נוי סוכה
די הייליגע ר' חיים וויטאל ז"ל ברענגט אז די גרעסטע זמן פון נתינת צדקה, איז געווען ביי זיין רבי ערב סוכות, ס'האט געפלאקערט יעדע ריר האט געפאלקערט.
ס'איז ידוע גאר שטארק אז דער צאנזער רב האט געזאגט אז דאס איז די נוי סוכה ווען מ'גיבט פאר נאך ארימעלייט, איינמאל האט ער צוזאמגערופן אלע עשירים און ער האט געזאגט כ'האב נישט גענוג פאר די עניים אויף סוכות, ער האט ווייטער געטיילט פאר ארימעלייט, אלעס האט זיך געדרייט ארום צדקות.
פארנומענע ערב סוכות
די הייליגע רבי ז"ל כ'האב דאס געהערט פון הרה"ח ר' וואלף כ"ץ ז"ל פון אנדערע הויז בחורים, פון ווען ער איז אנהיממגעקומען און אפילו נאך פארן דאווענען, מ'האט אנגעגרייט ענוולאפס, די רביצין האט געהאט א באזונדערע קאסע, מ'איז געזיצן מ'האט געלייגט ענוולאפס ביז ממש פארן זמן, אלעס האט זיך געדרייט ארום שאפן געלט, געבן געלט, אלעס האט זיך געדרייט ארום דעם.
א גלאז וואסער פאר ר' חיים
ווען מ'רעדט פון דער ענין פון צדקה דארף מען איין זאך וויסן מענטשן זענען ביזי, מ'וואטשט די געלט מ'לייגט דאס אריין אין די אקאונט, אין יענע אקאונט כאילו מ'גייט איבערלעבן די אלע געלטער, קיינער מאכט דאס אבער נישט, די געלט לעבט יעדעם איינעם איבער.
זיי פארציילן א מעשה, אין ארץ ישראל איז געווען א איד ער האט געהייסן ר' חיים זייטשיק ז"ל מיינע קינדער האבן אמאל געזאגט טאטי, דו האסט אייביג ליב צו פארציילן א מעשה מיט א פאני נאמען, די מעשה איז אבער דא.
עשר בשביל שתתעשר
ס'האט מיר פארציילט א יונגערמאן וואס זיצט ביי אונז ביים שיעור האט מיר נעכטן פארציילט.
ובכן ער איז געווען אינוואלווד אין א געוויסע מצוה בדרך לא דרך, איז ער געווארן אריינגעשלעפט אין א עסק, און ער האט אפגעמאכט ער גייט צוזאמשטעלן געלט פאר דעם, פון זיין טאש.
ער האט אנגעהויבן פון דער לעדל פון יענעם לעדל, ער האט אנגעהויבן קראצן פון ווי ער האט געקענט און ס'האט זיך אנגעהויבן אויפפיילן א סכום, ס'איז נישט געווען טויזענט צוויי טויזענט, כ'וויל נישט זאגן די סכום, ס'איז אבער געווען א גרעסערע נומבער'ס, ס'איז אבער נישט געווען קיין פונקטליכע נובמער, לאמיר זאגן אז די נומבער וואס ער האט געהאט געגעבן האט געהאט אויסגעקומען צוויי טויזענט, דריי הונדערט און דריי און צוואנציג דאלער, עפעס אזא סכום איז געווען.
ער איז געגאנגען מיט ענוועלאופ פון געלט ער איז אריבער צו יענעם נצרך א גוטע פריינט, וואס ער האט געהאט אמאל געשעפטן מיט אים, ער האט אים דאס אהינגעגעבן.
עד פרוטה אחרונה
די נעקסטע צופרי, טרעפט אים זיין בעל הבית און זיין בעל הבית זאגט אים, יעצט איז דאך די סדר יעדער איינער באקומט א באנוס, זיין בעל הבית גיבט אים א ענוועלאופ. ער נעמט ארויס דעם ענוועלאופ ער איז געווען גערישט דאס וואס יעדער איינער באקומט, ער זעט אין דעם ענוועלאופ, אויף די האר דאלער'ס און סענס, ער האט מיר דאס נעכטן פארציילט.
ער קאלט אן זיין בעל הבית און ער פרעגט אים אפשר איז א טעות דא, זאגט ניין דו האסט געהאט געמאכט א פראדשעקט אינמיטן יאר, און כ'האב זיך קיינמאל נישט געהאט פאררעכנט, עכ"פ אויף די האר, צען מאל אזויפיל איז געליגן אין יענעם ענוועלאופ.
