גלייבן מיט 'אמונה' איז פיל חשוב'ער ווי משיג זיין מיט 'חכמה' און שכל
ד' מינים
אויפן פסוק (ויקרא כג, מ): 'ולקחתם לכם ביום הראשון פרי עץ הדר וכפות תמרים וענף עץ עבות וערבי נחל' [-איר זאלט נעמען אינעם ערשטן טאג סוכות, אן אתרוג, א לולב, הדסים, און ערבות], ברענגט דער מדרש (ויק"ר ל, ב) דעם פסוק (תהלים טו, יא): "תודיענו אורח חיים שובע שמחות את פניך נעימות בימינך נצח" [-דו וועסט מיר לאזן וויסן דעם וועג פון לעבן, און דו וועסט מיר אנזעטיגן מיט שמחה, און דורך דיין רעכטע האנט וועל איך זוכה זיין צו אייביגע זיסקייט]. מען דארף פארשטיין וואס איז די שייכות פון דעם פסוק צו דעם ענין פון די ד' מינים.
מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע איז דאס מבאר, לויט דעם וואס עס שטייט דארט אין מדרש (אות ט"ו, ובמפרשים), אז דאס וואס חכמינו ז"ל האבן געזאגט אז 'פרי עץ הדר' מיינט א אתרוג, און 'כפות תמרים' מיינט א לולב, און 'ענף עץ עבות' מיינט הדסים, און 'ערבי נחל' מיינט ערבות, דאס האבן זיי נישט אליינס משיג געווען פון דער פסוקים, ווייל אפילו שלמה המלך מיט זיין חכמה האט דאס נישט געקענט משיג זיין, נאר זיי האבן געהאט א קבלה און א מסורה פון די פריערדיגע דורות אז דער פסוק רעדט פון די דאזיגע פיר מינים.
עס ווערט מבואר אין ספה"ק בני יששכר (מאמר ד' אות יט), אז ווען א מענטש גלייבט אין די תורה מיט 'אמונה', איז דאס פיל א גרעסערע מדריגה ווי ווען ער איז דאס משיג מיט זיין 'חכמה' און שכל. דאס הייסט אז מיט 'אמונה' קען מען מער משיג זיין ווי מיט 'חכמה', ווייל זאך וואס א מענטש גלייבט עס מיט אמונה, מיינט דאך אז ער האט דאס נישט געקענט משיג זיין אליינס דורך זיין חכמה, ווייל אויב האט ער דאס יא משיג געווען מיט זיין חכמה, קען דאס שוין מער נישט גערופן ווערן 'אמונה', ווייל ער דארף דאס שוין מער נישט 'גלייבן', וויבאלד ער 'ווייסט' דאס שוין דורך זיין חכמה.
דער בני יששכר לייגט צו א שטארקע נקודה: א מענטש וואס גלייבט נאר דאס וואס ער איז משיג מיט זיין 'חכמה', איז דאס אזויווי ער גיבט צוריק די פקדון פאר השי"ת, ווייל השי"ת האט אים דאך געגעבן די חכמה, און יעצט גיבט ער דאס צוריק פאר השי"ת. אבער א מענטש וואס גלייבט מיט 'אמונה', קומט דאך אויס אז ער גיבט צוריק פאר השי"ת מער ווי די פקדון וואס השי"ת האט אים געגעבן. און ממילא 'מדה כנגד מדה' קומט זיך אים אז השי"ת זאל אים צוגעבן אריכות ימים ושנים, ווייל די נשמה זיינע איז דאך אויך א פקדון וואס ער דארף צוריקגעבן פאר השי"ת, און וויבאלד ער גיבט צוריק פאר השי"ת מער ווי די פקדון, קומט זיך אים אז מען זאל אים אויך מוסיף זיין נאך לעבן, אפילו אין דער צייט וואס ער דארף שוין באמת צוריקגעבן זיין פקדון.
נאך א גרויסע מעלה האט די השגה פון 'אמונה' מער ווי די השגה פון 'חכמה', ווייל אלעס וואס א מענטש איז משיג דורך זיין שכל און חכמה, בלייבט צום סוף איבער א קליינע ספק ביי אים אין הארץ אין די ריכטיגקייט פון די זאך, ווייל אפשר האט ער נישט גענצליך משיג געווען די טיפקייט פונעם ענין. אבער א זאך וואס מען גלייבט מיט 'אמונה' איז דאך קלאר ווי די טאג, און עס בלייבט נישט איבער ביי דעם קיין שום ספיקות. און עס איז באקאנט דאס וואס די רמב