Skip to content

השי"ת קוקט אויף אונז דורך די לעכער פון די סכך!

די ערשטע נאכט סוכות, צום אושפיזין פון אברהם אבינו, האט הרה"ק רבי הירש מרימנוב זי"ע געזאגט: אברהם אבינו ע"ה האט זייער מורא געהאט אז ער זאל ח"ו נישט אפגעשוואכט ווערן פון זיין עבודת ה' און נאכגעשלעפט ווערן נאך די 'הבלי עולם הזה', און ער האט אסאך געוויינט צו השי"ת און אים געבעטן ער זאל אים געבן א גוטע עצה ווי אזוי צו קענען בלייבן שטארק אין עבודת ה'.

האט אים השי"ת געגעבן א סגולה דערצו: "לך לך מארצך" וגו', אז די עצה ווי אזוי צו פטור ווערן פון די 'ארציות'[גשמיות], איז צו גיין "אל הארץ אשר אראך", וואס דאס איז מרמז אויף די מצוה פון 'סוכה', ווייל אינעם סוכה איז דער מענטש זוכה אז השי"ת זעט אים און קוקט אויף אים ("אשר אראך" - וואס איך וועל דיר זען), און אזוי אויך איז דער מענטש זוכה צו זען השי"ת דורך די לעכער פונעם סכך, און דורכדעם ווערט נשפע אויפן מענטש א רוח קדושה וטהרה נישט נאכגעשלעפט צו ווערן נאך די 'הבלי עולם הזה'. דעריבער איז די הלכה אז לכתחלה דארף מען קענען זען די שטערנס אין די סוכה, צו ווייזן אז השי"ת קוקט און היט אויף אונז פון אויבןכי.

כו וזל"ק (בארות המים לסוכות): ליל א' לאושפיזין דאברהם אבינו ע"ה פתח הרה"ק ואמר, אאע"ה הי' ירא מהבלי העוה"ז ובכה מאד לפני הקב"ה שיתן לו עצה ותושי' איך ומה לעשות, ואמר

PDF Preview