ס'איז א לעכטיגע מעשה ער האט מיר געזאגט די סכום אויכעט, די מעשה האט יעדער איינער, כ'האב נאר ליב צו פארציילן אביסל מעשיות אויכעט.
כ'האב נאך קיינמאל נישט געגעבן....
פארציילט ער, פאר פינף יאר צוריק האט אים א איד אריבער גערופן, ער וויל מיט אים רעדן זייער וויכטיג צו ער קען אריבער קומען ער וויל מיט אים רעדן אין איינע פון די האטעלן אין ירושלים.
ער קומט אן דארטן, ס'איז געווען א אמעריקאנער איד איז דארטן געווען און ער זאגט קוק אן כ'בין א גרויסע מיליאנער, כ'וויל דיר שטעלן אויף מיין צוואה, כ'וויל דיר שטעלן אויף מיין צוואה דו זאלסט זיין ממונה אויף מיין צוואה זאלסט אויסטיילן די געלט פאר ישיבות, ס'איז א געוואלדיגע כבוד פאר אים.
האט ער אנגעהויבן זאגן פאר דעם איד פארוואס זאלסטו דאס נישט אויסטיילן בחייו?! ווילאנג דו לעבסט טייל אויס די געלט, די מוסדות וועלן הנאה האבן ס'וועלן קענען וואקסן די מוסדות התורה.
זאגט ער, גלייב מיר כ'האב אין מיין לעבן נישט געקענט געבן קיין פרוטה פאר צדקה, כ'קען נישט, איינמאל כ'וועל זיין באגראבן והוא רחום יכפר עון טיילט מיין געלט.
איין קליינע שורה
ער איז אהיים געגאנגען, היינט האבן מיר די לויער'ס גערופן ובכן יענער איד האט זיך געפעקלט, מ'דארף צוטיילן די צוואה און ער שטייט אויף די צוואה, מ'דארף דאס אויסטיילן.
ער קומט אריבער זעט ער איז אין די צוואה איז געווען אריינגעלייגט אין קליינע ליין וואס ער האט נישט געקענט ליינען "דאס זאל זיין פאר אזעלכע יוניווערסטיס וואס סטודיען די בייבל" ס'האבן זיך אנגערוקט דארטן, אלע קריסטן, אלע קלויסטערס פון ארץ ישראל זענען אנגעקומען דארטן, ער האט גארנישט געקענט טון, אלע גויאישע קלויסטערס האבן באקומען פון די געלט.
דער איד האט נישט געהאט קיין זכיה קיין פרוטה איז נישט געגאנגען פאר תורה, זאגט ער כ'שטיי און כ'וויין, א איד האט איבער געלאזט מיליאנען דאלארן ס'איז נישט באשערט געווען, ס'זאל גיין א פרוטה פאר צדקה, אלעס איז געגאנגען אהין דארטן.
אל תשיבנו ריקם
זעמיר א געוואלדיגע זאך, אלע ספרים פרעגן וואס איז דער פראבלעם געווען, דער עגל איז דאך באמת געמאכט צום שחיטה, נו! וואס איז די פראבלעם געווען?!
זאגן די ספרים הקדושים, אמת אמת אז דער עגל איז לשחיטה, אבער אפילו א קאלב ווען ער קומט בעטן הילף, ווארף אים נישט אוועק, ווארף אים נישט אוועק.
אידישע קינדער מ'גייט יעצט נאך געלט מ'שטעלט צוזם געלט, ווארף נישט אוועק קיינעם, גיב יעדעם איינעם וואס ער קען, אז דו קענסט נישט אליין געבן שטעל צוזאם פאר איינעם, זע ווי דו קענסט גיין, יעדער מענטש דארף נעמען א חלק.
קיינער וועט נישט קענען ווען ס'וועט קומען סוכות, זיך אריינזעצן אין די סוכה, מ'גייט אריין אה! געשמאק א פיינע סוכה, מ'גייט מאכן א לישב, ער גייט קויפן אז מין חלה וואס האט נאר מעל מיט וואסער, ער גייט גיין מיט אלע הידורים, טאקע נורא נוראות.
מכבדו בחייו ולא במותו
ס'איז געווען אזא מעשה מיט'ן רבי'ן, כ'מיין אז דאס איז געווען מיט ר' געציל בערגער כ'מיין אז דאס איז געווען מיט אים אויב כ'מאך נישט קיין טעות.
