפילו למאן דאמר מצות צריכות כוונה וועסטו מיזן זאגען פאר די מענטש בשעת'ן נעמען די ד' מינים, אז ער זאל האבן א 'היפך הכוונה', כדי ער זאל נישט יוצא זיין די מצוה. און דעס וואס די מאן דאמר מצות צריכות כוונה זאגט אייביג אז אפילו עס פעלט די כוונה איז מען נישט יוצא, דעס איז אויב א מענטש טוט א מצוה אין שפעטער כאפט ער אז ער האט נישט געהאט קיין כונה, אבער הייסן א מענטש בפירוש, טוה א מצוה אין האב נישט קיין כוונה, ארבעט נישט מציאות'דיג.

ג. דברי הבכורי יעקב לפשוט מהתוספות לאחד מהצדדים בחקירת האחרונים המפורסמת

די ערוך לנר, אין זיין ספר בכורי יעקב אויף הלכות לולב (סי' תרנב, ס"ק י) ברענגט אראפ די חקירה וואס די גדולי האחרונים זענען געוועהן מסופק, אין די מצוה פון לולב, וזה לשונו: נסתפקתי מי שנטל לולב קודם עלות השחר - א מענטש וואס האט געמאכט די מעשה הלקיחה אין די ד' מינים פאר די עלות השחר, ועדיין הוא בידו עד אחר נץ החמה ואחר כך הניחו מידו - און אזוי האלט ער די ד' מינים ביז נאך די נץ החמה, אם צריך שוב לחזור וליטלו איז די שאלה, צו דארף דער מענטש איבער טוהן די מצוה פון ד' מינים, און די ספק איז וואס איז די מצוה פון נטילת לולב: אם נאמר שהלקיחה היא המצוה דהיינו שיטלו ויביאו לידו - צו זאגט מען אז די עיקר מצוה פון נטילת לולב איז די עצם 'לקיחה', ולכן בעינן הלקיחה בעת החיוב דוקא ולא יצא - דעמאלטס מיז די לקיחה זיין בשעת החיוב, דהיינו נאך די עלות השחר, און וויבאלד דא האט די מענטש געמאכט די לקיחה פאר די עלות השחר, אפילו ער האט געהאלטן די ד' מינים ביז אינמיטן טאג, האט ער נישט יוצא געוועהן. או נימא - אדער וועט מען זאגן א אנדערע צד אין די מצוה פון נטילת לולב: דמצות לקיחה רק שיהיה בידו וכיון שהוא בידו בעת החיוב יצא - אז די מצוה פון נטילת לולב איז אז 'עס זאל זיין אין דיינע הענט', דעמאלטס וועט אויסקומען אז מען האט יא מקיים געוועהן די מצוה פון די ד' מינים אויב מען האט עס גענומען פון די עלות השחר ביז אינמיטן טאג, ווייל אה"נ די לקיחה איז געוועהן פאר די עלות, אבער די 'החזקת הד' מינים' איז געוועהן אינמיטן טאג, און מען האט יוצא געוועהן.

שרייבט די ערוך לנר: ולכאורה יש לפשוט ספק זה ממה שכתב התוספות תקנה שתהי' הברכה עובר לעשייתן שיתכוון שלא לצאת עד אחר הברכה, הרי דבשעת לקיחה לא יצא עדיין כיון שנתכוון שלא לצאת ואינו יוצא רק על ידי שהוא בידו אחר הברכה - פירוש: פון אונזער תוספות איז דא א ראיה צו איינער פון די וועגן אין דער חקירה, ווייל תוספות זאגט אז איינער פון די עצות ווי אזוי מען קען מאכן די ברכה עובר לעשייתן איז אז מען זאל האלטן די ד' מינים אין די הענט, און מען זאל האבן היפך כוונה, און אזוי מאכן די ברכה און נאכדעם זאל מען שאקלען און יוצא זיין די מצוה, און אויב איז אמת די ערשטע צד די חקירה אז די מצוה פון נטילת לולב איז די עצם 'לקיחת הלולב', וועט דאך פעלן דא די עצם לקיחת הלולב, ווייל בשעת ווען די מענטש נעמט די ד' מינים אין די הענט אריין [דהיינו די לקיחה] איז ער נישט מקיים קיין שום מצוה ווייל ער האט דאך דעמאלטס די היפך הכוונה, און נאר נאך די ברכה הייבט ער אן צו מקיים זיין די מצוה, אבער גלייך נאך די ברכה מאכט ער דאך נישט קיין שום מעשה הלקיחה? נאר על כרחך מיז מען זאגן אז פון דער תוספות זעהט מען אז די מצוה פון נטילת לולב איז די עצם 'החזקת הד' מינים', אין וועגן דעם איז מען יוצא גלייך נאך די ברכה אפילו עס איז נישט געוועהן קיין מעשה לקיחה. און אזוי אויך ביי די מעשה ווי א מענטש האט גענומען די ד' מינים פאר די עלות השחר, אין געהאלטען ביז נאך די נץ החמה, וועט לכאורה זיין די הלכה אז ער יוצא געוועהן די מצוה פון נטילת לולב. [אבל אחר זה כתב הביכורי יעקב לחלק, וזה לשונו: אכן עדיין צריך עיון, לחלק קצת דשם על כל פנים נטל בעת החיוב רק שמכוון שעדיין לא תשלם המצוה עד אחר הברכה, אבל הכא נטלו בלילה ולא קיין כלל ולקחתם לכם ביום, ומה שהוא בידו לבד בלא לקיחה אפשר דלא מיקרי לקיחה.]

