Skip to content

אין יום טוב סוכות קענען מיך זוכה זיין צו 'קדושת יוסף'!

הרה"ק רבי לייבעלע איגר זי"ע טייטש דעם פסוק (בראשית מט כב) 'בן פורת יוסף בן פורת עלי עין', אז די ווארט 'פורת' איז מלשון 'רפואה', אויך די ווארט 'עלי' איז מרמז אויף רפואה, אזויווי דער פסוק (ירמיה ל יז) זאגט 'כי אעלה ארוכה לך'. און דאס איז מרמז אז דורך די בחינה פון 'קדושת יוסף' קומט א רפואה אויף די אויגן, און מען איז זוכה צו א געוואלדיגע און גרויסע אור. אזויווי חז"ל זאגן, אז בזכות וואס יוסף הצדיק האט זיך געהיטן נישט צו זעטיגן זיינע אויגן און קוקן ח"ו דארט ווי מען טאר נישט, האט ער זוכה געווען זיך צו זעטיגן מזיו השכינה.

דאס איז די בחינה פון 'קדושת יוסף', אז ער איז 'עלי עין', דאס הייסט ער איז העכער און שטערקער פון זיינע אויגן. ווייל די טבע פון א מענטש איז פארקערט, צו ווערן נאכגעשלעפט נאך זיינע אויגן, צו זען און קוקן אלעס וואס קומט אים אונטער, סיי ווייל ער האט הנאה פון דעם, און סיי ווייל עס דאכט זיך אים אז עס וועט ארויס קומען פאר אים א תועלת דערפון. אבער יוסף הצדיק איז געווען שטערקער ווי זיינע אויגן, און ער האט אינגאנצן מבטל געווען די כח פון זיינע אויגן, אז זיי זאלן אים נישט קענען מאכן זען אלע זאכן וואס קומען אונטער, אזויווי דער פסוק זאגט (במדבר טו לט) 'ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם'. און בזכות זה האט יוסף הצדיק זוכה געווען צו באקומען א געוואלדיגע ליכטיגקייט פון די זיו השכינה.

יעצט ביי 'אושפיזא דיוסף' ווערט נמשך אט די הייליגע קדושה אויף אונז, אז מיר זאלן אויך קענען זוכה זיין צו שמירת עינים כראוי, און מיר זאל אויך קענען ממשיך זיין אויף אונז די געוואלדיגע ליכטיגקייט פון די זיו השכינה', און פון די 'אושפיזא דיוסף' צעשפרייט זיך די קדושה אויף אלע טעג פונעם יום טוב סוכות. און ממילא קומט אויס אז די טעג זענען אויך מסוגל אויסצוהיילן די אויגן בגשמיות, ווייל דורכדעם וואס עס ווערט נמשך די גרויס ליכטיגקייט ברוחניות, קומט אויך אראפ א ליכטיגקייט בגשמיותלא.

לא תורת אמת, שבת חול המועד (אושפיזא דיוסף): בן פורת יוסף בן פורת עלי עין, ענין פורת יש לומר שהוא לשון רפואה, וכן תיבת על"י רומז ג"כ על רפואה, כלשון כי אעלה ארוכה לך, ומלשון תעלה. והיינו שמבחינת קדושת יוסף בא הרפואה להעינים, כי הנה אמרו ז"ל על יוסף עיון שלא רצתה ליזון ממהש שאינו שלה תזכה לזון מזיו השכינה, והיינו כי זהו בחי' קדושת יוסף להיות עולה על העין, כי מטבע האדם הוא להיות נמשך אחר מראה עיניו, הן ממה שיש לו הנאה מן הראיה, והן ממה שנראה בעיניו שיגיע לואיזה תועלת, ובחי' יוסף הוא להיות עולה על העין לבטל ממנו את כח הראיות הללו, כמו שנאמר ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם וגו', וממילא על ידי זה זוכה לבחינת האור בשרש, ובקדושת היום הזה אושפיזא דיוסף נמשך ונתפשט ההארה דקדושה לכל ז' ימי החג, כי בחי' יסוד ממשיך אורה לכל השבע

PDF Preview