האב איך א חלק אין דעם שמחת יום טוב?!
הרה"ק רבי וועלוועלע פון זיטאמיר זי"ע זאגט: דער עיקר שמחה פון דעם יום טוב סוכות איז, ווייל יעצט אין די טעג פון סוכות איז די שכינה כביכול געווארן אויפגעבויעט און פארראכטן בשלימות, און דעריבער איז דער אויבערשטער יעצט משמח די שכינה, און פון דארט קומט ארויס די גאנצע שמחת יום טוב.
דעריבער איז יעצט אין דעם 'זמן שמחתינו' דער צייט, אז יעדער איד זאל זיך מתבונן זיין, אין די קעמערלעך פון זיין שכל און אין די טיפעניש פון זיין הארץ, צי ער האט טאקע זוכה געווען צו האבן א חלק אויפצובויען די שכינה, דורך זיינע גוטע מעשים און דורך זיין קבלת עול מלכות שמים במשך די טעג פון ראש השנה ביז שמיני עצרת.
ווייל דער וועג וויאזוי די שכינה ווערט אויפגעבויעט איז נאר דורך די מעשים טובים פון אידן, און ווי מער אידן דערנענטערן זיך צום אויבערשטן, אלס מער ווערט די שכינה אויפגעבויעט, דעריבער דארף זיך יעדער איד מתבונן זיין צי ער האט טאקע זוכה געווען צו גורם זיין א שמחה פאר די שכינה'.
י וזל"ק (אור המאיר, סוכות): ומעתה תחזה גודל הזהירות והנקיות שצריך להיות על כל אחד מישראל עתה בזמן השמחה ולהתבונן במעוז שכלו ועומק לבו אם יש לו איזה חלק מצד כשרון פעולותיו וקבלת עול מלכותו מראש עד סוף מר"ה עד עצרת מה גרם למעלה אם יש לו חלק בבנין קומת השכינה אשר זהו עיקר השמחה להיות ה' איש מלחמה שמח את אשתו יראת ה' עתה בגמר תיקונה ובניינה ומי הוא הבונה הלא הכל מצד נשמות ישראל לערך אחיזתם בקומתה כנזכר והיא העולה עמהם להתפאר במעשיהם לומר חזי במה ברא אתינא לקמך ומראה לפניו קיבוץ כללות נשמות ישראל כי הוא דמות דכל דמיונות מתחזין בה