ד. קושית התוספות על הדרך השלישי - ותירוצו

תוספות נאכן שרייבט די דריטע עצה, דהיינו מען זאל האבן היפך כוונה. פרעגט זייער א שטארקע קשיא. די גאנצע שוועריקייט פון תוספות הייבט נישט זיך אן פון א גמרא שפעטער אין מסכת סוכה ווי די גמרא האט די זעלבע שוועריקייט פון "הא מדאגבהיה נפק ביה", און אויב אזוי, לויט ווי תוספות האט יעצט מסביר געוועהן אז מען קען טוהן די עצה פון היפך כוונה, פארוואס האט נישט די גמרא געזאגט דארט דער עצה, דהיינו א מענטש וואס גייט ארויס שבת ברשות הרבים מיט די ד' מינים אין די האנט מיט א היפך כוונה, קומט אויס אז ער האלט נאך פאר די קיום המצוה אין וועגן דעם איז ער פטור פון א חטאת?

אויף דעם שרייבט תוספות: והא דלא משני הכא בסוף פירקין? די תירוץ איז: דמיירי - ווייל דארט רעדט מען: באדם שאינו בקי - פון א מענטש וואס איז נישט בקי אין הלכות לולב, שהולך אצל בקי ללמוד - און ער וויל גיין צו איינער וואס איז א בקי אין הלכות לולב כדי אים אויסצולערענן די הלכות, און דורך דעם פארגעסט ער זיך און ער גייט ארויס ברשות הרבים. און וויבאלד מען רעדט דאך פון א מענטש וואס איז בכלל נישט בקי אין הלכות לולב, ווייסט ער זיכער נישט פון דער עצה פון 'היפך כוונה', וועגן דעם שרייבט נישט די גמרא דארט דער וועג צו פארענטפערן.

דרך הרביעי בתוספות

אין א פערדע וועג איז תוספות מסביר ווי אזוי קען מען מאכן די ברכה אויף די ד' מינים אין עס איז נישט קיין פראבלעם פון עובר לעשייתן: אי נמי משום דלא גמרה מצותו עד אחר ניענוע.

פירוש: בעצם הייבט זיך אן די מצוה פון ד' מינים די רגע וואס מען הייבט עס אויף, און ווי די גמרא זאגט 'מדאגבהיה נפק ביה', אבער די מצוה ווערט נישט פארטיג נאר מיט די עצם אויף הייבן די ד' מינים, נאר די מצוה האט נאך א המשך, דהיינו מען דארף נאך מקיים זיין די המשך המצוה וואס דעס איז די 'נענועים', און פאר מען מאכט נישט די נענועים הייסט עס נאך ווי אינמיטען די מצוה, וועגן דעם קען מען מאכן די ברכה, נאכן אויף הייבן די ד' מינים פאר די נענועים, און עס הייסט נאך עובר לעשייתן.

און תוספות לייגט צו א ראיה צו דער מהלך: דמהאי טעמא נמי מברכין אנטילת ידים אחר נטילה דלא גמר מצותו עד אחר ניגוב - אזוי זעהט מען אויך ביי די מצוה פון נטילת ידים, וואס די מצוה האט צוויי חלקים, קודם די עצם וואשען די הענט, און שפעטער איז דא די המשך פון די מצוה וואס דעס איז די 'אפווישען די הענט', און מען מאכט טאקע די ברכה ביי נטילת ידים, נאכן זיך וואשען, פארן זיך אפווישען, און עס הייסט נאך אלץ 'עובר לעשייתן', אזוי אויך דא ביי די ד' מינים, קען מען מאכן די ברכה נאכן נעמען די ד' מינים אין די הענט פארן מקיים זיין די המשך המצוה פון די נענועים, אין עס הייסט נאך אלץ עובר לעשייתן.