די מוסדות איז געווען אין א ניין מילאן דאלערדיגע לאך, האט ער געזאגט פאר די רבי ער לאזט איבער א צואה.
האט די רבי געזאגט וואס א מענטש גיבט בחייו, האט ער געגעבן וואס ער גיבט נאכדעם איז דאס נישט, בחייו איז דאס א געוואלדיגע זאך.
מצוה שיש לה המשך זמן
און באמת דאס איז דער ענין פון צדקה, אוועק רייסן פון זיך, געלט איז א חלק פון דער מענטש, א מענטש רייסט אוועק א חלק פון זיך, און אזוי גייט מען אריין אונעם היליגן יום טוב האט דאס א געוואלדיגע זאך.
דער אמת כ'האב געטראכט אויבן זעט אויס פונעם אר"י הק' אז דער גאנצער ענין איז נאר ערב סוכות, ווען ס'קומט אבער יום טוב איז דאס גענדיגט, דעמאלט וועל איך געבן מין געלט פאר די קינדערלעך, מ'גייט גיין אויף רייד'ס, און דער אמת איז ס'שטייט טאקע אזוי, ס'שטייט אין רמב"ם מ'זאל משמח זיין די ווייב מיט די קינדער.
אונטערן בעקיטשע
די גמרא פארציילט אין מסכת בבא מציעא (פ"ה.) פארציילט די גמרא, רבינו הקדוש האט געליטן װען מ'קוקט אבער אריין, דער עולם קען די גמרא אין מסכת סוכה, די גמרא זאגט (סוכה מו:) היו שומטין את אתרוגיהן, מ'האט אוועקגעשלעפט די אתרוגים מיט די לולבים האט מען אוועקגעשטעלט מיד התינוקת.
געפערליכע יסורים אויסטערלישע יסורים, פארציילט די גמרא וואס איז געווען די מעשה אז רבינו הקדוש האט געליטן אזעלכע יסורים, איינמאל איז געקומען צו לויפן א קאלב, א עגל איז געקומען צו לויפן אונטער די בעקיטשע פון רבינו הקדוש.
רש"י פארציילט א אינטערסאנטע מעשה וואס ווערט אראפ געברענגט אין מדרש, די הגהות וציונים צייכנען צו ס'איז א ויקרא רבה אין פרשת בחוקותי.
צא מן הבית
רבינו הקדוש קוקט אריין אונטער די סטראקעס, ער זעט עפעס א קעלבעלע איז אים אונטער זיינע סטראקעס, דער קעלבעלע קוקט אזוי ארויף אויף ר' יהודה הנשיא אויף רבינו הקדוש און בעט זיך, ביז רבי האט פארשטאנען אז דער שוחט קומט מיט'ן מעסער, ער וויל אים שחט'ן, און דער עגל דער קאלב איז אריינגעלאפן אונטער די בעקיטשע פון רבינו הקדוש, ער האט געבעטן ראטעווע, ער וויל מיר הרג'נען, ער וויל מיר שחט'ן.
האט אים רבינו הקדוש געזאגט טייערע קעלבעלע לכך נוצרת, כ'קען דיר גארנישט טון, ער האט אים ארויסגערוקט פונעם בעקיטשע און מ'האט אים גע'שחטן.
זאגט די גמרא אז רבינו הקדוש איז נענש געווארן דרייצן יאר מיט יסורים מיט שטארקע יסורים, ביז ס'איז איינמאל געווען א מעשה אז אמתיה דבי רבי האט אויפגעקערט די הויז, רבינו הקדוש האט געזען ווי זי טשעפעט אזא מייזעלע און ער האט זיך אנגענומען, ס'שטייט ורחמיו על כל מעשיו, דעמאלט איז די יסורים אוועק געגאנגען.
אתרוגים, ער האט גענומען א זאק, ער האט אריינגעלייגט אלע אתרוגים וואס מ'האט געשאקלט לולב, נו! ווי גייט ער יעצט?!
הושענא רבה אויפן שיף
אתרוגים האט ער יעצט, א הויז האט ער נישט, א ווייב האט ער נישט, אתרוגים האט ער א גאנצן זאק, וואס טוט מען יעצט ווייטער דערמיט, איז ער געגאנגען צום שיף, ער האט זיך בארעכטיגט הושענא רבה ער פארט צום שיף.
