Skip to content

לויבן דעם אויבערשטן מיט א חיות און א פרישקייט!

דער הייליגער שם משמואל זי"ע זאגט: אום יום כיפור האט כלל ישראל תשובה געטון, און דער אויבערשטער האט אריינגעבלאזן א נייע חיות אין די אידן. נאך יום כיפור ווערט יעדער איד א נייע באשעפעניש!

אבער די אידן נעמען דעם נייעם חיות וואס זיי האבן באקומען, און זיי באנוצן זיך נישט דערמיט פאר זייערע אייגענע געברויכן, נאר זיי נוצן דאס אויס צו לויבן און צו דאנקען דעם אויבערשטן.

דער מדרש זאגט (ויקרא רבה ל, יד), אז די ד' מינים זענען קעגן די הויפט איברים פונעם מענטש [-די שדרה, אויגן, ליפן, און הארץ], דאס איז מרמז אז אום סוכות נוצן מיר אלע איברים צו דינען דעם אויבערשטן און אים לויבן, און דער ירושלמי זאגט (סוכה פ"ג, ה"א), אז דער טעם פארוואס א פארטרינקענטע לולב איז פסול, איז וויבאלד א טויטער קען נישט לויבן דעם אויבערשטן (ווי דער פסוק זאגט (תהילים קטו, יז) "לא המתים יהללו יה"). דאס איז מרמז, אז אום סוכות זענען מיר נישט טויט, ווייל מיר האבן מקבל געווען א פרישע חיות פונעם אויבערשטן, און מיט אט דעם חיות לויבן מיר דעם אויבערשטן מיט אלע אונזערע איברים.

דאס איז מרומז אינעם פסוק (ויקרא כג, מ): "ולקחתם לכם ביום הראשון", אז אידן נעמען דעם חיות וואס זיי האבן באקומען, און זיי נוצן דאס אויס פארן אויבערשטן, אנצוהייבן דינען דעם אויבערשטן, און אים לויבן און דאנקען מיט א געוואלדיגע פרישקייט, און מיט א ספעציעלע התלהבות, כאילו דאס איז "יום הראשון" - דער ערשטער טאג וואס זיי זענען באשאפן געווארן אויף דער וועלטיר.

PDF Preview