הורינו דברות קדשך - כיבוד אב ואם אין די וואכעדיגע פרשה
הורינו | September 27, 2026
"וזאת הברכה אשר ברך משה" (דברים לג, א)
אין ספר 'דרכי מוסר' פון הגאון רבי יעקב ניימאן זצ"ל, ברענגט ער א מדרש רבה (פרשה י"א): א שליח ציבור וואס האט געמאכט א טעות, איז די הלכה אז א צווייטער דארף איבערנעמען זיין פלאץ. און פון וואו הייבט ער אן? פון אנהייב פון ברכה וואס יענער האט זיך פארמישט. מען לערנט ארויס די הלכה פון די אבות העולם, ווייל קיינער פון זיי האט נישט אנגעהויבן זיין ברכה נאר פון דארט וואו זיין פאטער פאר אים האט געענדיגט.אברהם האט געבענטשט יצחק'ן אזוי ווי עס שטייט "ויתן אברהם את כל אשר לו ליצחק". און וואס האט ער אים געגעבן? ר' נחמיה זאגט - ער האט אים געגעבן א ברכה, אזוי ווי עס שטייט "ויתן לך האלקים". יצחק האט געבענטשט יעקב, האט ער געזאגט: איך וועל אנהייבן פון וואו מיין פאטער האט געענדיגט. מיין פאטער האט זיך אפגעשטעלט ביי "יתן", און איך וועל אנהייבן מיט "יתן" אזוי ווי עס שטייט "ויתן לך האלקים" וכו'. און מיט וואס האט יצחק געענדיגט? מיט 'קריאה', אזוי ווי עס שטייט "ויקרא יצחק אל יעקב ויברך אותו". יעקב איז געגאנגען בענטשן די שבטים, האט ער געזאגט: איך הייב אן נאר מיט א 'קריאה', אזוי ווי עס שטייט "ויקרא יעקב אל בניו". און מיט וואס האט ער געענדיגט? מיט "זאת", ווי עס שטייט "וזאת אשר דבר להם אביהם". משה רבינו איז געגאנגען בענטשן כלל ישראל, האט ער געזאגט: איך הייב אן נאר מיט "זאת". פון וואו? פון דעם וואס מיר ליינען אין די פרשה, "וזאת הברכה". ביז דא זענען די ווערטער פונעם מדרש.פרעגט הגר"י ניימאן: ווען איז א ברכה באמת ראוי אנגערופן צו ווערן א ברכה? ווען די קינדער הייבן אן דארט וואו די טאטעס האבן איבערגעלאזט, ווען די קינדער פירן ווייטער די שלשלת, זיי קעמפן ווייטער פאר דעם וואס די עלטערן האבן געקעמפט, און רירן זיך נישט קיין זיז כל שהוא פון זייער גרויסע מסורה. אנדערש איז אבער אויב די קינדער פאנגען אן אפצונויגן פון דעם אויסגעטרעטענעם וועג פון זייערע עלטערן, און נאך מער, זיי טוען פארקערט ווי דעם טאטן; ווען זיי רייסן איבער די קייט און די מסורה פון די עלטערן, דעמאלטס איז דאס נישט קיין ברכה. די גאנצע ברכה איז נאר ווען די יונגע דור ווערט אויפגעצויגן צו גיין אין דעם וועג פון די עלטערן און עס ממשיך זיין.View The Full Article (PDF)