אזוי יעדע יאר ווען כ'פאר אריין צום רבי'ן אויף יום טוב ווען כ'פאר אריבער די וואסער דערמאן איז זיך פון די חסיד אחד איז געפארן צו די וואסער.
למעשה גייט ער ארויף אויפן שיף, ווען ער איז אנגעקומען האט ער געכאפט א שמועס מיט'ן שיפס קאפיטאן, יענער פרעגט אים וואס האסטו דא, ער זאגט ער האט אתרוגים, אקעי לאמיר זען וואס כ'קען עפעס מאכן.
פארציילט די מדרש אז דער קעניג אין די לאנד ווי די שיף איז אנגעקומען איז קראנק געווארן, מיט א צרעת ער איז געווארן מורא'דיג קראנק.
ביז ס'איז געקומען עפעס א כומר און ער האט אים געזאגט טאמער וועסטו עסן אתרוגים וואס אידן האבן געשאקלט אויף דעם לולב, וועסטו געהיילט ווערן.
א פיינע חתונה
נו! גיי טרעף דארט ווייס איך ווי אין טשיינע אין יאפאן ווי אידן האבן געשאקלט אתרוגים, גיי זיך דאס אויף, מ'איז געגאנגען מיליאנען באדינער וואס זענען געגאנגען זוכן אתרוגים וואס אידן האבן געשאקלט.
זיי קומען אן צום פארט און זיי פרעגן איז דא איינער וואס האט אפשר אתרוגים וואס אידן האבן געשאקלט דערויף לולב, און אונזער אורח רוקט זיך ארויס אוודאי האב איך "א גאנץ זאק" ממש א גאנצע זאק?
מ'האט אים ארויפגעלייגט אויף אקסל מ'איז געלאפן צום קעניג, מ'קומט אן צום קעניג, תיכף האט מען געמאכט א וועטשערע, מ'האט געמאכט א אתרוג קאמפאט, דער קעניג האט דאס געגעסן ווי נאר ער האט אראפגעשלונגען די ערשטע לעפל, איז ער געווארן ממש אויסגעהיילט פון איין רגע אויפן צווייטן.
דער קעניג איז געווארן מורא'דיג מרוגש ער האט געהייסן אנפילן די גאנצע זאק מיט גאלדענע רענדלעך, אנגעפילט אנגעפאקט און מ'האט אים צוריק אהיימגעשיקט.
א חתונה מיטן וואסער
דער מדרש אליינ'ס פארציילט ווייטער אז ער האט געהאט א רייכע ברודער וואס ער האט געהאט געהעצט דעם שוועגרין, אהא! מיין ברודער איז געגאנגען ער האט אוועק געטיילט אלעס וואס ער האט פאר צדקה, א לאזער וואס ער איז, ער האט אים מלשין געווען.
ווען ער האט געהערט די גאנצע מעשה, ווי דער איד קומט אהיים מיט גאלדענע רענדלעך, דער קעניג האט מיט געשיקט באדינער'ס מיט טראפייטער'ס, מיט גאלדענע, איז ער דער אורח געקומען איך בין דאך דער רייכער ברודער.
ער איז אהינגעגנגען ביים פארט אפווארטן דעם ברודער, ער איז אנגעקומען מיט כבוד מלכים פארציילט די מדרש ס'איז ארויס געקומען א ווייל, ער האט געגעבן א שלעפ אריין די רייכע ברודער ער האט אים חתונה געמאכט אין וואסער אריין, און דער עושר איז אנגעקומען אהיים מיט גאלדענע גליקן, מיט זעק מיט געלט מיט ישועות מיט אלע גוטע זאכן.
זעמיר פון דעם מ'דערלייגט נישט פון געבן צדקה, אפילו נאך ערב סוכות אויכעט, אפילו הושענא רבה קען מען נאך געבן צדקה ס'גייט נאך ווייטער זייער גוט.
ושמחת בחגך
לאמיר אריינגיין אין סוכות, כ'האף אין סוכות וועט מען קענען מאכן א שיעור, רעדן מער וועגן דער ענין פון שמחה שמחת בית השואבה, ולשמחה מה זו עושה, מי שלא ראה שמחה לא ראה שמחה מימיו, וואס איז פאר געקומען דארט, ווען מ'גיסט וואסער ווערט א שמחה?! האט דען שמחת בית השואבה עפעס מיט ניסוך המים וואס איז די נקודה פון דעם וועלן מיר בעזר השם קענען רעדן מער.
