Skip to content

הלכות וואס זענען נוגע פאר יום טוב סוכות

הורינו | September 27, 2026

הלכות וואס זענען נוגע פאר יום טוב סוכות

פונקט ווי יעדער איד איז מחויב צו לערנען די הלכות וואס זענען נוגע למעשה יעדן טאג, ווי למשל הלכות ברכות, שבת, און שמירת הלשון, די זעלבע זאך איז מען מחויב צו לערנען און חזר'ן די הלכות פון כיבוד און מורא אב ואם. די מצוה איז א 'מצוה תמידית' וואס באגלייט דעם מענטש יעדע מינוט, און עס איז גאר א הארבע זאך. אויב א מענטש וועט נישט גוט דורכלערנען די הלכות, וועט ער נישט וויסן וויאזוי דאס מקיים זיין ריכטיג, און ער וועט זיכער נכשל ווערן אין אסאך הארבע הלכות, אן דעם וואס ער זאל אפילו וויסן.

א זון וואס בויט א סוכה און דארף הילף פון זיין טאטן, זאל אים נישט בעטן אים ארויסצוהעלפן, ווייל עס איז אסור צו בעטן דעם טאטן ער זאל אים באדינען. אבער אויב דער זון בויט די סוכה פאר די עלטערן, וואו זיין גאנצע ארבעט איז בעצם צו העלפן זיי, מעג ער זיך לאזן העלפן פונעם טאטן, ווייל דאס הייסט נישט אז דער טאטע העלפט דעם זון, נאר ער העלפט זיך אליין.

א זון וואס האט געקויפט צוויי אתרוגים, און איינס איז שענער ווי דאס אנדערע, איז ער נישט מחויב צו געבן דעם שענערן אתרוג פארן טאטן. אבער הגאון רבי חיים קנייבסקי זצ"ל האט דערציילט אז ער פלעגט יא געבן פאר זיין טאטן הגאון בעל קהלת יעקב זצ"ל דעם שענערן אתרוג, ווייל למעשה האט ער געמאכט די

ברכה אויף זיין טאטנ'ס אתרוג.

אויב דער טאטע בעט אים צו ברענגען די ד' מינים און די מאמע בעט א גלאז וואסער - האט הגאון רבי יצחק זילבערשטיין שליט"א גע'פסק'נט אז ער דארף קודם פאלגן די מאמע, ווייל די עיקר כיבוד איז ביי עסן און טרינקען, און דעריבער קומט די מאמע פריער, וואס דארף עס האבן.

איינער וואס וויל נישט באזוכן זיינע עלטערן אויף סוכות, אדער ער וויל דארט גארנישט עסן ווייל זייער סוכה איז נישט געבויט לויט די חומרא פונעם חזון איש (אז א מעמיד דמעמיד איז מקבל טומאה) - מוז ער מוותר זיין פון די חומרא אויב ס'איז דא א חשש אז די עלטערן וועלן ווערן פארשעמט אדער האבן צער.

PDF Preview