אבער תוספות קומט און פרעגט אפ דער מהלך, וזה לשונו: ומיהו לא דמי כולי האי דניענוע אינו אלא משירי מצוה בעלמא ולא מעכב.

פירוש: תוספות זאגט אז בעצם קען מחלק זיין פון נטילת ידים אין נטילת לולב. נטילת לולב ווערט נישט די נענועים גערעכנט ווי א חלק פון די מצוה, און די נענועים איז נישט מעכב די מצוה, דהיינו, אויב איינער האט נישט מקיים די המשך המצוה פון די נענועים, האט ער נאך אלץ יוצא געוועהן די מצוה פון ד' מינים, אבער ביי נטילת ידים וואס די ניגוב איז א חלק פון די מצוה פון נטילת ידים, און מען מעג נישט עסן קיין ברויט פאר מען מאכט נישט קיין ניגוב, וועגן דעם ווערט עס גערענכט ממש א חלק פון די מצוה, אין מען קען מאכן די ברכה פון על נטילת ידים, ציווישען די וואשען אין די אפווישען, משא"כ ביי נטילת לולב, די רגע מען האט אויפגעהויבן די ד' מינים האט מען שוין בעצם יוצא געוועהן די מצוה, און די נענועים איז נאר 'משיירי המצוה'.

און תוספות לייגט צו א ראיה צו דעם: כדאמרינן בסוף פירקין מדאגביה נפק ביה ומשני כשהפכו ולא משני בשלא ניענע - פירוש: אויב איז דער וועג אמת אז עס הייסט נישט עובר לעשייתן, וויבאלד מען האלט נאך אינמיטען די מצוה, פארוואס ענטפערט נישט די גמרא שפעטער אין מסכת סוכה, אז מען רעדט דא אז די מענטש האט גענומען די ד' מינים אין זיין הענט אבער ער האט נאך נישט געמאכט די נענועים, און אזוי האט ער ארויסגעגאנען אין רשות הרבים, און ער וועט הייסן א טרוד בדבר מצוה ווייל ער האלט נאך אינמיטן מקיים צו זיין די מצוה פון די ד' מינים, נאר על כרחך זעהט מען פון דעם, אז די נענועים איז נישט ממש א חלק פון די מצוה, און וועגן דעם ענטפערט נישט די גמרא דער תירוץ.

מהלכו של הרמב"ם - ביאורו של הב"ח

די רמב"ם שרייבט אין הלכות לולב (פרק ז הלכה ו) וזה לשונו: וכשהוא נוטלם לצאת בהן מברך תחלה על נטילת לולב - פירוש: די רמב"ם פסק'נט אזוי ווי תוספות שרייבט גלייך פון אנהייב 'מטעם זה צריך לברך אלולב קודם שיטלנו', דהיינו מען מאכט די ברכה נאך פארן נעמען די ד' מינים אין די הענט. אין לכאורה איז שווער אויף די רמב"ם אזוי ווי תוספות פרעגט ווי אזוי קען מען מאכן דעמאלטס די ברכה עס איז דאך עובר דעובר?

די הייליגע ב"ח אין הלכות לולב (סימן תרנ"א, אות ד) איז מבאר בטוב טעם ודעת די שיטת הרמב"ם.

די ערשטע צוויי דרכים פון תוספות וועט נאר שטימען אויב מען נעמט אן להלכה אז די ד' מינים מעכבים זה את זה, און ווי תוספות שרייבט בפירוש: ושמא משיתחיל ליטול לולב קודם שיטול האתרוג מברך והיינו עובר לעשייתן 'שמעכבים זה את זה'. אבער אסאך ראשונים קריגען זיך אויף דער שיטת התוספות און זיי האלטן (עי' שו"ע סי' תרנא, סעיף יב) אז אויב די ד' מינים געפונט זיך אין פארנט פון די מענטש און ער נעמט די ד' מינים בזה אחר זה, דעמאלטס זאגט מען 'אין מעכבים זה את זה', און ברגע וואס מען נעמט די לולב אין די האנט האט מען יוצא געוועהן די מצוה פון לולב, און נאכדעם ווען מען נעמט די אתרוג איז מען יוצא די מצוה פון אתרוג, לפי זה קומט אויס ברגע די האסט די לולב אין די הענט אן די אתרוג [אזוי ווי די ערשטע מהלך אין תוספות] אדער די האלסט די אתרוג איבערגעדרייט [אזוי ווי די צווייטע מהלך אין תוספות] האסטו שוין יוצא געוועהן די מצוה פון די לולב, און אויב מאכסטו יעצט די ברכה איז עס שוין נישט עובר לעשייתן.