ס'שטייט אין פסוק (ויקרא כג מג) בסוכות תשבו שבעת ימים כל האזרח בישראל ישבו בסוכות, לאמיר זאגן וויאזוי אונזערע רבי'ס האבן געטייטש, אלע אלט געזעסענע זאלן זיצן אין סוכה, וואס איז דער פשט פון כל האזרח וואס וויל מען ארויסברענגען דערמיט, כל האזרח בישראל ישבו סוכות.
די גמרא זאגט אין מסכת עירובין זאגט די גמרא (נד.) אמר ליה שמואל לר' חיננא, שיננא, די שארפע מענטש, חטוף ואכול, כאפ און עס, חטוף ואשתיה, כאפ און טרונק, פארוואס ווייל, דעלמא דאזלינן מיניה, די וועלט ווי אונז זעמיר איז כהילולא דמיה, איז ווי ביי א חתונה, ממילא כאפ אריין נעם און גיי ווייטער, וואס איז נקודה ווייל ס'זעט אויס ווי א חתונה וואס גייט דא פאר, וואס וויל איך ארויסברענגען פון דעם.
מצטער פטור מן הסוכה
נישט ווי א צל העובר, אונז זעציר דא פאר א געהעריגע נארמאלע באזעסענע זאך, מ'זעט טאקע מענטשן מאכן זיך הייזער, מ'קען מיינען אז זיי פלאנען צו וואוינען דא פאר צוויי דריי טויזענט יאר, מ'שטעלט דאס געהעריג אוועק מיט א געהעריגע מציאות.
זאגט אונז די חינוך זאלסט וויסן אז דו גייסט ארויסגיין זאל דאס זיין לבלתי רום לבבם על בתיהם מלאים כל טוב, זעץ דיך אריין אין דיין סוכה, ווייס אביסל אז דאס אונז דיין מציאות.
דער ריבונו של עולם האט אונז ארויס גענומען פון מצרים דער אויבערשטער האט אונז געקענט תיכף אריינזעצן אין הערליכע הייזער, דער אויבערשטער האט אונז געוואלט ווייזן ניין! אונז גיימיר דורכגיין א תקופה אין מדבר, אונז וועלן האבן ענני הכבוד וועסט עסן מן, ס'איז גארנישט, ס'איז געווען באקוועם.
פארדעם איז א מצטער פטור מן הסוכה זאגט דער הייליגער ראפשיצער רב פארוואס איז מצטער פטור, ווייל מ'דארף זיך מדמה זיין צו אידן וואס זענען געווען אין מדבר, אידן האבן נישט געהאט די מינדערסטע צער, די זון האט זיי געוואשן די וועש, געביגלטע וועש, זיי האבן נישט געדארפט וואקן, די ענני הכבוד האבן זיי אויסגעגרעדט די בערג, מן איז געווען וואס דו ווילסט האסטו געקענט פילן די טעם, ס'איז געווען אן קיין צער.
ממילא טאמער איז דער ענין פון סוכה אז זכר צו די ענני הכבוד, צו סוכות ממש אדער ענני הכבוד, דארפסטו זיך אינגאנצן אריינלייגן אין יענע מצב, יענע מצב איז געווען ממש פיין, ממילא וועגן דעם איז א מצטער פטור מן הסוכה הרי את מקדושת לי.
דער הייליגער דגל ז"ל זאגט נאכמער ביי א חתונה איז דא עטליכע סוג מענטשן, ס'איז דא מענטש וואס ווייסן אה ביי די חתונה יעק'ל דער עושר גייט זיף אויפרייסן ער גייט צושטעלן פיינע בשר ער איז דער שכנ'ס קאזין, פירסט קאזין, דרייצענטע מחותן קומט ער אהין און ער עסט ביי די חתונה.
ס'איז דא איינער וואס ווייסט אז ס'גייט זיין שיינע מוזיק קומט ער פארדעם, יעדער קומט פאר א אנדערע מין זאך, איינער קומט פארן טאנצן.
זאגט ער אבער די עיקר איז די הרי את מקודשת לי, די עיקר נקודה איז דאס, ס'קומט א הייליגע יום טוב, ס'קומט א הייליגע מציאות.
די גאנצע נקודה פונעם יום טוב איז צו וויסן אז דאס איז די נושא, די נושא איז אונז זעמיר זיך מדבק מיט'ן ריבונו של עולם, אונז האבן פריער געשמעוסט מ'גייט אריין ממש בצל כנפיך תסתרינו, אונז גיימיר זיין מיט'ן ריבונו של עולם צוזאמען דער אויבערשטער האט אונז מוחל געווען יעצט גיי מיר אונז אריין אין דעם אויבערשטנס הויז דער אויבערשטער נעמט אונז אריין, דער שטן איז אוועק געגאנגען, דער אויבערשטער זאגט יעצט קענסט עטץ אריינקומען צו אונז מ'לאזט אונז אריין אין די הויז פונעם קעניג.
יעדער איז פרייליך
די חינוך זאגט אין מצוה תפ"ח כ'וועל נאכזאגן אפאר לשונות אינעווייניג אין חינוך ס'איז מבהיל על הרעיון ווי ווייט דער ריבונו של עולם האט דאס אוועק געשטעלט.
דער מצוה פון ושמחת בחגך, איז מ'זאל זיך משמח זיין, אנטון נייע קליידער, עסן פלייש טרונקען וויין, געבן ממתקים לנערים, אזוי ווי די גמרא זאגט אין מסכת פסחים חייב אדם לשמח בניו ובני ביתו ברגל.
דארטן שטייט רבי יהודה בן בתירה אומר בזמן שבית המקדש קיים אין שמחה אלא בבשר, שנאמר (דברים כז ז) וזבחת שלמים וגו'. עכשיו אין שמחה אלא ביין, שנאמר ויין ישמח לבב אנוש. ואמרו עוד במה משמחן? אנשים בראוי להם ביין, ונשים בראוי להם בבגדים נאים.
יעדער דארף זיכער מאכן אז די פרוי זאל גיין אנגעטון מיט שיינע קליידער, פאר זיך וועט ער זיכער מאכן אויספוצן זיין קאר און קויפן א נייע שטריימל, אז ווען ער גייט אין בית המדרש זאל יעדער זאגן דעם וואוה! די אידענע וועט ער לאזן גיין מיט א פאנדשעלע אין יום טוב, מאך זייער א שיינע בגד פאר יום טוב, אזוי דארף זי זיך משמח זיין, די קינדערלעך דארפן זיך פרייען מיט מיני ממתקים.
נאך א מצוה, נאך א מצוה
משרשי המצוה, פארוואס דארף מען זיך משמח זיין הערטס ווערטער, לפי שהאדם נכון על ענין שצריך טבעו לשמח לפרקים, א מענטש מוז פון צייט צו צייט אריינגיין אין א מצב פון שמחה, מ'קען נישט זיין מיט א אראפגעלאזטע נאז א גאנצן צייט, כמו שהוא צריך אל המזון, פונקט ווי א מענטש מוז עסן, מוז א מענטש אנקומען צו א מצב פון שמחה על כל פנים, ואל המנוחה ואל השנה.
ורצה הקל לזכותנו, דער אויבערשטער האט אונז געוואלט מזכה זיין אנחנו עמו וצאן מרעיתו, וצונו לעשות השמחה לשמו, ער האט געמאכט פון דעם א מצוה ושמחת בחגך.
דער מענטש פילט נאך א גוט, עכט בין איך א ערנסטע מענטש לעולם וואלט איך ווען געגאנגען מיט מיין נאז אראפ, כ'וואלט געזיצן אין א בעסמענט מיט א פופצענער באלב אז ס'זאל רינען הייס וואסער פון מיין פנים, דער ריבונו של עולם האט געהייסן כ'זאל זיין בשמחה נו! וואס טוט נישט א איד כ'האב געצאלט אסאך געלט פאר א אתרוג אויכעט, וועל איך טון די מצוה אויכעט.
דאס איז משרשי הקל, דער אויבערשטער האט אויף רחמנות געהאט האט ער אונז פאר אונז דאס געגעבן, נורא נוראות ווי ער גייט אריין דערין.
מיט א רואיגקייט
כ'וויל נאכזאגן א מורא'דיגע חינוך, וואס כ'האלט אז דאס איז מורא'דיג וויכטיג, איבער די מצוה פון ושמחת בחגך.