און די דריטע מהלך פון תוספות, אז מען זאל האבן היפך כוונה, וועט די רמב"ם האלטן אזוי ווי די שיטת הראשונים, אז למאן דאמר מצות אינן צריכות כוונה, אפילו מען האט א היפך כונה איז מען נאך אלץ יוצא די מצוה, און אזוי ווי די ריטב"א שרייבט אין מסכת ראש השנה (כח עמוד א, ד"ה לא צריכא) וזה לשונו: וקמ"ל דמצות אין צריכות כונה לצאת בדיעבד, ואפילו עומד וצווח נמי איני רוצה לצאת ולאכול לשום מצוה, יצא.

און לגבי די פערדע מהלך פון תוספות, האט דאך תוספות אליין אפגעפרעגט, אז די נענועים ווערט נאר גערעכנט ווי שיירי מצוה. איז וועגן דעם האלט די רמב"ם אז אה"נ די גמרא זאגט אין מנחות אז מען דארף סומך זיין די ברכה ממש פאר די מצוה, אבער דעס איז נאר לכתחילה, אבער אין א פאל וואס מען האט נישט קיין אנדערע ברירה אזוי ווי דא ביי לולב, וועט מען מוזן מאכן די ברכה פארן אויף הייבן די ד' מינים.

"להלכה"

דברי המחבר והטורי זהב וביאור הגר"א

להלכה שרייבט די מחבר אין הלכות לולב (סימן תרנא סעיף ה): יברך על נטילת לולב, ושהחיינו, קודם שיטול האתרוג, כדי שיברך עובר לעשייתו, או יהפוך האתרוג עד שיברך - פירוש: די מחבר נעמט אן להלכה, אז מען זאל טוהן די ערשטע אדער די צווייטע מהלך פון תוספות.

קומט די טורי זהב (ס"ק ה) אין פרעגט פארוואס שרייבט נישט די מחבר אויך די דריטע מהלך פון תוספות, דהיינו מען זאל נעמען די ד' מינים בהיפך כוונה? ענטפערט די טורי זהב: והא דלא זכר בשולחן ערוך רק שני דרכים ולא הדרך השלישי דהיינו שיכוין שלא לצאת? נראה דלאו שפיר הוא הדרך שלישי כמו שני דרכים הראשונים, דבדרך השלישי אין כאן שום ענין להזכירו שיכוין בלבו כן, ודלמא לאו אדעתיה לכוין כן, משא"כ בשני דרכים הראשונים יש בו הרגשה להזכיר דלא יצא עדיין כיון שאתה מצריכו להפוך או ליטול דוקא קודם נטילת האתרוג ולהפסיק בין הדבקים שהם מצוה א' ודבר שהוא שינוי מעשה אין אדם שוכחו כנלע"ד - פירוש: די טורי זהב איז מסביר אז אה"נ מען וועלט געקענט טוהן די דריטע מהלך פון תוספות, אבער לכתחילה'דיג איז בעסער צו טוהן איינער פון די ערשטע צוויי מהלכים פון תוספות, וויבאלד ביי די ערשטע און די צוויטע מהלך, איז דא א 'הרגשה להזכיר', ווייל די מענטש ווייסט אז די סדר פון שאקלען לולב איז אז מען נעמט קודם די לולב אין מען מאכט די ברכה, אדער מען נעמט די אתרוג פארקערט אין מען מאכט די ברכה, אין אזוי וועט ער זיכער מאכן די ברכה עובר לעשייתן, משא"כ אויב מען וועט זאגן פאר מענטש צו נעמען אלע ד' מינים נארמאל, אין נאכדעם זאל ער אינזינען א היפך כוונה, איז נישט דא קייט 'הרגשה להזכיר', אין מען האט מורא אז ער גייט נישט טראכטען די היפך כוונה אין ער וועט נישט קענען מאכן די ברכה עובר לעשייתן.

די גר"א אבער שרייבט (בביאור הגר"א שם ס"ק טו): ועל צד היותר טוב יכוין שלא לצאת בו, דהיינו די גר"א האלט אז די בעסטע עצה איז יא די דריטע מהלך פון תוספות.