ס'איז באקאנט אז דער הייליגער גר"א זאגט אז די שווערסטע מצוה וואס איז דא, די מצוה פון סוכות, ווייל יעדע רגע פון יום טוב האט מען א מצוה ושמחת בחגך והיית אך שמח, מ'דארף זיין יעדע רגע בשמחה און דאס איז זייער שווער פאר זיבן אכט טעג אין א ציה דארף מען זיין ביינאכט און בייטאג, ס'איז לא ימלט מ'זאל נישט ווערן גערעגט אדער כעס'יג.
ס'גייט דאך אייביג אזוי, באלד וועלן מיר רעדן וועגן דער ענין פון כעס, בכל אופן זאגט אבער דער גר"א אז דאס איז די שווערסטע מצוה.
ובזה תנצל מן הכעס
ס'איז באקאנט וואס הרה"ק ר' פנחס'ל קאריצער זאגט, וויאזוי נעמט דער אויבערשטער אועק די מוחין פון א מענטש אין א צייט פון שמחה, ער רוקט אים אריין אין כעס.
א קינד קומט האסט אנגעגרייט זייער שווער נוי סוכה, די אידענע האט אנגעגרייט שיינע נוי סוכה, א קינד ער גיב דאס א צי, ער וויל זען צו דאס קען האלטן די וויליאמסבורג ברידש, און דו ווערסט מורא'דיג כעס'יג און דו ביסט בארעכטיגט אויכעט צו זיין אין כעס'יג, האסט דאס דערלייגט!!
ווי ס'איז קען זיין, ס'הייבט זיך אן ס'איז דא פיר טעג חול המועד דאס יאר, פיר טעג דער מורה מורינו איז נישט געוואוינט צו זיין א טעקסי דריווער, טראגן די פרוי טראגן די קינדער, ער גייט זיצן אזוי אין קאר? די נערווען גייט אים צושפילן אויף דריי טויזענט, ממילא די כעס קען אים צושפילן זייער שנעל.
זאל מען וויסן אז מיט כעס קען מען אלעס דערלייגן, ווען א מענטש ווייסט פארדעם, וואס איז די עצה?! ווען א מענטש מאכט פארדעם אפ, הער זיך איין, די זיבן אכט טאג, גיי איך זיך גארנישט רעגן, אסרו חג וועסטו גיין צו א ווינקל, וועסט שרייען וועסט טון וואס דו ווילסט פאר כעס, די זיבן אכט טאג גיי איך מיר מורא'דיג איינהאלטן יעבור עלי מה, ס'זאל זיך גיסן וואסער, ס'זאל זיך גיסן וויין, ס'זאל זיך גיסן גרעפידזשוס, אלע נוי סוכה זאלן אראפקומען ס'זאל ארויפקומען, דו ווייסט דו גייסט זיין מיט א שמייכל מיט גרינגקייט דו גייסט דאס טון.
די חינוך זאגט אז דאס איז די מציאות וואס דער אויבערשטער וויל אונז משמח זיין די ווייב מיט די קינדערלעך.
כדי ליתן שכר למביאיהן
דער קוקט זיך אום ויפן כה וכה, ער מיינט דאס אמת'דיג?! און יא ער מיינט דאס אמת'דיג!
דער חצקל שטייט שוין אונטן, נו! צדיק'ל אראפ!, נו! דער נתן דער ראש הקהל האט נישט קיין ברירה, ער שטייט און זיי נעמען די פאשן די פערד מ'פאשט מ'פאשט, ער שוויצט אוועק צוויי שעה נעמט אים צו שוויצן די גאנצע זאך.
ער קומט אן אויבן נתן אטעמט קוים אפ, ער זעצט זיך אראפ, און ער וויל אראפגיין דעם בראג, חצקל גיבט אין א קלאפט איין מינוט כ'וויל זאלסט פארשטיין דא איז דא אזא שיפע בארג, כ'האב אביסל מורא אז טאמער מיין פערד וועט מאכן דעם בארג אראפ וועלן אונז צושמטערט ווערן, אונז דארף מיר יעצט צוריק האלטן די וואגן.
יעצט הער מיר צו כ'זע נישט דא קיין צווייטער נאר דו, דו ביסט דאך א גוטישקער, גיבסט אייביג עליות שלישי מיט שישי, דו הייב אן גיין שטייט, דו שלעפ פון איין זייט און איך ער זאגט אים יונגערמאן, חצק'לע, נו! נו אונז וועלן באלד רעדן פון חצקל, יעצט כאפ אן, ער הייבט אן דער ראש הקהל זעט זיך מיטן שיינעם פעטעטע בארד איינגעדרייט, ער האלט די פערד מיטן וויידל א פרישע שעה און ער האט די גאנצע וואגן, מ'קומט אן אונטן די בארג, ענדליך! זאגט אים חצקל הער זיך איין נתן טייערע, דו זעסט ער איז א אויסגעמיטשעטע פערדל, ארויף געשלעפט א בארג אראפ געקראכן א בארג, אונז זעמיר אפאר טריט ביזן שטעטל לאמיר אונז צווואקן, דער פערד וועט אונז נאכקומען.
נתן ראש הקהל - חצקל בעל עגלה
אז מ'רעדט פון די סוכה וועל איך מיט דעם מסיים זיין מיט א געשמאקע מעשה פון ר' שלום פון קאמינקא אונז האבן פריער גערעדט מ'גייט אריין אונעם אויבערשטנ'ס סוכה, טאמער גייט מען אריין אונעם סוכה אן גארנישט, אן קיין צדקה אן קיין מצוות איז דאס א שטיקל זאך.
ר' שלום קאמינקא פארציילט אז ס'איז געווען א איד וואס האט געזאגט א טאג פארדעם פאר חצק'ל דער בעל עגלה הער זיך איין, כ'האב מארגן זייער א וויכטיגע ביזנעס מיטינג כ'דארף אהינטראגן סעמפעלס פון מיין סחורה אין יענע יענע שטאט, כ'בעט דיר זיי דא מיט דיין פערד און וואגן אונז זאלן קענען גיין פונקטליך אינדערפרי נאכן דאווענען וויל איך מיר ארויסלאזן.
חצקל זאגט פאר די אידענע ס'האט זיך געמאכט אפאר פרוטות, כ'וויל אים מארגן גיין טראגן דער געשעפט זעט אויס זייער גוט, אונז וועלן אריבער טראגן נתן דעם ראש הקהל די גאנצע וועג, זייער פיין.
ויאמר אל נתן
ס'קומט דער ערשטער אינדערפרי מ'לאזט זיך ארויס, נתן גייט אויפן וועג און ער פארט מיט אים אפאר טריט און זיי קומען אן צו בארג, חצק'ל זאגט פאר נתן, מיין טייערע ראש הקהל וועסטו מיר זיכער פארשטיין ביסט א גוט הארץ, זעסט זאך מיין פערדל איז א דאר פערדל ער גייט נישט נעמען דעם בארג ארויף, קום לאמיר צוזאמען אראפגיין פון וואגן, לאמיר אביסל אונטערשטופן דאס פערדל.
סוסים למה באים
זאגט ר' שלום קאמינקער דער נתן האט שוין שלום געמאכט ער וואקט אריין אין שטעטל, ער שטעלט זיך אפ זאגט אים דער ראש הקהל לאמיר איין זאך פארשטיין, דאס אז איך בין דא, פארשטיי איך, כ'דארף דאך טון מסחר, כ'דארף אהער ברענגען מיינע סעמפעלס, פארשטיי מיר! דאס אז דו ביסטו דא פארשטיי איך אויכעט, ווייל דו ביסט א מורא'דיגע גוטע בעל עגלה, זאג מיר נאר וואס זוכט דער פערדל דא? וואס זוכט ער דא?!!!
זאגט ר' שלום קאמינקער ס'קומט אמאל א סוכות, מ'זעט מ'קען האבן א שיינע אתרוג, אונעם אתרוג פושקע, פארוואס דער אתרוג איז דא, נו! דער אויבערשטער האט געהייסן ולקחתם לכם ביום הראשון פרי עץ הדר כפות תמרים.
די סוכה איז א שיינע סוכה פארשטיי מיר ווייטער פארוואס, דער אויבערשטער האט געהייסן בסוכות תשבו שבעת ימים כל האזרח בישראל ישבו בסוכות.
אבער די פערדל מיט שיינעם שטריימל פארוואס ביסטו דא?
טאמער האט מען אבער די ריכטיגע הכנה מ'גרייט זיך געהעריג צו, מ'ווייסט מ'גייט אריין אין א שמחת בית השואבה, מ'גייט אריין מיט א יום טוב מיט אלע גוטע זאכן, וועט אונז דער אויבערשטער זיכער משפיע זיין, שפע ברכה מיט הצלחה הרחבת הדעת מיט מנוחה, א לעכטיגע יום טוב א פריילעכן יום טוב, מיט אלע גוטע השפעות מיט כל טוב אמן.